בלאט 1 פון 1

א געזעלשאפט וואס מען מוז

נשלח: זונטאג יולי 01, 2012 9:14 pm
דורך משה געציל
מיר לעבן אין א געזעלשאפט וואס יעדער מוז, מען מוז גיין מיט א הוט און רעקל, מען מוז און מען מוז און מען מוז וכו'.

איך האב שוין געקלערט א שטיקל צייט אז איך האב געטראפן איינעם משלנו וואס מוז נישט גארנישט, אבער ווי נאר איך האב געכאפט א שמועס מיט יענעם בין איך געוואויר געווארן וואס ווען וואו... יענער מוז פונקט אזוי.

די רעדע איז פון מיינס א באקאנטער וואס האט א בחור'ל א שבבני'ק, איז מיר לעצטענס אויסגעקומען צו כאפען א שמועס מיט דעם בחור'ל, מיט א גרויסען וואלענעם ציצית וואס איז אנגעקניפט מיט תכלת, און מיט א פאר קראקס אויף די פיס דרייט ער זיך ארום די גאסן. 

אזוי שמועסענדיג האב איך אים געוואלט מאכען גוט פילן, ווארף איך אים צו א קאמפלעמענט אין דער זייט, ווייסט וואלווי...  איך האב מורא'דיג הנאה פון דיר... דו גייסט ארום ווי אזוי עס איז דיר באקוועם... נעמסט נישט קיין פרעשור... הלוואי אויף מיר געזאגט...
זאגסט מיר??? זאגט ער מיר צוריק, איך גיי דירעקט אזוי... איך ווייז פאר יעדעם איינעם אז איך פייף אויפן וועלט...

איין מינוט, טראכט איך צו מיר, אויב אזוי איז ער דאך אייניג מיט מיר. איך מוז גיין מיט א הוט און רעקל ווייל מיין סביבה פארלאנגט דאס; ער בכדאי צו ווייזן אז ער מוז נישט גארנישט, מוז ער גיין אנגעטוהן די מערסטע היפיש וואס קען נאר זיין... נא אויב אזוי איז ער דאך פונקט אזוי מוגבל ווי מיר...

איז דא אזא מעגליכקייט איינער זאל ארויסקומען פון אונזער סיסטעם און אמת'דיג נישט מוזן גארנישט?

איך מיין אז עס נישט פארהאנען אזאנס. איינער מוז פארן אין קאנטרי, און דער צווייטער מוז נישט מוזן פארן אין קאנטרי. איינער מוז האבן ערב פסח מצות, דער אנדערער מוז נישט מוזן האבן ערב פסח מצות. איינער מוז האבען היימיש געמאכטע וויין אויף פסח, דער צווייטער מוז נישט מוזן האבן. איינער מוז קויפן די נייעסטע פאון וואס איז דא אין מארקעט, דער צווייטער מוז נישט מוזן קויפן, ועוד ועוד, די ליסטע איז זייער א לאנגער, סיי ברוחניות און סיי בגשמיות, איך האב נאר אנגעכאפט אפאר דוגמאות וואס איז מיר יעצט ארויפגעשווימען אויפן געדאנק.

קען זיין אז דאס פלאגט נישט דווקא דעם היימישן ציבור, קען זיין אז ביי די מאדערנע אדער להבדיל ביי די גוים איז אויך דאס זעלביגע. אבער כפי הבנתי נעמט זיך עס פון דעם, אז פון ווען מען ווערט געבוירן איז דא א לאנגע ליסטע פון זאכן וואס מען מוז, ממילא אונטערן באוואוסטזיין פארט שוין דער מח אזוי, און אפילו איינער איז שוין מחליט אז ער מוז נישט גארנישט מוז ער שוין דאס אליינס אז ער מוז נישט גארנישט.

נשלח: זונטאג יולי 01, 2012 9:35 pm
דורך יואליש
גיי אריין אין די מאדער ארטאדאקס קרייזן וועסטו שוין איינמאל געוואויר ווערן וואס דאס מיינט מ'מיז לעבן פאר יענעם. די קאנקעראנץ איז אויפן העכסטן לעוועל.

אבער כ'מיין מ'מעג מחלק זיין צווישן "מיזן" ווייל אויב נישט וועט די געזעלשאפט דער געבן צו קאסטן אירע קנאסקווענצן, ביז איינער וואס שפירט ער מיז קאמפיטן כדי צו פיטערן זיין עגאו אדער זעלבסט זיכערקייט וכו' ודו"ק אית ואית, צוויי אנדערע מיזן. איך מיז ארבייטן כדי צו האבן פרנסה, און מיין זיידע האט געמיזט ארבייטן אין קאנצעטראציע לאגער כדי צו בלייבן לעבן. ביידע פון אונז שפירן אז מ'מיז, אבער ס'איז א גרויסע חילוק.

נשלח: זונטאג יולי 01, 2012 10:07 pm
דורך איינער
יואליש האט געשריבן:גיי אריין אין די מאדער ארטאדאקס קרייזן וועסטו שוין איינמאל געוואויר ווערן וואס דאס מיינט מ'מיז לעבן פאר יענעם. די קאנקעראנץ איז אויפן העכסטן לעוועל.


קאנקערענץ מיינט נישט אז מען מוז, עס מאכט אן אילוזיע אז מען מוז. אין אונזער געזעלשאפט מוז מען, וואס רוב וואס מען מוז איז געבויעט אויף אילוזיעס.

Re: א געזעלשאפט וואס מען מוז

נשלח: זונטאג יולי 01, 2012 10:12 pm
דורך איחוד פעלד
דערמאנסט מיר די מעשה פין די אפיקורס.

Sent from my SPH-D700 Using ForumTouch for Android

נשלח: זונטאג יולי 01, 2012 10:19 pm
דורך ניו יארק
איך מיין אז די משל פון א הוט און רעקעל איז נישט אזא גוטע משל ווייל ווי נישט ווי איז עס א לבוש אישוי, און מען טוט עס פשוט ווייל זיין טאטע גייט אזוי און אין אלגעמיין זיכט קיינער נישט משנה צו זיין.
אבער ווען עס קומט צו אנדערע זאכן, למשל א קאר, קען איך אסאך אידן וואס מוז'ן נישט גארנישט! מען קען דרייווען א אלטע קאר און מען האט דעם גאנצען עולם פארפאקט! און נישט מיטן כוונה צו ווייזען פאר איינעם, נאר מען טוט וואס עס איז באקוועם פאר זיך.

נשלח: זונטאג יולי 01, 2012 10:19 pm
דורך משה געציל
יואליש האט געשריבן:אבער כ'מיין מ'מעג מחלק זיין צווישן "מיזן" ווייל אויב נישט וועט די געזעלשאפט דער געבן צו קאסטן אירע קנאסקווענצן, ביז איינער וואס שפירט ער מיז קאמפיטן כדי צו פיטערן זיין עגאו אדער זעלבסט זיכערקייט וכו' ודו"ק אית ואית, צוויי אנדערע מיזן. איך מיז ארבייטן כדי צו האבן פרנסה, און מיין זיידע האט געמיזט ארבייטן אין קאנצעטראציע לאגער כדי צו בלייבן לעבן. ביידע פון אונז שפירן אז מ'מיז, אבער ס'איז א גרויסע חילוק.

ביזט גערעכט אז עס איז פארהאן צוויי סארט מיזן, דער וואס ווערט געטריבען דורך זיין עגאו אדער זיין מיזן ווייזען אז ער פייפט אויף יעדען, איז נישט גלייך צו דער וואס האט א פחד פונעם געזעלשאפט משנה צו זיין. אבער סוכ״ס זענען ביידע נישט נאטירלעך דאס וואס זיי זענען, נאר זיי ווערען געטריבען פון א אינערלעכע ״מיז״, ער גייט מלובש בשמונה ווייל ער האט א אימת מות משנה צו זיין, דער אנדערער גייט מלובש גאר קיל ווייל ער ווערט געטריבען דורך אן אג׳ענדע, נעמליך צו ווייזען פאר יעדעם אז ער טוט וואס ער וויל.

נשלח: זונטאג יולי 01, 2012 11:05 pm
דורך משה געציל
איחוד פעלד האט געשריבן:דערמאנסט מיר די מעשה פין די אפיקורס.


?

נשלח: מאנטאג יולי 02, 2012 11:59 am
דורך טאמבל סאס
משה געציל האט געשריבן:
איחוד פעלד האט געשריבן:דערמאנסט מיר די מעשה פין די אפיקורס.


?

פארפאלן איחוד מיך מאכסטו אויך נייגעריג. נו שפיי עס אויס.

נשלח: מאנטאג יולי 02, 2012 12:10 pm
דורך משכיל
רבותי ! עיקר חסר מן הספר, מען זארגט וועגען שידוכים , מען קען נישט טועהן אסאך זאכען וואס מען וואלט געטועהן ווען מען זאל נישט זארגען ווער וועט זיך וועלען משדך זיין מיט מיר, דוק ותשכח

נשלח: מאנטאג יולי 02, 2012 12:25 pm
דורך cookies
can anyone explain me why in the world we supppose to go with this stupid hit and reckel???

its so hot in the street but lman hashem turture ur self...

I want to know, this want the bashefer? m'zul zich peinigen all the way for nothing? its a mitvah? its a drabunen? its a minhag? its what???

in the times of tanuim was only tanuim went with hats and if someont went out the street with a hat was he called a chutsif.

So why did it become a cheilik fin yiddishkeit? meila if the tora would request it would i do it with a simcha, as i am making naches riach to hashem,
but as of now there is no point to turture your self just because it become a tradition, thats the my main reason why i hate this comunnity, we following everything like shefelech and after then some ppl busting,

So my question is why does we make the iker a tufel and tufel an iker

נשלח: מאנטאג יולי 02, 2012 12:26 pm
דורך שלמה המלך
לאו דוקא! גיין מיט א היט און רעקל איז נישט ווייל מ'מיז (עכ"פ ביי יעדען) עס איז דא וואס גייט אזוי (וגם אני בתוכם) ווייל אזוי איז מען ציגעוואונט און זייער באקוועם דערמיט, יא עס איז דא וואס ווילן זייער 'נישט' גיין אזוי אבער זיי (פילען) אז זיי מיזן אבער דאס איז ווייט פון א כלל ביי יעדעם.

לגבי שידוכים קימט מער אריין די פוינט אז מ'טיט זאכען וואס מ'מיז! דהיינו איך האלט נישט באמת דערביי אבער כדי צי קענען טוהן שידיכום הגונים 'מיז איך' הגם ביי דעם איז שוין דא פיל מער און דעם כלל, אבער פארט נישט א כלל על כלו יצא

נשלח: מאנטאג יולי 02, 2012 12:33 pm
דורך שמעקעדיג
שלמה המלך האט געשריבן:לאו דוקא! גיין מיט א היט און רעקל איז נישט ווייל מ'מיז (עכ"פ ביי יעדען) עס איז דא וואס גייט אזוי (וגם אני בתוכם) ווייל אזוי איז מען ציגעוואונט און זייער באקוועם דערמיט, יא עס איז דא וואס ווילן זייער 'נישט' גיין אזוי אבער זיי (פילען) אז זיי מיזן אבער דאס איז ווייט פון א כלל ביי יעדעם.

לגבי שידוכים קימט מער אריין די פוינט אז מ'טיט זאכען וואס מ'מיז! דהיינו איך האלט נישט באמת דערביי אבער כדי צי קענען טוהן שידיכום הגונים 'מיז איך' הגם ביי דעם איז שוין דא פיל מער און דעם כלל, אבער פארט נישט א כלל על כלו יצא


ס'איז נישט קיין מוז? וואס דען איז ווינער רב שליט"א מעורר דערוועגן ביי פרקי אבות, אז דאס איז איינע פון די שוואכקייטן פונעם דור?? אתמהה!

ביי שידוכים איז פארשטענדליך אז מען וויל זוכן משפחות מיט די זעלבע PRIORITIES, און א משפחה ואס איז א "אח לדעה" אין מנהגים, לבוש, דעת תורה, וכו'. אבער דאך איז קלאר אז מען טרייבט איבער ביי אונז, דער עיקר דארף מען קוקן אויף די צוקונפט פון די פארפאלק, אז זיי זאלן זיין צופרידן, נישט די עלטערן, ווי שוין מבואר כמה פעמים אין מערערע אשכולות, ומשם תדרשנו.

נשלח: מאנטאג יולי 02, 2012 12:44 pm
דורך ידען
איחוד פעלד האט געשריבן:דערמאנסט מיר די מעשה פין די אפיקורס.

Sent from my SPH-D700 Using ForumTouch for Android

וועלעכע מעשה?

נשלח: מאנטאג יולי 02, 2012 12:48 pm
דורך שלמה המלך
שמעקעדיג האט געשריבן:
שלמה המלך האט געשריבן:לאו דוקא! גיין מיט א היט און רעקל איז נישט ווייל מ'מיז (עכ"פ ביי יעדען) עס איז דא וואס גייט אזוי (וגם אני בתוכם) ווייל אזוי איז מען ציגעוואונט און זייער באקוועם דערמיט, יא עס איז דא וואס ווילן זייער 'נישט' גיין אזוי אבער זיי (פילען) אז זיי מיזן אבער דאס איז ווייט פון א כלל ביי יעדעם.

לגבי שידוכים קימט מער אריין די פוינט אז מ'טיט זאכען וואס מ'מיז! דהיינו איך האלט נישט באמת דערביי אבער כדי צי קענען טוהן שידיכום הגונים 'מיז איך' הגם ביי דעם איז שוין דא פיל מער און דעם כלל, אבער פארט נישט א כלל על כלו יצא


ס'איז נישט קיין מוז? וואס דען איז ווינער רב שליט"א מעורר דערוועגן ביי פרקי אבות, אז דאס איז איינע פון די שוואכקייטן פונעם דור?? אתמהה!

ביי שידוכים איז פארשטענדליך אז מען וויל זוכן משפחות מיט די זעלבע PRIORITIES, און א משפחה ואס איז א "אח לדעה" אין מנהגים, לבוש, דעת תורה, וכו'. אבער דאך איז קלאר אז מען טרייבט איבער ביי אונז, דער עיקר דארף מען קוקן אויף די צוקונפט פון די פארפאלק, אז זיי זאלן זיין צופרידן, נישט די עלטערן, ווי שוין מבואר כמה פעמים אין מערערע אשכולות, ומשם תדרשנו.

איך קריג מיך נישט מיט דעם, איך זאג נאר אז נישט יעדער וואס גייט מיט א היט און רעקל איז "ווייל ער מיז" ס'איז דא גינוג מענטשן וואס פילן זייער באקוועם אזוי ציגיין אפגעזהען צי ער מיז אדער נישט!

די זעלבע האב איך געהערט אויף איינעם אז ער איז זייער קאאאל ער זיצט שבת ביים טיש אנעם שטריימל! WOW ער איז מעכטיג ער דארף נישט שוויצען וכדו' האב איך יענעם געזאגט זיי נישט ברוגז מיר איז די שטריימל נישט קיין אפקימעניש, איך פיל זייער באקוועהן צי זיצן שבת ביים טיש מיט א שטריימל און וואלט געפילט זייער 'אנקאמפרטעבל' צי זיצען אנע שטריימל " נישט ווייל איך מיז!

נשלח: מאנטאג יולי 02, 2012 6:39 pm
דורך נס קאווע
וועגן שידוכים האב איך אמאל גיהערט א גוט ווארט
דער רב וואשט די האנטוכער פון די מקוה וואשט און קערט אויס דאס ביהמ"ד כדי ער זאל קענען טוהן א שיינע רבנישע שידוך, פיין געטראפן גאר א חשובע רב וואס וואשט די האנטוכער פון די מקוה וואשט און קערט אויס דאס ביהמ"ד כדי ער זאל קענען טוהן א שיינע רבנישע שידוך
כלפי מה דברים אמורים ווען יעדער זאל זוכן וואס ער איז וואלט פיין געווען אבער באמת זוכט יעדער א פיינע שידוך דער אדער יענער זאל זיך משדך זיין מיט מיר און נאכדעם וועל איך שוין קענען טוהן שיינע שידוכים שטעלט מען זיך צי צו יענעם און יענער שטעלט זיך צי צו דיר זעהט מען אויס ווי יענער וואס האט באהאלטן זיין פראבלעם און נאכדעם געוואר געווארן אז זיין בת זוג האט די זעלבע פראבלעם און עס אויך אויסבאהאלטן פון איהם

נשלח: מאנטאג יולי 02, 2012 7:03 pm
דורך רעבעל
די הוט און רעקל, האט מיט יודישקייט גארנישט, עס איז א מעריב וועלט זאך, מען האט אביסל משנה געווען די מעריב וועלט קליידער און געמאכט א חסידישער לבוש. די חסידים ווי געווענדליך זענען סטאק מיט דעם אמאל, פאר ווער עס ווייסט פאר פערציג יאר צוריק האט א בעסערער מענטש (גוי) נישט ארויס אויפן גאס אן זיין הוט און רעקל, די חסידים פראבירן נאך צו אינפארסירן אלטע מערב וועלט ווערדן וואס זיי האבן שוין אליין איבערגעלאזט.