בלאט 1 פון 1

די בחירה איז יא אין דיינע הענט!!!

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 10:14 pm
דורך געוואלדיג
דער עולם רעדט זיך אפ אז אונז זענען מלאכים אנע בחירה, און אז ביי אונז איז נישטא די מושג פון טשויס, אבער אזא שקר האב איך נאך נישט געהערט עס האט נישט קיין הענט און קיין פיס פארקערט גאר מיין שטודיע האט געוויזן אז גאר גאר אסאך זאכן זענען אין אונזערע הענט

דו קענסט וועלן צו טרינקען נס קפה אדער טעיסטערס טשויס (אקעי, מער נישט צוליב די אומאיידעלע בילדער)
קענסט אויסוועלן וועלכע שייטל צו אנטוהן, (מער נישט צוליב ע"ז חששות)
קענסט דיר וועלן וועלכע פרוכט צו עסן (אה.. ניין אבער נישט טרויבן ווייל עס האט ווערעם)
קענסט קויפן א שטריימל ביי וועם דו ווילסט (חוץ אויב דו ווילסט קויפן וואו יעדער קויפט)
קענסט וועלן וועלכע צדקה קאסע צו שטיצן (חוץ פון די יערליכע נתינה פאר קרן הצלה פארשטייט זיך)
פאר ראש השנה האבן מיר א ריזן אויסוואל פון לשנה טובה קארטלעך
פאר סוכות האבן מיר אפאר סארט סוכות
פאר חנוכה קענען מיר אויסוועלן פון א גרויסע ווערייעטי פון דאנאטס
פאר פורים המן טאשן מיט אלע טעמים
קענסט קויפן מצות אין וועלכע בעקעריי דו ווילסט (פארשטייט זיך אז נישט מצומחות אדער אריזאנע ווייץ)
קענסט עסן שבועות די עכטע רעבעצינס טשיז קעיק אדער די פאלשע,
אזוי זענען נאך פילע זאכן אין אונזערע הענט,
ווי למשל דער עתיד פון שטיבל אזוי אויך ליגט אין אונזערע הענט, צו מען זאל וויסן ווער אונז זענען אויך ליגט אין אונזערע הענט, אונזער צאל לייקס, אין די מנהלים'ס הענט ליגט אונזער פריוואטקייט, די ריינקייט אין וויליפעסט (עס איז דא אזא זאך דארט?!) דארף מען נעמען אין די הענט, אזוי אויך איז אויף אייער אחריות די זיך דרייען דא,

לייג נאך איין זאך אין מיינע הענט און אלעס פאלט ארויס!!!

Re: די בחירה איז יא אין דיינע הענט!!!

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 11:31 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
וויפיל גלעזער קען מען קויפען ביי נר מצוה פאר חנוכה?

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 11:49 pm
דורך געוואלדיג
וויפיל עס צוברעכט זיך