בלאט 1 פון 2
א וויקענד געט-עוועי - ווי צו פארן אויפן וויקענד
נשלח: זונטאג יולי 01, 2012 10:31 pm
דורך טעלעפאן
זייענדיג פון די וואס גלייכן נישט די שמעקעדיגע באנגעלויס וכל המצטרף, בין איך געבליבן אין שטאט פארן זומער, אין מיין געשמאקע לופטיגע דירה. איך וואלט אבער א געהאט חשק אוועקצופארן אויפן וויקענד, נישט קיין נפק״מ וועלכע וואך. איך וועל אויסרעכענען עטליכע ערטער ווי איך בין שוין געווען, די חסרונות און מעלות אד״ג, לאמיר אויך הערן אייערע רעיונות... נ.ב. שבת דארף איך א שוהל ״וואלקינג דיסטענס״
ניו העמפשיר- איז דא א געוואלדיגע געשמאקע Hampton inn, דער פלאץ איז פול מיט מעלות, געשמאקע לופט, גוטע אטראקציעס, הערליכע אויסקוק. עסן איז נישטא געהעריג ווי צו קויפן- סטרולאוויטש/ארלינגטאן האט אפגעשפארט היי יאר. שבת איז נישטא וואו איינצושטיין אחוץ עטליכע עלטערן הייזער אדער מאטעלן...
לעיק דזשארדזש, סאראטאגע ספרינגס - גאנץ שיין אבער נישט ספעציעל אינטערעסאנט, זומער איז דא כשר׳ס צו באקומען דא און דארט.
ניופארט, ראוד איילענד - די האטעלן וואס זענען ״וואלקינג דיסטענס״ צום שוהל זענען זייער טייער, א גוטער האטעל איז בערך 300 א נאכט
האנטערס - בין איך נאך נישט געווען..
איך דארף לויפן... כ׳וועל ממשיך זיין שפעטער..
נשלח: זונטאג יולי 01, 2012 10:43 pm
דורך ניו יארק
נייעגרע פאולס - זייער אינטערעסאנט, עס איז נישט דא צופיל אטראקציעס, מען קען אלעס אנקומען און איין טאג.
נשלח: זונטאג יולי 01, 2012 11:35 pm
דורך טעלעפאן
גערעכט. אבער ווידער א מנין פראבלעם אום שבת....
Re: א וויקענד געט-עוועי - ווי צו פארן אויפן וויקענד
נשלח: מאנטאג יולי 02, 2012 12:24 am
דורך ל.רוזן
יולי און אוגסט איז דא א מנין און סעודת שבת און דער האטעל פאר מער קען מען טשעקען jewishniagra.com
Sent from my SPH-M580BST Using ForumTouch for Android
נשלח: מאנטאג יולי 02, 2012 12:55 pm
דורך שלמה המלך
טעלעפאן האט געשריבן:גערעכט. אבער ווידער א מנין פראבלעם אום שבת....
עס איז דא א חב"ד האויז דארט (אויב דאס איז גענוג כשר פאר דיר)
נשלח: מאנטאג יולי 02, 2012 4:57 pm
דורך קלאר
איינער זאגט מיר אז די הייעט האטעל אין מעריסטאן ניו זשורזי (נאנט צו ברוקלין)
גיבט א שטוב פאר 70 דאללער א נאכט (נאר פרייטוג אין שבת) אויב מען גייט דורך די לאקאלע אידישע קהילה
עס איז דא א מקוה אין ביהמ''ד אין שכינות
ווי אויך קען מען דינגען א שטוב פאר שבת סעודות אין די האטעל
דא האט די ביליגערע רעיט
http://www.hyatt.com/hyatt/reservations ... teId=62356די לינק צו די קהילה'ס סייט
http://www.ahavas.net/נאר פאר איך טראכט פין רעזערווירן וואלט איך געוואלט הערן אויב איינער פין קאווע שטיבל האט א השגה איבער דעם פלאץ
לוינט זיך עס?
נשלח: מאנטאג יולי 02, 2012 5:39 pm
דורך טעלעפאן
קלאר האט געשריבן:איינער זאגט מיר אז די הייעט האטעל אין מעריסטאן ניו זשורזי (נאנט צו ברוקלין)
גיבט א שטוב פאר 70 דאללער א נאכט (נאר פרייטוג אין שבת) אויב מען גייט דורך די לאקאלע אידישע קהילה
עס איז דא א מקוה אין ביהמ''ד אין שכינות
ווי אויך קען מען דינגען א שטוב פאר שבת סעודות אין די האטעל
דא האט די ביליגערע רעיט
http://www.hyatt.com/hyatt/reservations ... teId=62356די לינק צו די קהילה'ס סייט
http://www.ahavas.net/נאר פאר איך טראכט פין רעזערווירן וואלט איך געוואלט הערן אויב איינער פין קאווע שטיבל האט א השגה איבער דעם פלאץ
לוינט זיך עס?
איך בין שוין דארט געווען. דער האטעל איז רוישיג, אבער זייער שיין און געשמאק. (און איך בין א שטארקער פיינשמעקער..) די חב״ד שטיבל איז אויך זייער בא׳טעמ׳ט. כ׳האב נישט ארויסגענומען קיין עקסטערע צימער פאר סעודות. כ׳האב מיך טאקע באנוצט מיט די אויבנדערמאנטע וועבסייט צו באקומען א בעסערע רעיט. איך וואלט אהינגעגאנגען נאר איך זוך פשוט א פלאץ מיט אטראקציעס, וואו איך קען בלייבן פאר זונטאג אויך...
נשלח: מאנטאג יולי 02, 2012 5:45 pm
דורך לעמיל
עס איז דא איינער ער ריפט זיך שבת געט עוועי ער מאכט געווענטליך זימער יעדע שבת אין א אנדרע האטעל זייער א געשמאקע אטמוספער שטעלט צו אמאל א באטע אמאל א קידוש, עסען דארף מען אליינס ברענגען, די רומס זענען סוויטס איז דא גענוג פלאץ אויף צו עסען אויך
נשלח: מאנטאג יולי 02, 2012 5:47 pm
דורך קלאר
טעלעפאן האט געשריבן:קלאר האט געשריבן:איינער זאגט מיר אז די הייעט האטעל אין מעריסטאן ניו זשורזי (נאנט צו ברוקלין)
גיבט א שטוב פאר 70 דאללער א נאכט (נאר פרייטוג אין שבת) אויב מען גייט דורך די לאקאלע אידישע קהילה
עס איז דא א מקוה אין ביהמ''ד אין שכינות
ווי אויך קען מען דינגען א שטוב פאר שבת סעודות אין די האטעל
דא האט די ביליגערע רעיט
http://www.hyatt.com/hyatt/reservations ... teId=62356די לינק צו די קהילה'ס סייט
http://www.ahavas.net/נאר פאר איך טראכט פין רעזערווירן וואלט איך געוואלט הערן אויב איינער פין קאווע שטיבל האט א השגה איבער דעם פלאץ
לוינט זיך עס?
איך בין שוין דארט געווען. דער האטעל איז רוישיג, אבער זייער שיין און געשמאק. (און איך בין א שטארקער פיינשמעקער..) די חב״ד שטיבל איז אויך זייער בא׳טעמ׳ט. כ׳האב נישט ארויסגענומען קיין עקסטערע צימער פאר סעודות. כ׳האב מיך טאקע באנוצט מיט די אויבנדערמאנטע וועבסייט צו באקומען א בעסערע רעיט. איך וואלט אהינגעגאנגען נאר איך זוך פשוט א פלאץ מיט אטראקציעס, וואו איך קען בלייבן פאר זונטאג אויך...
ווי האסט געגעסן?
איך זעה אז ווען מען נישט די לינק קומט ארויף א מעסעזש סעפציעל פאר אינז יודעלעך
No parties are allowed in guestrooms.
נשלח: מאנטאג יולי 02, 2012 7:22 pm
דורך טעלעפאן
אין מיין צימער. מיטגעברענגט אייגענס (געקויפט...)
נאך שבת האב איך טאקע געזעהן דעם מעסעדזש אויפן וועבסייט.. אבער ס׳איז שוין געווען לאחר המעשה
נשלח: מיטוואך יולי 18, 2012 10:48 pm
דורך zamel
געווען א שבת אין פארסיפענני ניו גערסי עמבעסי האטעל זייער שיינע סוויטס געווען מנין אויפן פלאץ הערליכע לאבי שיינע גראונד, אבער וואס צו טוען איז נישט דא אין די גאנצע אומגעגענט.
אינפארמעישן וועגן מנין האב איך באקומען פון מר. וויינשטאק פון שבת געטעוועי
נשלח: מיטוואך יולי 18, 2012 10:50 pm
דורך zamel
געהערט האב איך אז אין סקרענטאן פעננסילוועניע איז דא שיינע האטעלס נישט ווייט פון א מנין ווי אויך איז דא וואס צו טוען און סקרענטאן.
גוטע טיפ צו זיכען איז גייט צו גאודאווען.קאם און קוק ווי עס איז דא מנין אין א 30 מייל רעשיא, דערנאך לייג אריין די אדרעס אין גאגל און לייג אריין האטעל'ס ניער.
נשלח: פרייטאג יולי 20, 2012 12:41 pm
דורך נס קאווע
hotelsnearshuls.com קען זיין בייהילפיג
נשלח: זונטאג יולי 22, 2012 9:12 pm
דורך משה געציל
איינער ווייסט פון א פלאץ אין סי-געט וואס שטעלט צו אויך עסן פאר א שבת?
נשלח: זונטאג יולי 22, 2012 9:24 pm
דורך שמואל הלוי
משה געציל האט געשריבן:איינער ווייסט פון א פלאץ אין סיגעט וואס שטעלט צו אויך עסן פאר א שבת?
אין סיגעט אדער אין סי-געיט?
נשלח: זונטאג יולי 22, 2012 9:30 pm
דורך משה געציל
סי-געיט
נשלח: זונטאג יולי 22, 2012 9:35 pm
דורך שמואל הלוי
זעה
דא א שטיקל שמועס איבער א פלאץ אין סי-געיט וואס ס'הייסט 'מנוחת הנפש', און שטעלט צו גאר געשמאקע עסן.
נשלח: זונטאג יולי 22, 2012 9:38 pm
דורך שמואל הלוי
אין א אנדערע אשכול דארט שטייט אויך א טעלעפאן נומער, אבער איך בין נישט זיכער אויב ס'איז די זעלבע פלאץ אדער א צווייטע. די נומער איז: 718.946.2934
נשלח: זונטאג יולי 22, 2012 9:39 pm
דורך משה געציל
יישר כח שמואל, יעצט ווייס איך ווי נישט צו גיין.
נשלח: זונטאג יולי 22, 2012 9:40 pm
דורך שמואל הלוי
משה געציל האט געשריבן:יישר כח שמואל
מיי פלעזשור
נשלח: זונטאג יולי 22, 2012 9:42 pm
דורך זר זהב
משה געציל האט געשריבן:יישר כח שמואל, יעצט ווייס איך ווי נישט צו גיין.
איי סעקאנד דעט
נשלח: מאנטאג אוגוסט 13, 2012 6:21 pm
דורך קורץ און שארף
לעמיל האט געשריבן:עס איז דא איינער ער ריפט זיך שבת געט עוועי ער מאכט געווענטליך זימער יעדע שבת אין א אנדרע האטעל זייער א געשמאקע אטמוספער שטעלט צו אמאל א באטע אמאל א קידוש, עסען דארף מען אליינס ברענגען, די רומס זענען סוויטס איז דא גענוג פלאץ אויף צו עסען אויך
דא איז זיין וועבזייטל
נשלח: מאנטאג אוגוסט 13, 2012 6:22 pm
דורך קורץ און שארף
די וואך שבת ראה פארט ער טאקע צו פארסיפפעני ניו זשערסי, אין די עמבעסי סוויטס.