בלאט 1 פון 2

ונבנתה העיר פרעזענטירט: קונטרס 'אמר ונבנתה'

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 11:38 pm
דורך ונבנתה העיר
מה אומר, ס'וואלט געפאסט צו שרייבן אן הקדמה, אבער נאך א לאנגע, אויסמוטשענדע, ניטל, אין וועלכע כ'האב אויסגעפונען אז למעשה קען איך יא צוזאמענשטעלן א פי די עף, וועל איך צוגיין למעשה. האט הנאה.

לאור הצעת ידידי וידיד השטיבל [tag]ריכטיג[/tag], ובעקבות ידידינו הסופר הדגול [tag]אדנירם[/tag], האב איך מרוב ענותנותי צוזאמענגענומען רוב פון מיינע מאמרים דא אין קאווע שטיבל פון איבער די יאהרן און פאראיינציגט אלס א פי די עף פייל.

תהנו.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 11:47 pm
דורך שמעקעדיג
152 דפים מלא תוכן!! אזא אוצר!
גיימיר ליינען, לשם יחוד...

ונבנתה העיר פרעזענטירט: קונטרס 'אמר ונבנתה'

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 11:51 pm
דורך ירא שמים
ליינען?! דאס ברויך מען לערנען בעיון רב!!
כזוך א חברותא פאר א שעה צייט יעדן טאג פאר די נעקסטע יאר דורכצולערנען.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 11:53 pm
דורך [NAMELESS]
ברויך מיר האבן די מוחין פאר די טיף-אייגנארטיגע ווערטער פון ונבנתה.

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 25, 2015 12:21 am
דורך [NAMELESS]
אה, ברוך שהחיינו וקיימנו והגיענו לזמן הזה!

אן אוצר בלום, פון די אייגנארטיגע 'ונבנתה' סטיל שרייבעריי, דענקעריי, און כח החידוש.

א ריזן דאנק פארן צאמנעמען דאס שענסטע און בעסטע פון ק"ש, בפונדק אחד, בקונטרס 'אמר ונבנתה'.

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 25, 2015 12:57 am
דורך [NAMELESS]
ייש''כ ונבנתה, מען דארף זען צו מאכן פלאץ דארט אובן אן נעבן שש

Re: ונבנתה העיר פרעזענטירט: קונטרס 'אמר ונבנתה'

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 25, 2015 1:07 am
דורך רימון
פלאי פלאים.

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 25, 2015 1:15 am
דורך שלמה המלך
דעם שבת וועט זיך זינגען אנדערש דעם אידישען ליד וואס אונז זינג מער איטליכער וואך 'לכה לכה דודי יחד כלם הודו'
"ונבנתה עיר נאך שענער ווי פריער עיר על תלה"
עס וועט זיך זאגען מיט אנאדער באדייט נאכען אביסל לעהזען דעם הערליכען קונטרס! עס איז ממש ונבנתה עיר על תלה בניה...
כה לחי!

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 25, 2015 2:58 am
דורך [NAMELESS]
I don't believe it!
איך האב הנאה אז איך געווען די שוועבעלע פאר דעם, און א דאנק ירא שמים פארן מעורר זיין אויף פראיעקטן.

ייש''כ ונבנתה.

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 25, 2015 3:01 am
דורך [NAMELESS]
שלמה המלך האט געשריבן:דעם שבת וועט זיך זינגען אנדערש דעם אידישען ליד וואס אונז זינג מער איטליכער וואך 'לכה לכה דודי יחד כלם הודו'
"ונבנתה עיר נאך שענער ווי פריער עיר על תלה"
עס וועט זיך זאגען מיט אנאדער באדייט נאכען אביסל לעהזען דעם הערליכען קונטרס! עס איז ממש ונבנתה עיר על תלה בניה...
כה לחי!

מעידני עלי שמים וארץ, ס'גייט נישט דורך ביי מיר א פרייטאג צונאכטס אהן [tag]ונבנתה העיר[/tag] אין מיין קליינעם מח.

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 25, 2015 9:47 am
דורך הקטן
ונבנתה, וופיל צייט מיינסטו איך האב???
וואס וועט זיין מיט פרנסה?
מיט מיין עבדות ה'
מיין ווייב און קינדערליך
מיינע יארן

פליז סטאפ!!!

Re: ונבנתה העיר פרעזענטירט: קונטרס 'אמר ונבנתה'

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 25, 2015 10:26 am
דורך שטילע אינגערמאן
הייליגע קרעפ, קופרניקוס האט געלייקט דא,
אבער פליז קופרניקוס, הער אויף מיטן teasing, כסדר קומסט אריין פאר א לייק אין ווערסט צירוק נעלם.
פליז פליז פליז קום צירוק באשיין די שטיבל מיט דיין גאונות אין דערנאך וועלען אנדערע נאך טוען.

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 25, 2015 10:38 am
דורך ברסלבער
איך האב עס נאר דורכגעבליקט, און געזען די געוואלדיגע אוצרות וואס ליגן באהאלטן אונטן אין קעלער. צוביסלעך וועט מען קענען דורכלערנען דאס גאנצע.
א גרויסן דאנק, ונבנתה.

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 25, 2015 11:26 am
דורך כפתור
א גרויסער ישר כח ונבנתה. איך האב זייער הנאה פון דיינע ארטיקלעך. ספעציעל האב איך הנאה געהאט פון די "א"ב פון רעלאטיוויטי", ס'האט מיר פארענטפערט אסאך קשיות וואס כ'האב געהאט ביז דאן. ס'איז צו באוואונדערן די קלארקייט וויאזוי די ביזט מסביר אזאך מיט די ריכטיגע ווערטער, אז א פשוטע מענטש -וואס איז נישט אויפגעוואקסן מיט סייענס - קען עס פארשטיין.

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 25, 2015 12:13 pm
דורך יב הלוי סאלאווייטשיק
ונבנתתה האט עפעס מער פין special relativity...(אדער ח״ח וידיא) ואנכי לא ידעתי...!

וואס א אוצר...
ועל כולם די סענס פין אחריות אין responsibility להרבות הדעת לאחינו בנ״י... וואס שרייט ארוס פין אלע מאמרים..
הא לך לשונו :
״אז קיין תינוק ותינוקת מדן ועד באר שבע זאלן נישט האבן קיין תירוץ אויף נישט וויסן די פשוטע א"ב פון ספעשל רעלאטיוויטי.״

בלייבט נאר איבער צי ווינטשען
שתזכה ללמוד וללמד לשמור ולעשות.

(ממש יעצט פארענדיגט די special relativity אשכול.. ועוד חזון אין יענעם אשכול אי״ה)

Re: ונבנתה העיר פרעזענטירט: קונטרס 'אמר ונבנתה'

נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 26, 2015 7:46 pm
דורך [NAMELESS]
שיינע בענער!!
בילד

נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 26, 2015 8:19 pm
דורך ונבנתה העיר
יו בעט איט'ס שיין...

נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 26, 2015 10:23 pm
דורך שמעקעדיג
מילא דער קונטרס, אבער ווער מאכט די גרעפיקס פארן בענער?

ונבנתה העיר פרעזענטירט: קונטרס 'אמר ונבנתה'

נשלח: זונטאג דעצעמבער 27, 2015 1:16 am
דורך ירא שמים
כהאב איבער געארבעט די קונטרס צו א ePub file איך זאל דאס קענען נוצן מיט ibooks איז אפשר איז דא אנדערע וואס וועלן אויך געניסן דערפין
https://www.dropbox.com/s/hj691fp64qw49 ... .epub?dl=0 ביטע לאזט מיר וויסן אויב עס ארבעט ביי אייך יישר כח.

Re: ונבנתה העיר פרעזענטירט: קונטרס 'אמר ונבנתה'

נשלח: זונטאג דעצעמבער 27, 2015 2:05 am
דורך דעת תורה
איך באקום א עראר אבער די איידיע איז געוואלדיג. פי די עף איז גוט פאר א גרויסע סקרין, א קאמפיוטער א.א.וו. פאר א טעלעפאון, טאבלעט איז אי בוק די בעסטע, און אפילו אויפן קאמפיוטער קען מען עס נוצן לפי די סייז פונעם סקרין.

נשלח: זונטאג דעצעמבער 27, 2015 11:04 pm
דורך פארשוויגען
איך האב אריינגעבליקט אבער איך פארשטיי נישט קיין ווארט. ווען קומט ארויס דער פירוש רש"י?

נשלח: זונטאג דעצעמבער 27, 2015 11:47 pm
דורך רויטע וואנצעס
פארשוויגן, מ'האט פארגעסן צוצוצייכענען די מראי מקומות פאר'ן שיעור. אלע ספרי חבד און אלע ספרי חקירה.

נשלח: פרייטאג יאנואר 22, 2016 2:43 pm
דורך קינד_אן_קייט
א געוואלדיגער ליקוט, אוצר מלא חכמה!

כה יתן וכה יוסיף...