עמך ישראל פרנסות

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
פארשפארט
משבק
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 285
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 30, 2014 12:27 pm
האט שוין געלייקט: 93 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 207 מאל

עמך ישראל פרנסות

שליחה דורך משבק »

א גוי לא עלינו ( קרעדיט יארמער רב ) קען זיך אפמוטשען אין קאלעדש 5 יאר, און זיך ענדליך דערשלאגן צו ווערן א דאקטער, לויער, . און מאכן צוויי דריי הונדערט טויזנט דאלאר א יאר . אנדערש איז ביי אונז אידעלעך ווי סאיז דא א גרויסער אויסוואל פון קאריעריעס וואס דער ״ ארויס פון כולל אינגערמאן ״ קען צוקומען אהן די מינדעסטע בילדונג, און ארויסנעמען שיינע רעוועניו . למשל ״ דער מקווה איד ״ . מיטן זיך בלויז איינהאנדלן א שער מאשין , עטליכע פארעדיגע בענקלעך , א ראלל טיקעטס , א לעוואר , האסטו א פארטיגע פרנסה אין די הענט . אין א גאר פארנומענע מקווה ווי סשערן זיך דורכן יאר צען פופצן טויזענט קעפ . איז עס ממש א גאלד גרוב ( פארגעס נישט דאס איז בלויז פון איין טאג א וואך פלאס ערב ימים טובים ). אויב איז דער מקווה איד נישט דער זעלבער ווי דער שמש האמיר נאך א קאריעריע וואס מטרעפט נאר ביינונז . איי מיען טינק אבאוט איט , אין קירכע להבדיל איז נישטא דער איין טאג אין יאר וואס אלע מעמבערס צאלן א פינעפר פאר א ווייך שטיקל ספאנדש , יעדן מאנטאג און דאנערשטאג עליות געלט , צען צענט ריווח אויף יעדע לעכט , . אזוי איז דא נאך צענדליגע פרנסות וואס דער גוי קען דערגרייכן נאר נאכן דורכגיין א גיור פראצעדור ,אופס האמיר נאך א קאריעריע עקסלוסיוו פארן איד ״ א מוהל מיט די מינימאלע אינוועסטמענט , טאשקע ,מעסער, אלקאהאל , און ביסט אין ביזנעס ...
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום משבק, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
ליפא
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2159
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 23, 2015 4:09 am
האט שוין געלייקט: 2314 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1740 מאל

שליחה דורך ליפא »

דו האסט אויך אזא פרנסה, גוי קען קיין משב''ק נישט זיין. אפשר א משב''ט...
טראמפ 2020! טראמפ 2024! טראמפ 2028!
משבק
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 285
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 30, 2014 12:27 pm
האט שוין געלייקט: 93 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 207 מאל

שליחה דורך משבק »

א ליפא איז אויך נישטא דארט
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

איין מינוט, איך האב א גאנצע רשימה פון אזעלכע דזשאב"ס.
1. קעיטערע"ר פאר טיי אווענט"ס פאר א ת"ח הממית עצמו באהלה של תורה וואס האלט הארט פאר'ן חתונה מאכען זיין זיבעטע'ן יתום.
2. זיך שלאגען מיט ציונים, דורך מאכען סיינ"ס פאר נטרונא, טייטשען פון ענגליש אויף אידיש און צוריק פאר זייער וועבזיי"ט, וכהנה וויכטיגע ארבעט.
3. עדיט'ן, מסדר זיין און דרוקען ספרים וואס ווי גרויס די יאר איז וועט קיינער דארט נישט אריינקוקען, אחוץ דער מחבר און זיין מאמע צו שעפען נחת.
4. האלט'ן די כלה'ס צירינג ביי א חופה, ווייל זי מעג דאך גארנישט טראגען.
5. לייגען דייפער"ס אויף הענער און אויסטוהן פאר כפרות.
6. פארקויפען הושענות (מיט לבלוב)
7. שיבער אין מצה בעקעריי. (אין א פיצא געשעפט איז דען דא א 'שיבער' וואס 'שיבט' אריין פיצה'ס אין אויווען?)
8. אנשטעלען, נאכקוקען און מסדר זיין משומר פילטער'ס.
9. 'עסקנים' (דער פונקטליכע באדייט האב איך נישט. עפעס מיט מסדר זיין דאס פארמאכען פון געסער לכבוד דער חתונה פון א בנשק"ל א ראצע, וואס מ'קען זיך לייכט אויסמישען צווישען דער חתן און זיין גליקליכע כלה)
10. ועל כולם דער אדמו"ר אליינס. וועלכע גוי דינט אזא ארבעט? וויפיל ווערען זיי באצאלט? וואס פארא טרעינינ"ג פעלט אויס דערצו? איך האב געזוכט [url=salary.com]דא[/url] און נישט געטראפען.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
פארשפארט