בלאט 1 פון 4
מאדיארישע מקור פון הייליגע אשת חיל מצוה טאנץ ניגון
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 11:57 pm
דורך יואליש
די אשת חיל טאנץ איז זיכער די הויכפונקט פון די הייליגע חתונה נאכט. יעדע היימישע חתונה, עכ"פ ביי אונגארישע חסידים, הייבט זיך אן מיט די זעלבע ניגון, עוד ישמע, און ענדיגט זיך מיט די זעלבע ניגון, אשת חיל.
די אלעמען באקאנטן און ברייט באנוצטע "אשת חיל" ניגון, געזינגן צו די חתן-כלה "מצוה טאנץ", איז צוזאמגעשטעלט פון צוויי אונגארישע פאלקס ניגונים! די ערשטע הייסט Túri vásár, און די צווייטע ניגון הייסט Már én többet a főutcán.
זיי זענען ביידע אונגארישע פאלקס "ליבע" ניגונים, וואס מאכט איר באנוץ דוקא פאר די חתן כלה'ס ערשטע/לעצטע טאנץ נישט קיין פערצופאל.
הערט אייך איין:
Túri vásár - ערשטע פאל פון אשת חיל
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=uuhEXu5oS5E[/youtube]
Már én többet a főutcán - צווייטע פאל פון אשת חיל
קול באשה
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=0E_xbDofXTo[/youtube]
קלמזר-סטיל, נאכאמאל Már én többet a főutcán, און דאסמאל קול גבר:
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=eDhMYJjCmUE[/youtube]
און דא א דוגמא ווי ביידע ניגונים צונויפגעשמאלצן ווערט געניצט היינטצוטאגס ביי די חתן כלה טאנץ:
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=6uA_Bfr_g14[/youtube]
******
ליריקס
די ליריקס פון Túri vásár און אונגאריש און, דורך גוגעל טרענסלעט, אין ענגליש:
ענגליש
Without Túri fair tent,
What good without her mate ?
Cells , hair , curl my baby ,
He also really likes !
Nest , nest hornet's nest ,
My love is always drunk.
Cells , hair , curl my baby ,
He also really likes !
אונגאריש
Túri vásár sátor nélkül,
Mit ér a lány párja nélkül?
Sej, haj, göndör a babám,
Szeret is az engem igazán!
Fészek, fészek darázsfészek,
Az én rózsám mindig részeg.
Sej, haj, göndör a babám,
Szeret is az engem igazán!
די ליריקס פון Már én többet a főutcán און אנגאריש און, דורך גוגעל טרענסלעט, אין ענגליש:
ענגליש
I've more to go through the main street did not dare.
Because people say that search engines love.
/: You do not need me, you have been to me, sloe-eyed beauty Brown,
Right shoulder on the left shoulder curls her hair. /
Tiny eyes, tiny eye for maize,
Pretty stout, handsome stature is kind of my baby.
/ If the two arms to cuddle, kiss it gives Yippee,
Right shoulder on the left shoulder curls her hair. /
Már én többet a főutcán végig menni nem merek.
אונגאריש
Mert azt mondják az emberek,hogy szeretőt keresek.
/:Nem kell nékem,van már nékem kökényszemű szép barna,
Jobb válláról a bal vállára göndörödik a haja.:/
Apró szeme,apró szeme van a kukoricának,
Szép termete,szép termete van a kedves babámnak.
/:Ha átölel a két karja,csókot is ád ihajja,
Jobb válláról a bal vállára göndörödik a haja.:/
******
די מקור פון די געפינס איז דאס אקאדעמישע ווערק אויף חסידישע ניגונים:
Re: אריגינעלע מקורות פון פארשפרייטע "אידישע" ניגונים
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 25, 2015 1:12 am
דורך רימון
אפשר האבן עס די גוים אפגעקויפט פון אן אידישן פאסטוך?
וואס כ'מיין צו זאגן, אז מאן ייאמר ס'איז א גויאישע ניגון?
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 25, 2015 1:18 am
דורך שלמה המלך
WOW אזא הארציגער אידשער חתן כלה מעלאדי זאל א גוי זינגען אזוי שיין... WOW
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 25, 2015 2:45 am
דורך יואליש
רימון האט געשריבן:אפשר האבן עס די גוים אפגעקויפט פון אן אידישן פאסטוך?
וואס כ'מיין צו זאגן, אז מאן ייאמר ס'איז א גויאישע ניגון?
נישט אפשר, זיכער איז עס אידיש, והא ראיה מ'זינגט עס ביי עהרליכע אידישע חתונת. היעלה על הדעת אז מ'וואלט געניצט א מאדיאר'ס גליסטענישן אין אזוינע מאמענטן? בלייבט א קשיא אויף אן אונגארישן פארוואס ער האט גע'גנב'ט בלויז א האלבע אידישע ניגון
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 25, 2015 9:28 am
דורך הקטן
זייער אינטערסאנט.
איך בין נייגעריג אויב "אינדערהיים" איז דאס אויך געווען די ניגון - אדער איז דאס געקימען ווען די פליטים האבן אויסגעוואנדערד
Re: מאדיארישע מקור פון הייליגע אשת חיל מצוה טאנץ ניגון
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 25, 2015 9:36 am
דורך רימון
יואליש האט געשריבן:רימון האט געשריבן:אפשר האבן עס די גוים אפגעקויפט פון אן אידישן פאסטוך?
וואס כ'מיין צו זאגן, אז מאן ייאמר ס'איז א גויאישע ניגון?
נישט אפשר, זיכער איז עס אידיש, והא ראיה מ'זינגט עס ביי עהרליכע אידישע חתונת. היעלה על הדעת אז מ'וואלט געניצט א מאדיאר'ס גליסטענישן אין אזוינע מאמענטן? בלייבט א קשיא אויף אן אונגארישן פארוואס ער האט גע'גנב'ט בלויז א האלבע אידישע ניגון
זיסע סארקאזם און נישט געענטפערט מיין שאלה.
ווייסט מען ווער עס איז געווען דער פארפאסער פון דעם ניגון?
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 25, 2015 9:40 am
דורך הקטן
די זיסע סארקאזם שרייט "איך ווייס נישט"
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 25, 2015 9:47 am
דורך יהושע חיים
איך האב אייבוג געוויסט אז דאס איז א ניגון פון הרה"ק מקאליב זי"ל
(אפשר איז עס טאקע שוין נישט קיין קשיא
)
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 25, 2015 10:19 am
דורך נהורא נפישא
Interesting discovery just wondering if they also sing it at Non-Hungarian hasidic weddings
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 25, 2015 10:24 am
דורך יואליש
כ'האב נישט באמערקט אז כ'האב געעפענט א פרישע אשכול. ס'באלאנגט אין די אשכול באשטימט פאר אזוי ניגונים (חוץ אויב די מנהלים האבן עס אפגעטיילט).
רימון און הקטן, א פאלקס ליד האט קיינמאל א קלארע מקור און מ'קען אלעמאל טאקע זאגן אז אונגארן האט עס באקומען פון אידן, און אפי' אז ס'שטאמט פון בית המקדש. אבער ווי געזאגט אז ס'איז א חידוש פארוואס מ'זאל גנב'ן א האלבע ניגון. און הגם ס'איז נאכאלס נישט אויסגעשלאסן אז א האלבע ניגון האט אוועקגעוואנדערט, קוק אויף די סטיל. און ס'איז נישט אז ס'איז דאס ערשטע ניגון וואס מיר טרעפן (
ק"ש מיטגלידער האבן שוין דאקומענטירט צענדליגע אזוינע פעלער) און ס'איז נישט אז מיר לייקענען די מציאות פון אידן פלעגן איינזאפן ניגונים פון זייער לאקאלע קולטור, ממילא איז זייער לייקלי אז דאס זעלבע איז יש די אומגארישע פאלקס ליד. ס'איז יתכן פעלער פארקערט אויך ממילא ברויך מען נאך ריסורטש.
UPDATE
יעצט אז מ'האט ערפינדען די ערשטע ניגון אויך, און ביידע זענען באזונדערע אונגארישע ניגונים, לאזט עס אבער אן קיין צווייפעל די דירעקציע: פון אונגארישע קולטור צו די חסידישע קולטור.
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 25, 2015 10:28 am
דורך ברסלבער
זייער אינטערעסאנט. קען זיין אז דער ערשטער טייל איז געווען א ניגון אויף אשת חיל וואס איז געווען איינגעפירט צו זינגען, און איין חניאקישער חתן האט אינמיטן זינגען אריינגעוואנדערט צום פאלקס ליבע ניגון וואס איז אים דאן געליגן אויפ'ן הארצן, און דאס רעשט איז היסטאריע.
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 25, 2015 10:29 am
דורך יואליש
הקטן האט געשריבן:זייער אינטערסאנט.
איך בין נייגעריג אויב "אינדערהיים" איז דאס אויך געווען די ניגון - אדער איז דאס געקימען ווען די פליטים האבן אויסעוואנדערד
דאב איז זייער א גיטע שאלה. אויך, ווי נהורא ערווענט, ווי ווייט איז עס היינט פארשריט. ס'וואלט געווען שיין אויב איבער שבת זאלן מענטשן אנפרעגן ביי דאס ביסל איבערגעבליבענע פון פאר די קריג.
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 25, 2015 10:38 am
דורך berlbalaguleh
יואליש האט געשריבן:רימון האט געשריבן:אפשר האבן עס די גוים אפגעקויפט פון אן אידישן פאסטוך?
וואס כ'מיין צו זאגן, אז מאן ייאמר ס'איז א גויאישע ניגון?
נישט אפשר, זיכער איז עס אידיש, והא ראיה מ'זינגט עס ביי עהרליכע אידישע חתונת. היעלה על הדעת אז מ'וואלט געניצט א מאדיאר'ס גליסטענישן אין אזוינע מאמענטן? בלייבט א קשיא אויף אן אונגארישן פארוואס ער האט גע'גנב'ט בלויז א האלבע אידישע ניגון
ווייל זיין אונגערישער מח כאפט נישט אויף דעם גאצן ניגון דקדושה.
נאר איך האב ליעב און איך ווער אינספייערד פון אן אנדער'ן גוי'אישן ניגון...נעמליך דער הימנון פון די טמא'נע מדינת הציונים...ה"ה ..."
התקוה. די ליריקס זענען אויך זייער שיין...!
Re: מאדיארישע מקור פון הייליגע אשת חיל מצוה טאנץ ניגון
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 25, 2015 10:41 am
דורך ירא שמים
די ניגון זינגט מען ביי די נישט אונגארישע קרייזן אויך?
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 25, 2015 10:42 am
דורך berlbalaguleh
נהורא נפישא האט געשריבן:Interesting discovery just wondering if they also sing it at Non-Hungarian hasidic weddings
ולמה נקרא שמו מאיר...שמאיר עיני חכמים...!
איך בין זיכער אז דאס שטייט אויך ערגעץ וואו אין די גמרא...!
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 25, 2015 10:46 am
דורך ברוך בער
יואליש האט געשריבן:הקטן האט געשריבן:זייער אינטערסאנט.
איך בין נייגעריג אויב "אינדערהיים" איז דאס אויך געווען די ניגון - אדער איז דאס געקימען ווען די פליטים האבן אויסעוואנדערד
דאב איז זייער א גיטע שאלה. אויך, ווי איחוד ערווענט, ווי ווייט איז עס היינט פארשריט. ס'וואלט געווען שיין אויב איבער שבת זאלן מענטשן אנפרעגן ביי דאס ביסל איבערגעבליבענע פון פאר די קריג.
כ'וועל פרובירן טרעפן אן אלטן צו פרעגן. זיי לעבן שוין קוים קוים.
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 25, 2015 10:49 am
דורך לית דין בר נש
יאך בין נישט קיין אונגערישע און איך מיין יעדע דא ווייסט דאס
ביי אונז אין משפחה לאו דוקא מיינע געשוויסטער נאר אפילו די עקסטענדע"ד פעמיל"י זינגט מען נישט דער ניגון
אבער עס איז ווייט פון פרעמד צו מיר דער ניגון, אין די קרייז ווי איך דריי מיר איז יא דא וואס זינגען דער ניגון עס האט זיך מסתמא אריבער געכאפט אהער.
איך וויל וויסן פון ענק אונגערישע נמשל ביי די עלי"ט (פארשטיינערט'ס מיר נישט) די וואס זענען העכער ווי די פשוטי עם זינגען אויך דער ניגון? נמשל נכדי הברך משה טאנצן די חתן כלה אויף דער ניגון אין הופפע"ר אדער אין ראדנ"י?
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 25, 2015 10:57 am
דורך שלום על ישראל
לית דין בר נש האט געשריבן:יאך בין נישט קיין אונגערישע און איך מיין יעדע דא ווייסט דאס
ביי אונז אין משפחה לאו דוקא מיינע געשוויסטער נאר אפילו די עקסטענדע"ד פעמיל"י זינגט מען נישט דער ניגון
אבער עס איז ווייט פון פרעמד צו מיר דער ניגון, אין די קרייז ווי איך דריי מיר איז יא דא וואס זינגען דער ניגון עס האט זיך מסתמא אריבער געכאפט אהער.
איך וויל וויסן פון ענק אונגערישע נמשל ביי די עלי"ט (פארשטיינערט'ס מיר נישט) די וואס זענען העכער ווי די פשוטי עם זינגען אויך דער ניגון? נמשל נכדי הברך משה טאנצן די חתן כלה אויף דער ניגון אין הופפע"ר אדער אין ראדנ"י?
ביי רבי'ס זינגט מען זייער דעדיקעטעד ניגון, ווי למשל ביי סאטמאר זינגט מען די זעקסטע הקפה ניגון, א.א.וו. די סיבה איז לכאורה ווייל די רבי קומט נישט משמח זיין די כלה (וואס איז נישט מער ווי א חפצה, "מילך קעסטך" בלע"ז), נאר קומט צו די כלה כדי די כלה זאל טאנצען מיטן רבי.
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 25, 2015 11:00 am
דורך לית דין בר נש
שלום על ישראל האט געשריבן:לית דין בר נש האט געשריבן:יאך בין נישט קיין אונגערישע און איך מיין יעדע דא ווייסט דאס
ביי אונז אין משפחה לאו דוקא מיינע געשוויסטער נאר אפילו די עקסטענדע"ד פעמיל"י זינגט מען נישט דער ניגון
אבער עס איז ווייט פון פרעמד צו מיר דער ניגון, אין די קרייז ווי איך דריי מיר איז יא דא וואס זינגען דער ניגון עס האט זיך מסתמא אריבער געכאפט אהער.
איך וויל וויסן פון ענק אונגערישע נמשל ביי די עלי"ט (פארשטיינערט'ס מיר נישט) די וואס זענען העכער ווי די פשוטי עם זינגען אויך דער ניגון? נמשל נכדי הברך משה טאנצן די חתן כלה אויף דער ניגון אין הופפע"ר אדער אין ראדנ"י?
ביי רבי'ס זינגט מען זייער דעדיקעטעד ניגון, ווי למשל ביי סאטמאר זינגט מען די זעקסטע הקפה ניגון, א.א.וו. די סיבה איז לכאורה ווייל די רבי קומט נישט משמח זיין די כלה (וואס איז נישט מער ווי א חפצה, "מילך קעסטך" בלע"ז), נאר קומט צו די כלה כדי די כלה זאל טאנצען מיטן רבי.
זאג מיר אידיש פארשטייסט די?
אדער די ווילסט פשוט אריינפירן דער אשכול עפעס אנטקעגן רבי'ס?
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 25, 2015 11:05 am
דורך שלום על ישראל
לית דין בר נש האט געשריבן:שלום על ישראל האט געשריבן:לית דין בר נש האט געשריבן:יאך בין נישט קיין אונגערישע און איך מיין יעדע דא ווייסט דאס
ביי אונז אין משפחה לאו דוקא מיינע געשוויסטער נאר אפילו די עקסטענדע"ד פעמיל"י זינגט מען נישט דער ניגון
אבער עס איז ווייט פון פרעמד צו מיר דער ניגון, אין די קרייז ווי איך דריי מיר איז יא דא וואס זינגען דער ניגון עס האט זיך מסתמא אריבער געכאפט אהער.
איך וויל וויסן פון ענק אונגערישע נמשל ביי די עלי"ט (פארשטיינערט'ס מיר נישט) די וואס זענען העכער ווי די פשוטי עם זינגען אויך דער ניגון? נמשל נכדי הברך משה טאנצן די חתן כלה אויף דער ניגון אין הופפע"ר אדער אין ראדנ"י?
ביי רבי'ס זינגט מען זייער דעדיקעטעד ניגון, ווי למשל ביי סאטמאר זינגט מען די זעקסטע הקפה ניגון, א.א.וו. די סיבה איז לכאורה ווייל די רבי קומט נישט משמח זיין די כלה (וואס איז נישט מער ווי א חפצה, "מילך קעסטך" בלע"ז), נאר קומט צו די כלה כדי די כלה זאל טאנצען מיטן רבי.
זאג מיר אידיש פארשטייסט די?
אדער די ווילסט פשוט אריינפירן דער אשכול עפעס אנטקעגן רבי'ס?
כ'ווייס נישט וואס דיין ווייב\מאמע פיטערט דיך פאר טועמיה, אבער דו האסט איבערגעלאזט דיין טשיל-פיל.
שלום על ישראל האט געשריבן:ביי רבי'ס זינגט מען זייער דעדיקעטעד ניגון, ווי למשל ביי סאטמאר זינגט מען די זעקסטע הקפה ניגון, א.א.וו.
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 25, 2015 11:14 am
דורך לית דין בר נש
שלום על ישראל האט געשריבן:ביי רבי'ס זינגט מען זייער דעדיקעטעד ניגון, ווי למשל ביי סאטמאר זינגט מען די זעקסטע הקפה ניגון, א.א.וו. די סיבה איז לכאורה ווייל די רבי קומט נישט משמח זיין די כלה (וואס איז נישט מער ווי א חפצה, "מילך קעסטך" בלע"ז), נאר קומט צו די כלה כדי די כלה זאל טאנצען מיטן רבי.
אקעי איך האב יעצט אראפגעשלינגען מיין פיל
די רעדסט דא וועגן חתן כלה טאנצט די זעקסטע הקפה ניגון? אויב יא ווי קומט די באל"ד ווערטער אריין דא?
אויב רעדסטו וועגן די רבי טאנצט די זעקסטע הקפה ניגון גיי פליז צריק צו מיין פריעדיגע תגובה און שלינג אראפ דיינע פילן.
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 25, 2015 11:16 am
דורך יואליש
איימיצער שיקט מען פריוואט אז אין בעלזא זינגט מען נישט די ניגון ביי געווענליכע חתונות, אפי' נישט רבישע. ס'וואלט געווען אינטערסאנט צו הערן איבער ווי אין ניו יארקע געמיינדעס מ'ניצט יא אדער נישט די ניגון. אויב ניצט מען נישט די ניגון ביי אייך, ביטע לאזט וויסן אויב ס'איז פארהאן אן אנדערע "סטאנדארד" ניגון וואס יעדער ניצט.
- כ'האב צוגלייגט א קליפ צום ערשטן פאוסט וואס צייגן וויאזוי מ'ניצט עס היינטיגע (עכ"פ) ביי אונגארישע קרייזן.
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 25, 2015 11:36 am
דורך שלמה המלך
בין איך דער איינציגסטער וואס זעהט אויף די קליפ אז דער חתן דארף אן ערענסטער רופא?
עס אז מיר א פלא אז מ'האט אים נישט ארויסגעפירט מיט א סטרעטשער......