בלאט 1 פון 1

עפענען א סעללער אקאונט אויף עמעזאן

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 12:53 pm
דורך וויליאמסבורגער
איך וויל טרייען צו פארקויפן א פראדוקט אויף עמעזאן. איך מאך די פראדוקט אליין, און כ'וויל זעהן אויב ס'קען זיך פארקויפן. איך האב נישט קיין ליגעל ביזנעס נאמען, אבער איך וויל אז ס'זאל שטיין א ביזנעס נאמען אלס דער פארקויפער, נישט מיין פערזענליכע נאמען. מוז מען האבן א ליגעל נאמען, און אויב נישט, מוזן די קאסטומערס זעהן מיין פריוואטע נאמען?

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 12:56 pm
דורך ברוך בער
וויליאמסבורגער האט געשריבן:איך וויל טרייען צו פארקויפן א פראדוקט אויף עמעזאן. איך מאך די פראדוקט אליין, און כ'וויל זעהן אויב ס'קען זיך פארקויפן. איך האב נישט קיין ליגעל ביזנעס נאמען, אבער איך וויל אז ס'זאל שטיין א ביזנעס נאמען אלס דער פארקויפער, נישט מיין פערזענליכע נאמען. מוז מען האבן א ליגעל נאמען, און אויב נישט, מוזן די קאסטומערס זעהן מיין פריוואטע נאמען?


מוז נישט זיין קיין ליגעל ביזנעס נאמען. עפן אן אקאונט אויף דיין נאמען און רוף דיין פאבליק סעללער נאמען וואס עס שמעקט דיר קיינער וועט נישט זעהן דיין פריוואט נאמען.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 1:09 pm
דורך [NAMELESS]
נאר אויב ביסט א אידעווידזואל סעלער, א פרוי דארף שוין יא האבן א ביזנעס.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 1:14 pm
דורך וויליאמסבורגער
מיין אדרעס וועט אויך קיינער נישט זעהן?

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 1:15 pm
דורך וויליאמסבורגער
בן אדם האט געשריבן:נאר אויב ביסט א אידעווידזואל סעלער, א פרוי דארף שוין יא האבן א ביזנעס.

מיינסט א "פרא" נישט אן אשה :)

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 1:28 pm
דורך [NAMELESS]
וויליאמסבורגער האט געשריבן:
בן אדם האט געשריבן:נאר אויב ביסט א אידעווידזואל סעלער, א פרוי דארף שוין יא האבן א ביזנעס.

מיינסט א "פרא" נישט אן אשה :)

יא. כ'האב געוואלט שרייבן פראו, אבער מיין קיבארד האט זעט אויס געהאט עפעס אנדערש אין קאפ. בבחינת חמורו של...

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 3:16 pm
דורך [NAMELESS]
וויליאמסבורגער האט געשריבן:מיין אדרעס וועט אויך קיינער נישט זעהן?

יא. אויף די ריטערן אדרעסס פון די שיפינג לעבל. סתם אזוי נישט.

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 25, 2015 1:34 am
דורך וויליאמסבורגער
עמעזאן בעט מיך פאר א EAN or UPC. ווי איך האב פריער געשריבן מאך איך די פראדוקט אליינס. וואס קען איך טוהן?

Re: עפענען א סעללער אקאונט אויף עמעזאן

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 25, 2015 8:35 am
דורך גרויסע מענטשעלע
UPC קען מען קויפן


יארן צוריק קען זיין נאך היינט אויך פלעגן מענטשען נוצען א UPC פין א אייטעם וואס גייט קיינמאל פארקויפט ווערן אויף עמעזאן ווי למשל א גפן קען קארן.

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 25, 2015 11:06 am
דורך ברוך בער
גרויסע מענטשעלע האט געשריבן:UPC קען מען קויפן


יארן צוריק קען זיין נאך היינט אויך פלעגן מענטשען נוצען א UPC פין א אייטעם וואס גייט קיינמאל פארקויפט ווערן אויף עמעזאן ווי למשל א גפן קען קארן.


יא צו א מהדרין אייז קריעם וכדומה.

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 25, 2015 11:10 am
דורך וויליאמסבורגער
אויב וויל איך טאקע ניצן א מהדרין אייסקרים upc, ווי אזוי ווייס איך אויב איינער האט עס שוין אמאל געניצט אויף עמעזאן?

Re: עפענען א סעללער אקאונט אויף עמעזאן

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 25, 2015 11:17 am
דורך גרויסע מענטשעלע
עמעזאן ווען דיך לאזן וויסען בשעתן ליסטען העסטו אדער שפעטער דורך א אימייל.

Re: עפענען א סעללער אקאונט אויף עמעזאן

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 25, 2015 1:50 pm
דורך ביליג
קענסט קויפן upc אויף ebay פאר אפאר דאללאר
אויך קענסטו שרייבן דיין דיספלעי נאמען/פאבליק סעללער נאמען אויף די ריטערן אדדרעס אןי ניצן א po box

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 25, 2015 2:32 pm
דורך ישראל קאפקע

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 25, 2015 3:21 pm
דורך וויליאמסבורגער
א שאד כ'האב נישט געזעהן פריער. כ'האב באצאלט $7.50 פאר דריי UPC'ס. שוין, וועל איך וויסן פאר נעקסט טיים.

איך האב ארויפגעשטעלט מיין פראדוקט, אין מיין אינווענטארי זעה איך active, אבער ווען איך קליק אויף די פראדוקט פעידזש קומט ארויף:

Looking for something?
We're sorry. The Web address you entered is not a functioning page on our site

Go to Amazon.com's Home Page


וואס איז פשט?

Re: עפענען א סעללער אקאונט אויף עמעזאן

נשלח: זונטאג דעצעמבער 27, 2015 1:12 am
דורך קלוגע יודל
קארעל (Corel) פלעגט האבן א פראגרעם וואס מאכט UPC וויסאך די ווילסט און פאר בחנם

Re: עפענען א סעללער אקאונט אויף עמעזאן

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 31, 2015 9:54 pm
דורך קל וחומר
סירטש פאר Barcode generator וועסטו באקומען אן אויסווייל פון אומצאליגע סייטס וואו ד'קענסט אריינטייפן צוועלעף נומערן און באקומסט א פארטיגן upc וכו'

Sent from my LG-LS980 using Tapatalk