יואלי לעבאוויטש - האסט מיך צוריקגעגעבן מיין טאטע

באקומען אין אישי מיט א בקשה ארויפצושטעלן
איך טויש צוויי דריי פרטים פון די מעשה אז ס'זאל נישט זיין גרינג צו דערקענען ווער איך בין. ווער עס דערקענט מיך יא, זאל מיר טוהן די גענאדע און נישט ארומגיין פלאפלען מיט מיין נאמען.
אני הקטן בין אפגעריסן געווארן פון מיין טאטע אלץ בחור. מיינע עלטערן זענען דורך א שווערע גט, און מיין מאמע'ס "עסקנים" האבן מחליט געווען אז ס'איז א "סכנה" אז איך זאל קענען מיין טאטע. מיין רילעישענשיפ מיט מיין טאטע איז נישט אייביג געווען די בעסטע. ער איז א קאמפליצירטער מענטש. אבער ער איז דאך א טאטע. און אזוי פון איין טאג צום צווייטן האב איך מער נישט געזעהן און געהערט פון מיין טאטע.
מ'האט מיך געזאגט אז מיין טאטע איז צעדרייט, ער וויל מיך נישט קענען, ער האט בא'גנב'עט די גאנצע שטאט, ער איז א מאלעסטער, וכו' וכו' וכו'. אנפאנג האב איך נישט געגלייבט די אלע לשון הרע'ס (מוציא שם רע'ס). נאך אלעם האב איך נאך גוט געדענקט מיין טאטע און כ'האב געוויסט אז ער האט מיך ליב. אבער מיט די צייט האבן איך נאר געהערט די אלע לשון הרע, און זיין זכרון איז פארנעפעלט געווארן. האב איך אנגעהויבן גלייבן אלעס וואס מ'האט מיר פארקויפט.
איך געדענק איין טאג האב איך אין ישיבה באקומען א בריוו פון מיין טאטע. איך האב עס געעפענט, און מיין טאטע האט געשריבן מיט הארציגע ווערטער ווי ער בענקט זיך נאך מיר. ער האט געשריבן א טעלעפאן נאמבער ווי כ'זאל מיך פארבינדען מיט אים. אבער נאאיווע בחור וואס איך בין, כ'האב געטראכט אז איך דארף קודם פרעגן מיין מאמע. מיין מאמע האט מיך גלייך פארבינדן מיט איר "עסקן", ער איז גלייך אריבערגעקומען אין ישיבה מיך צו טרעפן פערזענדליך. ער האט אנגעהויבן שטורעמען אז ס'איז א סכנה צו האבן שייכות מיט מיין טאטע. ער האט גענומען די בריוו און אנגעהויבן מדייק זיין אין יעדע ווארט, דא זעהט מען אז באמת איז דאס א שפיל און באמת האט ער דיך פיינט. ער וויל דיך טרעפן ווייל ער וויל נקמה נעמען אין דיר ווייל ער באשולדיגט דיך אין די גט. שטיי ווייט פון אים ווי פון פייער. ביים סוף פון די מיטינג האט דער עסקן גענומען די בריוו און עס דראמאטיש צופליקט אויף טויזענט שטיקלעך.
און איך האב נאך געזאגט ש'כח פאר דעם עסקן פאר'ן מיך "ראטעווען".....
כ'וויל נישט יעצט מאריך זיין, ווייל בלויז שרייבן פון דעם נעמט מיך אינגאנצן איבער. אבער לאמיך נאר דעקן די פרטים אין קורצן. צו מיין חתונה האב איך פארשטייט זיך נישט געלאדענט מיין טאט'ן. נאך די חתונה האט מען מיך דערציילט אז מיין טאטע האט זיך "אנגעריקט" צו די חתונה זאל, און מ'האט אים ב"ה באצייטענס פארשיקט. כ'בין געווען דאנקבאר פאר די עסקנים וואס האבן געארבייט אזוי גוט צו פארשיקן מיין "משוגענעם" טאט'ן.
יארן זענען דורך, כ'האלט שוין א שיינע פאר יאהר נאך מיין חתונה. מיין טאטע האט שוין אסאך מאל געוואלט אנקניפן מיט מיר פארבינדונג, אבער כ'האב אים אייביג אפגעשטויסען. ער האט מיר געשיקט הארציגע מעסעדזשעס, מתנות, געלט, אבער כ'האב אלעס צוריקגעשיקט באגלייט מיט שנאה'דיגע מעסעדזשעס.
אלעס ביז פאריגע וואך מאנטאג ווען איך האב באזוכט קאווע שטיבל און געזעהן די אשכול "א קינד דארף זיין טאטע". כ'האב נישט באמערקט [tag]ראשעקאל[/tag]'ס ווארענונג אז מ'זאל נעמען טישו'ס פאר'ן קוקן, כ'האב געמיינט אז ס'גייט זיין טיפיקעל יואלי לעבאוויטש ווערטלעך. כ'האב עס אנגעצינדן אין מיין אפיס וואס איך שעיר מיט אנדערע מענטשן, און נאך א מינוט האב איך אזוינס גע'בוכה'ט אז כ'האב געמוזט אויסלעשן די ווידיאו. ערשט אינדערהיים האב איך געקוקט ווייטער און נישט געקענט אויפהערן וויינען פאר צוויי שעה אין א ציה.
אידעלעך טייערע, א קינד דארף זיין טאטע!! איך האב גארנישט געוויסט ווי ווייט איך דארף מיין טאטע. איך האב מיך דערמאנט אין די אלע בריוון וואס ער האט מיר געשיקט, די מעסעדזשעס פון ליבשאפט, אלעס איז ארויפגעקומען מיט'ן פולסטן קראפט. די אלע לשון הרע'ס פון די עסקנים זענען צולאזט געווארן, און די ליבשאפט האט זיך צעגאסן אויף מיר.
איך האב א טאטע
איך דארף א טאטע
איך האב ליב מיין טאטע
די נעקסטע טאג דינסטאג האב איך געשיקט א שליח צו מיין טאטע אז איך וויל מיך טרעפן מיט אים. נאך יענע טאג איז ער געקומען צו מיר אהיים. כ'האב געעפענט די טיר און כ'האב אים ארומגענומען מיט בכיות נוראות. מיין טאטע האט געהאלטן אין די האנט א קעיק מיט מתנות וואס איך האב נישט באמערקט, און ס'האט אלעס אראפגעטראסקעט ווען איך בין ארויפגעפאלן אויף אים און ער איז ארויפגעפאלן אויף מיר.... אבער ווער האט נאך געקענט טראכטן פון א קעיק, פון מתנות, מיין גרעסטע מתנה איז געווען צוריקצובאקומען מיין טאטע, און מיין טאטע האט צוריקבאקומען זיין קינד.
מיין טאטע האט חסרונות? יא. אבער דאס איז דער זעלבער טאטע וואס זיין אהבה האט געפלאקערט אלע יארן. מיין טאטע וואס זיין ליבשאפט האט זיך נישט אויסגעלאשן אפילו איך האב יארן געשיקט מעסעדזשעס פון שנאה.... ער האט נישט אויפגעגעבן, פראבירט איינמאל און נאכמאל, און נישט אויפגעגעבן אויף מיר.
א דאנק דיר ראשעקאל פאר'ן מיר מזכה זיין מיט דעם קליפ, און בעיקר א דאנק דיר הייליגער יואלי לעבאוויטש פאר'ן מיר צוריקגעבן מיין טאטע.

-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1764
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 07, 2015 2:14 pm
- האט שוין געלייקט: 929 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1485 מאל
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 883
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2015 10:16 am
- האט שוין געלייקט: 798 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 299 מאל
Re: יואלי לעבאוויטש - האסט מיך צוריקגעגעבן מיין טאטע
געוואלדיג האט געשריבן:פארוואס האב איך טשילס? א דאנק [tag]ראשעקאל[/tag], און א דאנק פאר [tag]הרוצה בעילום שמו[/tag] פאר מפרסם זיין זיין מעשה.
כדארף נישט שרייבן גארנישט @געוואלדיג מדבר מתוך גרוני
ספליסט פין מיר טראפלעך
דאס מענטשעלע שפילט........
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2147
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
- האט שוין געלייקט: 5895 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1719 מאל
Re: יואלי לעבאוויטש - האסט מיך צוריקגעגעבן מיין טאטע
גרויסע מענטשעלע האט געשריבן:
ספליסט פין מיר טראפלעך
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)

- יואליש
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2681
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
- האט שוין געלייקט: 1390 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4310 מאל
יישר כח פארן מיטיילן. יארן צוריק האב איך געליינט א בוך פון א היימישע פרוי וואס שילדערט די פסיכילאגישע ענדלאזע חלל וואס דאס שאפט אין א קינד פאר אייביג. די בוך Triangle of Despair, Circle of Hope געשריבן אונטער א פעסודענאמען איז זינט דאן אראפגענומען געווארן פון די שעילווס ווייל די משפחה האט נישט געגליכן די פירסום. ס'איז כדאי לזיכו הרבים דאס איבערצודריקן (כ'האב עס געזעהן לעצטענס אין א לייברערי. און אויב ווייסט איר די משפחה נאמען, ביטע נישט דערמאנען).
פראפעשאנעלס זאגן אז ווען א קינד הערט, אפי' אומדירעקט, א קרום ווארט קעגן זיין/איר טאטע אדער מאמע שטעכט מען דאס קינד אליינס, ווייל דאס איז עצם מעצמי און א פסיכילאגישע יסוד פארן מענטש. פאר רוב פון דאס קינד'ס יארן פון דעוועלפמאנט, האבן ייעדעס קינד שוועריקייטן מחלק צו זיין צווישן עלטערן און די אייגענע self. ווען א קינד איז געברעינוואשד צו האסן א טאטע אדער א מאמע, טוט דאס קינד אין די זעלבע צייט זיך זעלבסט האסן. און דאס איז חרבות לנצח ממש. און דאס איז גילטיג אפי' אויב גאר subtle מערכות, ווי למשל קרימען ווען דאס קינד ברענגט אהיים א מתנה פון די אנדערע עלטערן. ק"ו ווען מ'רייסט שטיקער מיט דירעקטע אטאקעס און קאנפליקט. ווער רעדט נאך אויב מ'ניצט ס'קינד ווי א mercenary קעגן די עלטערן, דאן באגלייטן די שולד געפילן אויף דער עלטער וואס אפי' א קאץ זאל נישט מיטמאכן. פארדעם זענען די עסקנים אדער רבנים געאייגענט צו מישן זיך אין די זאכן גענוי וויפיל זיי זענען ווערט צו מאכן א 747 פליען.
אין די פארגעשריטענע וועלט איז א דבר פשוט אז א קינד האט רעכטן. ס'איז דא פארשידענע ווערסיעס אבער דא קענט איר זעהן א דוגמא.
אין די זעלבע צייט וואס יואלי לעבאוויטש באקעמפט די פייער וואס פלאקערט, ברויך מען אויך ארויסהייבן די שינו לטובה וואס מאכט זיך ביי מער און מער פעלער, ווי געזינטע עלטערן באגייען זיך מיט דאס גרעסטע מאס אחריות צו פארמיידן סיי וועלכע קאנפליקט, דירעקט ווי אומדירעקט, און פיל מאל טראץ די פרעשור פון עסקנים און משפחה צו קעמפן ענדלאז. ס'איז פארהאן דאס אויך, וממנם ילמדו.

Every child whose parents divorce has:
The right to love and be loved by both of your parents without feeling guilt or disapproval.
The right to be protected from your parents' anger with each other.
The right to be kept out of the middle of your parents' conflict, including the right not to pick sides, carry messages, or hear complaints about the other parent.
The right not to have to choose one of your parents over the other.
The right not to have to be responsible for the burden of either of your parents' emotional problems.
The right to know well in advance about important changes that will affect your life; for example, when one of your parents is going to move or get remarried.
The right to reasonable financial support during your childhood and through your college years.
The right to have feelings, to express your feelings, and to have both parents listen to how you feel.
The right to have a life that is a close as possible to what it would have been if your parents stayed together.
The right to be a kid.
אין די זעלבע צייט וואס יואלי לעבאוויטש באקעמפט די פייער וואס פלאקערט, ברויך מען אויך ארויסהייבן די שינו לטובה וואס מאכט זיך ביי מער און מער פעלער, ווי געזינטע עלטערן באגייען זיך מיט דאס גרעסטע מאס אחריות צו פארמיידן סיי וועלכע קאנפליקט, דירעקט ווי אומדירעקט, און פיל מאל טראץ די פרעשור פון עסקנים און משפחה צו קעמפן ענדלאז. ס'איז פארהאן דאס אויך, וממנם ילמדו.
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1764
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 07, 2015 2:14 pm
- האט שוין געלייקט: 929 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1485 מאל
דערציילט מיר א יונגערמאן א גרוש, ער איז געגאנגען צו זיין געוועזענער שווערס רב זיך באקלאגן ובכן מען לאזט אים נישט צו זיין אינגל, דאס טויג דאך נישט פארן קינד אליין?
ענטפערט אים דער רעספעקטירטער רב אז ער זעט דאס קינד כסדר, ער קוקט אויס גליקליך און צופרידן, און עס פעלט אים גארנישט אנעם טאטן. ודפח"ח.

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום moshav zekeinim, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
אם בתירוץ אחד מתורצות שתיים או שלוש קושיות, קרוב לומר שהתירוץ אמיתי. וככל שיגדל מספר הקושיות המתורצות באותו תירוץ, כך מתחזקת ההנחה שהתירוץ אמיתי.
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1764
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 07, 2015 2:14 pm
- האט שוין געלייקט: 929 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1485 מאל
יואליש, איך בין זעכער אז לויט די היינטיגע אנגענומענע נארמע דארף א קינד זיין טאטע און אז ער האט עס נישט וועט אים עפעס ערנסט פעלן. אבער דאס איז מעגליך בלויז ווייל דער מאדעל פון אונזער לעבן איז געבויט אויף חיי משפחה מיט טאטע מאמע, וואלט אבער דער מאדעל געווען אנדערש אויסגעשטעלט וואלט עס מעגליך נישט געווען א יסוד אינעם קינדס לעבן.
ענגלס, פון די מיסדי שיטת הקומיניזם, און שיתף פון קארל מארקס, האט שטודירט דאס עקסטרעם סאצעאליסטיש לעבן פון פארשידענע אמער-אינדיאנע שבטים אין צפון-מזרח אמעריקא, אונזער משפחה מאדעל פון טאטע מאמע האט ביי זיי נישט עקזיסטירט, נאר אנשטאט דעם איז געווען א שבט, דהיינו, א גרופע זכרים און נקבות האבן זיך גרופירט, און ביז א יאר דערויף האבן אנגעהויבן צו שפראצן קינדער אן א וויסן ווער עס איז זייער גענעטישער טאטע, אזויווי א ריכטיגער סאציאלער גרופ האט יעדער געטראגן יעדנס אחריות, די קינדער האבן פון אזא באגריף טאטע נישט געוויסט צו זאגן און אפשר קוים פון א באגריף מאמע, און דער מהלך שטאמט ביי זיי לכאורה זינט ששת ימי בראשית.
ענגלס, פון די מיסדי שיטת הקומיניזם, און שיתף פון קארל מארקס, האט שטודירט דאס עקסטרעם סאצעאליסטיש לעבן פון פארשידענע אמער-אינדיאנע שבטים אין צפון-מזרח אמעריקא, אונזער משפחה מאדעל פון טאטע מאמע האט ביי זיי נישט עקזיסטירט, נאר אנשטאט דעם איז געווען א שבט, דהיינו, א גרופע זכרים און נקבות האבן זיך גרופירט, און ביז א יאר דערויף האבן אנגעהויבן צו שפראצן קינדער אן א וויסן ווער עס איז זייער גענעטישער טאטע, אזויווי א ריכטיגער סאציאלער גרופ האט יעדער געטראגן יעדנס אחריות, די קינדער האבן פון אזא באגריף טאטע נישט געוויסט צו זאגן און אפשר קוים פון א באגריף מאמע, און דער מהלך שטאמט ביי זיי לכאורה זינט ששת ימי בראשית.
אם בתירוץ אחד מתורצות שתיים או שלוש קושיות, קרוב לומר שהתירוץ אמיתי. וככל שיגדל מספר הקושיות המתורצות באותו תירוץ, כך מתחזקת ההנחה שהתירוץ אמיתי.
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1764
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 07, 2015 2:14 pm
- האט שוין געלייקט: 929 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1485 מאל
כאטש יואלי לעבאוויטשעס דרשה אז א קינד דארף זיין טאטע איז געווען רירנד ביז גאר, וואלט אבער א דרשה פון ר' מיכל לעבאוויטש אז "א טאטע דארף זיין קינד" געווען פיל מער רירנד.
אם בתירוץ אחד מתורצות שתיים או שלוש קושיות, קרוב לומר שהתירוץ אמיתי. וככל שיגדל מספר הקושיות המתורצות באותו תירוץ, כך מתחזקת ההנחה שהתירוץ אמיתי.
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).
- א איד
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1320
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 25, 2012 1:25 pm
- געפינט זיך: אויפן אנדערן זייט סמבטיון
- האט שוין געלייקט: 606 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 712 מאל
Re: יואלי לעבאוויטש - האסט מיך צוריקגעגעבן מיין טאטע
עס איז דא במשך השנים אסאך אזעלכע דרשות פון עם, ווי ער שרייט און וויינט, אז א טאטע דארף זיינע קינדער
מאך נישט קאליע די מעשה מיט אמת'ע פאקטן - אבער פונעם אמת וועל איך זיך בשום אופן נישט בייגן.
- יואליש
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2681
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
- האט שוין געלייקט: 1390 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4310 מאל
ס'פאלט מיר יעצט איין א געדאנק אז דאס וואס פסיכילאגן זאגן היינט אז א קינד'ס אייגענע אינדענטיטעט איז געמישט מיט די עלטערן איז מרומז אין די תורה פאריגע וואכעדיגע סדרה. ונפשו קשורה בנפשו. פאר בנימין איז וויכטיגער געווען צו זיין מיטן אייגענע טאטע אין ארומקייט און הונגער מער פון זיין אין קעניגליכע פאלאץ מיט פלעגונג, רייכטום און באקוועמליכקייט.
#בדרךאפשר
#בדרךאפשר
- יואליש
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2681
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
- האט שוין געלייקט: 1390 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4310 מאל
א איד האט געשריבן:עס איז דא במשך השנים אסאך אזעלכע דרשות פון עם, ווי ער שרייט און וויינט, אז א טאטע דארף זיינע קינדער
דאס זענען צוויי באזונדערע, אן אמת'ע, געברויכן. לדעתי איז דאס קינד'ס צורך פאר זיינע עלטערן הונדערט מאל שטערקער, און דאס ברויך זיין די פריאריטעט. פונקט ווי יעדער פארשטייט אז ווען אן ערוואקסענע ברויך א דאך איבערן קאפ אין קינדער ברויכן א דאך איבערן קאפ קומען קינדער קודם.
יואליש האט געשריבן:ס'פאלט מיר יעצט איין א געדאנק אז דאס וואס פסיכילאגן זאגן היינט אז א קינד'ס אייגענע אינדענטיטעט איז געמישט מיט די עלטערן איז מרומז אין די תורה פאריגע וואכעדיגע סדרה. ונפשו קשורה בנפשו. פאר בנימין איז וויכטיגער געווען צו זיין מיטן אייגענע טאטע אין ארומקייט און הונגער מער פון זיין אין קעניגליכע פאלאץ מיט פלעגונג, רייכטום און באקוועמליכקייט.
#בדרךאפשר
וויי איז מיר, אז דער סארקאסטישער [tag]יואליש[/tag] ברענגט גאר ראיות פון די תורה צו א פסיכיאלאגישע אנאליז...

-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1764
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 07, 2015 2:14 pm
- האט שוין געלייקט: 929 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1485 מאל
אין צוזאמענהאנג מיט דעם קליפ א קינד דארף זיין טאטע, איז אינטרעסאנט צו ברענגען די היסטאריע פון דעם קעניג "שאקא" - דער גרינדער פונעם מעכטיגסטער סוב-סאהארא אפריקאנער אימפעריע אין די היסטאריע, דער זולו אימפעריע אינעם היינטיגן מזרח-דרום אפריקא וועמענס שטארקייט עס האט אפילו איבערגעשטיגן די גבירה פון די פארגעשריטענע האלענדישע און ענגלישע אינוואדירער - וואס זיין אומזיגבארע גבורה און עקשנות'דיגער קאמפסגרייטקייט - צוליב וואס היסטאריקער באטיטלען אים "דער נאפאליאן פון אפריקא" - האט ער אנטוויקלט א דאנק דאס זיין אפגעשטויסן פון זיין לעבעדיגן טאטן. אבער דא איז עס געווען דווקא צוליב וואס זיין טאטע איז געווען דער וואס האט אים -אינאיינעם מיט זיין מאמען- אוועק געווארפן, צוליב געלט מאנגל. ומעשה שהיה כך היה.
סאנזאנ-גאקאנא, דער מנהיג פונעם זולו שבט, א קליין שבט'ל צווישן אנדערע צענגליגע קריגערישע דרום אפריקאנע שבטים, האט פארמאגט צוויי ווייבער. האט ער זיך אבער אמאל באגעגנט מיטן שיינעם "נאנדי" א טאכטער פון א דערנעבנדיגער מנהיג, און מיט איר פארברענגט ויבא אליה... רעכענענדיג אז זי וועט נישט פארשוואנגערט ווערן פון אים.
פון הימל האט מען אבער אנדערש געוואלט, ויהי היום, און נאנדי באווייזט זיך נאכאמאל בבית המלך סנזנגקונה, און זאגט אים אן די בשורה אז זי איז פארשוואנגערט געווארן פון אים והנה הרה היא.
סאנזאנגאקאנא איז שאקירט געווארן דערפון, הייסט עס אז ער וועט יעצט דארפן נעמען אחריות פון נאך א ווייב מיט קינדער?
"ניין -האט ער זיך אנגערופן צו איר - דו מאכסט א טעות, א "שאקא קאפער (beetle) האט דיר געוויס געביסן און דערפאר איז דיין בויך אויפגעבלאזן.
עס האט אבער נישט לאנג גענומען זיך צו איבערצייגן אז נישט קיין ביס פון א שאקא קאפער האט איר בויך אויפגעבלאזן, נאר עס געפונט זיך א קינד בבטנה, ותלד בן, ותקרא שמו שאקא על שאמר אביו פן חיפושית השוקו נשכה את אמו ולא הרה היא.
אזוי ווי דער מלך הזולו האט זיך איבערצייגט כי הוליד לו בן מננדי, האט ער איר געהייראט. אבער מיט די צייט האט ער געזען כי לא יכול לשאת עול אשה שלישית, וישכם מלך זולו בבוקר וייקח לחם וחמת מים וייתן אל ננדי שם על שכמה, ואת-הילד וישלחה, ותלך ננדי אל המדבר צום שבט פון איר פאטער.
גאר שווערע צייטן איז דער קליינע שאקא אדורך, זיינע חברים פלעגן אים דערמאנען אז ער האט נישט זיין טאטן מיט זיך, און אז ער וואוינט אין אן אנדער שבט. איינמאל ווען די גרופע קינדער האבן אינאיינעם געגעסן גריס וואס די שכינות'דיגע מאמעס האבן אינאיינעם אפגעקאכט, איז שאקא פאר א קורצע וויילע אוועק פונעם חבירה קינדער, האבן די קינדער אים אנגעגרייט א שפיצל און אנגעהייצט אויף פייער דעם גריס, און ווען שאקא האט זיך אומגעקערט, האט ער זיך אפגעבריט די ליפן. שאקא האט זיך גענומען ביטערליך וויינען, און די אכזריות'דיגע קינדער האבן אויסגעפלאצט אין א געלעכטער אויסרופענדיג: "רוף דיין טאטן פון זולו".
שאקא האט אנגעהויבן איינזען, אז כדי איבערצולעבן די שפטישע רדופות איבער זיין טאטנס אפוועזנהייט, וועט ער זיך מוזן אליין שטארקן און זיך אויסלערנען וויאזוי זיך צו באשיצן. שאקא איז פארוואנדלט געווארן אין א שטייפער יונג מיט א געוואלדיגער דרייסטקייט. און ווען עס איז געקומען זיין צייט צו דינען בצבא שבטו האט זיך דער שר הצבא גאנץ שנעל איבערצייגט אז ער האט פאר זיך א לייב, א דרייסטער לוחם מיט אויסנאמליכע סטראטעגיעס, און עס האט נישט לאנג גענומען און שאקא איז געווארן דער שר הצבא מיט א אויסגערופענער כאריזמע.
שאקא'ס רייץ נאך מלחמה האט נישט געהאט קיין אפשטעל, און מיט א שטורעמישער ענערגי, האט ער מיט זיינע בליציגע סטראטעגיעס אנגעהויבן אייננעמען איין שבט נאכן אנדערן, און שאקא איז פארוואנדלט געווארן אין א מנהיג פון א שטיקל לאנד. זיין יועץ ראשי איז געווען זיין אייגענע מאמע.
שאקא האט יעצט געהאט א שאיפה, צוצוקומען צום לאנד פון זיין פארשטארבענעם טאטן, איר אייננעמען, און איבערנעמען די מלוכה פון זיין טאטן נאך וועם ער האט אזוי געגארט, וואס איז דערווייל געווען אין די הענט פון איינע פון זיינע האלבע ברודער.
דער שעיפה איז אויסגעפירט געווארן גאר שנעל, און די אלע איינגענומענע שבטים דורך שאקא זענען פארוואנדלט געווארן אלס א טייל פון דער מלכות הזולו וואס איז ביז יעצט געווען א פארשטויסענער שבט. שאקא האט אבער געהאט פלענער צו פארגרעסערן דאס מלכות, וואס האט זיך געפירט פון זיין טאטנס לאנד, און צוביסליך איז דער זולו מלכות פארוואנדלט געווארן אין א אימפעריע, די שטערקסטע און דרום סהרה'ס היסטאריע.
סאנזאנ-גאקאנא, דער מנהיג פונעם זולו שבט, א קליין שבט'ל צווישן אנדערע צענגליגע קריגערישע דרום אפריקאנע שבטים, האט פארמאגט צוויי ווייבער. האט ער זיך אבער אמאל באגעגנט מיטן שיינעם "נאנדי" א טאכטער פון א דערנעבנדיגער מנהיג, און מיט איר פארברענגט ויבא אליה... רעכענענדיג אז זי וועט נישט פארשוואנגערט ווערן פון אים.
פון הימל האט מען אבער אנדערש געוואלט, ויהי היום, און נאנדי באווייזט זיך נאכאמאל בבית המלך סנזנגקונה, און זאגט אים אן די בשורה אז זי איז פארשוואנגערט געווארן פון אים והנה הרה היא.
סאנזאנגאקאנא איז שאקירט געווארן דערפון, הייסט עס אז ער וועט יעצט דארפן נעמען אחריות פון נאך א ווייב מיט קינדער?
"ניין -האט ער זיך אנגערופן צו איר - דו מאכסט א טעות, א "שאקא קאפער (beetle) האט דיר געוויס געביסן און דערפאר איז דיין בויך אויפגעבלאזן.
עס האט אבער נישט לאנג גענומען זיך צו איבערצייגן אז נישט קיין ביס פון א שאקא קאפער האט איר בויך אויפגעבלאזן, נאר עס געפונט זיך א קינד בבטנה, ותלד בן, ותקרא שמו שאקא על שאמר אביו פן חיפושית השוקו נשכה את אמו ולא הרה היא.
אזוי ווי דער מלך הזולו האט זיך איבערצייגט כי הוליד לו בן מננדי, האט ער איר געהייראט. אבער מיט די צייט האט ער געזען כי לא יכול לשאת עול אשה שלישית, וישכם מלך זולו בבוקר וייקח לחם וחמת מים וייתן אל ננדי שם על שכמה, ואת-הילד וישלחה, ותלך ננדי אל המדבר צום שבט פון איר פאטער.
גאר שווערע צייטן איז דער קליינע שאקא אדורך, זיינע חברים פלעגן אים דערמאנען אז ער האט נישט זיין טאטן מיט זיך, און אז ער וואוינט אין אן אנדער שבט. איינמאל ווען די גרופע קינדער האבן אינאיינעם געגעסן גריס וואס די שכינות'דיגע מאמעס האבן אינאיינעם אפגעקאכט, איז שאקא פאר א קורצע וויילע אוועק פונעם חבירה קינדער, האבן די קינדער אים אנגעגרייט א שפיצל און אנגעהייצט אויף פייער דעם גריס, און ווען שאקא האט זיך אומגעקערט, האט ער זיך אפגעבריט די ליפן. שאקא האט זיך גענומען ביטערליך וויינען, און די אכזריות'דיגע קינדער האבן אויסגעפלאצט אין א געלעכטער אויסרופענדיג: "רוף דיין טאטן פון זולו".
שאקא האט אנגעהויבן איינזען, אז כדי איבערצולעבן די שפטישע רדופות איבער זיין טאטנס אפוועזנהייט, וועט ער זיך מוזן אליין שטארקן און זיך אויסלערנען וויאזוי זיך צו באשיצן. שאקא איז פארוואנדלט געווארן אין א שטייפער יונג מיט א געוואלדיגער דרייסטקייט. און ווען עס איז געקומען זיין צייט צו דינען בצבא שבטו האט זיך דער שר הצבא גאנץ שנעל איבערצייגט אז ער האט פאר זיך א לייב, א דרייסטער לוחם מיט אויסנאמליכע סטראטעגיעס, און עס האט נישט לאנג גענומען און שאקא איז געווארן דער שר הצבא מיט א אויסגערופענער כאריזמע.
שאקא'ס רייץ נאך מלחמה האט נישט געהאט קיין אפשטעל, און מיט א שטורעמישער ענערגי, האט ער מיט זיינע בליציגע סטראטעגיעס אנגעהויבן אייננעמען איין שבט נאכן אנדערן, און שאקא איז פארוואנדלט געווארן אין א מנהיג פון א שטיקל לאנד. זיין יועץ ראשי איז געווען זיין אייגענע מאמע.
שאקא האט יעצט געהאט א שאיפה, צוצוקומען צום לאנד פון זיין פארשטארבענעם טאטן, איר אייננעמען, און איבערנעמען די מלוכה פון זיין טאטן נאך וועם ער האט אזוי געגארט, וואס איז דערווייל געווען אין די הענט פון איינע פון זיינע האלבע ברודער.
דער שעיפה איז אויסגעפירט געווארן גאר שנעל, און די אלע איינגענומענע שבטים דורך שאקא זענען פארוואנדלט געווארן אלס א טייל פון דער מלכות הזולו וואס איז ביז יעצט געווען א פארשטויסענער שבט. שאקא האט אבער געהאט פלענער צו פארגרעסערן דאס מלכות, וואס האט זיך געפירט פון זיין טאטנס לאנד, און צוביסליך איז דער זולו מלכות פארוואנדלט געווארן אין א אימפעריע, די שטערקסטע און דרום סהרה'ס היסטאריע.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום moshav zekeinim, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
אם בתירוץ אחד מתורצות שתיים או שלוש קושיות, קרוב לומר שהתירוץ אמיתי. וככל שיגדל מספר הקושיות המתורצות באותו תירוץ, כך מתחזקת ההנחה שהתירוץ אמיתי.
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1764
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 07, 2015 2:14 pm
- האט שוין געלייקט: 929 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1485 מאל
יואליש האט געשריבן:א איד האט געשריבן:עס איז דא במשך השנים אסאך אזעלכע דרשות פון עם, ווי ער שרייט און וויינט, אז א טאטע דארף זיינע קינדער
דאס זענען צוויי באזונדערע, אן אמת'ע, געברויכן. לדעתי איז דאס קינד'ס צורך פאר זיינע עלטערן הונדערט מאל שטערקער, און דאס ברויך זיין די פריאריטעט. פונקט ווי יעדער פארשטייט אז ווען אן ערוואקסענע ברויך א דאך איבערן קאפ אין קינדער ברויכן א דאך איבערן קאפ קומען קינדער קודם.
א דאך איבערן קאפ אפשר יא, אבער קשר מאן ימר?
מיין סברא זאגט פארקערט, א קינד אן קיין טאטן, ווי נישט ווי ער וואקסט אויף און סעטלט זיך א נייער לעבן צום סוף. דער טאטע אן די קינדער, ספעציעל ווען מען ערציט אים די קינדער אנדערש ווי ער וויל, איז זיין לעבן עליל צו ווערן ריאונירט עד סטף ימיו און שטארבן ביגון שאולה רח"ל.
און אז דו ביסט שוין געקומען מיט א ראיה פון די תורה, וועל איך אויך ברענגען א ראיה פון די תורה, פאר וועם איז דער ריס געווען שווערער, פאר יוסף דער זון, אדער פאר יעקב דעם טאטן?
אם בתירוץ אחד מתורצות שתיים או שלוש קושיות, קרוב לומר שהתירוץ אמיתי. וככל שיגדל מספר הקושיות המתורצות באותו תירוץ, כך מתחזקת ההנחה שהתירוץ אמיתי.
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1764
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 07, 2015 2:14 pm
- האט שוין געלייקט: 929 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1485 מאל
- יואליש
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2681
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
- האט שוין געלייקט: 1390 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4310 מאל
גאנצל האט געשריבן:יואליש
איין יואליש לעבאוויטש איז פונקט אזוי גוט ווי די פסעכלאגישע ביכער
דאס ווייזט אז דברים יוצאין מן הלב זענען מער ווערט ווי טויזנט באשרייבעכץ
ער האט אויפגעשטארעמט א וועלט
די בוך וואס כ'האב פארגעשלאגן איז נישט קיין פסיכילאגישע בוך. ס'איז אן אמת'ע מעשה געשילדערט ביי א קינד (היינט א באבע פון אייניקלעך).
און וואס גענוי קוועטשט דיר דא? יעדער האט ליעב "העפילי עווער עפטער" מעשה'לעך, אבער די מעשה וואס ראשעקעל האט געפאוסט פאר ווער עס האט א מוח בקדקדו פארשטייט אז דאס איז ווייט פון דעם. די חרבנות בלייבן פאר אייביג אפי' ווען ס'איז והשיב לב בנים על אבות אין די שפעטערדיגע יארן. איז די וועלט אויפגעשטורעמט געניג צו אינטערווינען אין אנגייענדיגע קעיסעס "אן קיין אויסנאם"? אדער ביי אנגעייענדיגע קעיסעס פארשטייט מען נאך אז "די קעיס איז אנדערש" און "יענע פאל איז אנדערש" און "דער רב ווייזט זיכער וואס ער טיט" און "יענער עסקן איז אן עקספערט און עוסק לשם שמים" וכו'. ווייל אויב יא, אפשר ברויך מען זיך יא זיך זעלבסט עדיוקעטאן צו פארשטיין דעם שורש פורה ראש ולענה פון parental alienation.
בונה עולם האט זיך נישט באגעניגט מיט אויפשטעלן אלד-עידזש הייזער צו באשעפטיגען קינדערלאזע פארפעלקער. זיי ארבייטן צו אפשטעלן די צרה אין צייט' בעוד מועד when it matters the most. און דאס איז די שווערסטע אין די פעלער. בשעת די נקמה געפילן פון די קעגנזייטיגע צדדים פלאקערט און די שקרים פליען אין ביהמ"ד און די קינדער פאלן שטילע קרבנות - בשעת יעדער איז פארנימען מיט ווער ס'איז גערעכט אין א גט, דאנמאלס איז דאס וויכטיגסטע צו נעמען א דרייסטע פשרות'לאזע שטעלונג קעגן "יעדע" טאטע אדער מאמע וואס עליענעט קינדער למחצה שליש ורביע, קעגן אן עסקן און רב וואס גיט סטראטעגישע, גייסטישע, פיזישע אדער פינאנציעלע שטיצע.
יואלי לעבאוויטש איז קוראזשפאל און א היראו וואס שרייט אז גאנצעטע הייזער מיט קינדער דערין פלאקערן. מ'ברויך נאך אלס צוקומען צו פייער לעשער. מ'ברויך נאכאלס אינסטאלירן ספרינקלער סיסטעמס און סמאוק דידעקטארס און אנדערע מאדערענע זיכערהייט מאסנאמען. ס'ענדיגט זיך נישט מיטן שרייען "ראטעוועט!"
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום יואליש, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.