בלאט 1 פון 2

טעראריסטן האבן אויך א צלם אלוקים

נשלח: זונטאג דעצעמבער 27, 2015 10:43 am
דורך עדיאל
די ישראלישע מעדיצינישע ארגאניזאציע האט ארויסגעגעבן נייע רעגולאציעס בשייכות די באהאנדלונגען פון טעראר פארוואונדעטע. די נייע רעגולאציעס לויטען אז דאס איינציגע קנה מדה וואס מעג באנוצט ווערן אין א באשלוס וועמען צו באהאנדלן מעדיציניש צום ערשט איז דאס הארבקייט פונעם וואונד. דאקטוירים און פאראמעדיקס טארן נישט נעמען אין באטראכט דאס שולדיגקייט פונעם פאציענט. דאס הייסט, א שווער פארוואונדעטע טעראריסט מוז באהאנדלט ווערן פריער פון א לייכטערע פארוואונדעטע קרבן.

אין די שבועה פון היפאקראטיס שטייט, "אין סיי וועלכע שטוב אין זאל נאר אריין, מיין באזוך זאל זיין לטובת דעם פאציענט... אפגעזען פון יעדן אקט פון פיינטשאפט. די שבועות הרמב"ם לויטעט, "תזכני להביט על כל סובל הבא לשאול בעצתי כעל אדם, בלי הבדל בין עשיר ועני, ידיד ושונא, איש טוב ורע; את האדם בצר לו – הראיני רק האדם. כאטש די שבועות הרמב"ם איז זיכער נישט געשריבן געווארן דורכן רמב"ם, איז די תפילה שוין צוויי הונדערט יאר אלט, און נישט עפעס משוגענע ליבארליזם פון לעצטענס.

הראני רק האדם! א דאקטאר איז נישט קיין פאליטיקער. א דאקטאר איז נישט קיין נאציאנאליסט. א דאקטאר איז נישט קיין שופט. א דאקטאר זעט נישט קיין פענער. א דאקטאר זעט נישט קיין קאלירן. א דאקטאר זעט א מענטש. בשר עור ורקמה. א מענטש, א צלם אלוקים. אפגעזען וואס האט אים געברענגט צום דאקטאר, אפגעזען פון זיינע מעשים, אז א מענשט בלוטיגט, באנדאזשירט אים דער דאקטאר.

Re: טאראריסטן האבן אויך א צלם אלוקים

נשלח: זונטאג דעצעמבער 27, 2015 10:51 am
דורך ירא שמים
משוגעים, פארוואס דארף מען בכלל באהאנלען א טעראריסט? דא קומט נישט אריין פיינטשאפט.

נשלח: זונטאג דעצעמבער 27, 2015 10:58 am
דורך יואליש
ירא שמים האט געשריבן:משוגעים, פארוואס דארף מען בכלל באהאנלען א טעראריסט? דא קומט נישט אריין פיינטשאפט.


ווייל דאקטארים זענען נישט שופטים און געבן נישט ארויס טויט שטראף אורטיילן. זיי היילן קראנקע. און אפי' שופטים גיבען נישט ארויס קיין טויט שטראף אן קיין טרייעל.

Re: טאראריסטן האבן אויך א צלם אלוקים

נשלח: זונטאג דעצעמבער 27, 2015 11:01 am
דורך ירא שמים
מדארף א שופט אז ער איז א רוצח? די סאלדאט וואס שיסט א טעראריסט בשעת מעשה איז יא א שופט? און מרעדט דאך נישט דא פון יענעם גיין הרג׳ענען מרעדט פון גיבן הילף אז ער זאל קענען הרג׳ענען נאך בעתיד.

נשלח: זונטאג דעצעמבער 27, 2015 11:04 am
דורך יואליש
פארוואונדעטע סאלדאטן אויך טאר מען נישט שיסן און מ'מיז זיי באהאנדלן ביים צד שכנגד, כאטש א מינוט צוריק האסטו זיי געשאסן. ס'איז דא רולס אוו ענדגעזשמענט. מ'רעדט פארשטייט זיך אז דער סאלדאט אדער טעראריסט איז נישט א סכנה פאר די ארומיגע יעצט.

טעראריסטן האבן אויך א צלם אלוקים

נשלח: זונטאג דעצעמבער 27, 2015 11:06 am
דורך ירא שמים
רולס און געזעצן קען איך מיך נישט אויס, אבער קאמען סענס איז דאס א הימל שרייענדע עולה.
און כוואלט דאס נישט פארגליכן מיט סאלדאטן אין א שלאכט וואס זייער ציל איז סוכ״ס נישט רציחה סאיז נאר די וועג וואו אזוי א מלחמה גייט.

Re: טעראריסטן האבן אויך א צלם אלוקים

נשלח: זונטאג דעצעמבער 27, 2015 11:10 am
דורך [NAMELESS]
נאך דערצו לעצטענס איז ארויסגעקימען אז מ'האט געמיינט אז אימשילדיגע מענטשן זענען די טעראריסט

Re: טעראריסטן האבן אויך א צלם אלוקים

נשלח: זונטאג דעצעמבער 27, 2015 11:12 am
דורך ירא שמים
ראשעקאל האט געשריבן:נאך דערצו לעצטענס איז ארויסגעקימען אז מ'האט געמיינט אז אימשילדיגע מענטשן זענען די טעראריסט

קומט נישט דא אריין.

נשלח: זונטאג דעצעמבער 27, 2015 11:12 am
דורך ליפא
רולס אוו אינגעדזשמענט א פרישע ליבעראלע פעלעסי. די רולס זענען צווישן צוויי ציוויליזירטע ארמייען, נישט צווישן אן ארמיי און סתם טעראריסטן וואס האבן קיין רולס.

נשלח: זונטאג דעצעמבער 27, 2015 11:21 am
דורך לית דין בר נש
דער גיזעץ פארשטיי איך ווען א' פארט אהיים פון זיין ניי יאר פארטי אנגעשאשקעט און ער פארט אריין ראנג וועי אין א גאס און מאכט א פנים אל פנים צוזאמשטויס, און ב' האט זיך סך הכל צובראכן א פיס און א האנט אבער א' איז באוואוסטלאז נו ודאי דארף מען זיך ערשט אפגעבן מיט א' הגם ער איז דא שולדיג אין די גאנצע סאמוטוכע.
אבער ווען דער פשוטע טעראריסט שטעכט מענטשן אין די גאסן זאגסטו מיר שיס אים און פראביר אפילו נישט צו זיין א מציל באחד מאבריו מאך אים פשוט פלאך. איז פארוואס זאל נישט די גיזעץ זאגן (פשוט אלץ שטראף אויס) די ביסט די לעצטע פון וועמען מען גייט קעיר נעמען.

נשלח: זונטאג דעצעמבער 27, 2015 11:30 am
דורך יואליש
ליפא, פרישע ליבעראל פאליסי מיינט ס'איז אוטומאטיש גיט, אוטומאטיש נישט גיט, אדער קיין איינס נישט? זענען אלטע ליבעראלע פאליסיס בעסער אדער ערגער פון פרישע?

נשלח: זונטאג דעצעמבער 27, 2015 11:34 am
דורך ליפא
I didn't mean POLICY
But FALLACY

נשלח: זונטאג דעצעמבער 27, 2015 11:37 am
דורך יואליש
אה, מיין טעות.

נשלח: זונטאג דעצעמבער 27, 2015 1:06 pm
דורך שמעון וואלף
ירא שמים האט געשריבן:
ראשעקאל האט געשריבן:נאך דערצו לעצטענס איז ארויסגעקימען אז מ'האט געמיינט אז אימשילדיגע מענטשן זענען די טעראריסט

קומט נישט דא אריין.


קומט שוין איינמאל אריין. למשל, ביי די מעשה אין באר שבע ווי מ'האט געהרג'ט דעם אימיגראנט מיינענדיג אז ער איז א טעראריסט. טאמער וואלט מד"א אנגעקומען און אים נישט געהאלפן ווייל ער איז א "טעראריסט" און שפעטער שטעלט זיך ארויס אז ס'איז געווען א טעות, וואלט יעדער זיי פארדאמט.

נשלח: זונטאג דעצעמבער 27, 2015 2:02 pm
דורך berlbalaguleh
ירא שמים האט געשריבן:משוגעים, פארוואס דארף מען בכלל באהאנלען א טעראריסט? דא קומט נישט אריין פיינטשאפט.

ירא שמים: ווייל די רעגירונג פון מדינת ישראל, אזוי ווי ליבעראלע אידן אין די וועלט בכלל מיינען אז דורך דעם וואס זיי וועלן דעמאנסטרירן זייער הומאניזם און מענטשליכקייט וועלן די פארשאלטענע גוי'אישע אנטיסעמיטן און רוצחים זיי א ביסל מער ליעב האבן...!

נשלח: זונטאג דעצעמבער 27, 2015 2:03 pm
דורך נהורא נפישא
I think you are mixing up two separate issues
Terrorists were also created in God's image
It's not the job of the doctor to decide who is a terrorist

נשלח: זונטאג דעצעמבער 27, 2015 2:06 pm
דורך לית דין בר נש
exactly! the terrorist is the one that decides he's a terrorist
the doctor should only be the one treating him the way he decided to be.

נשלח: זונטאג דעצעמבער 27, 2015 2:42 pm
דורך נהורא נפישא
Personally I'm torn between my idealistic mind and my practical mind and I don't give a damn which one is right.

נשלח: זונטאג דעצעמבער 27, 2015 3:29 pm
דורך [NAMELESS]
נהורא נפישא האט געשריבן:Personally I'm torn between my idealistic mind and my practical mind and I don't give a damn which one is right.

...We all liberals are suffering from the same issue

Re: טעראריסטן האבן אויך א צלם אלוקים

נשלח: זונטאג דעצעמבער 27, 2015 3:30 pm
דורך חוני המעגל
בן אדם האט געשריבן:
נהורא נפישא האט געשריבן:Personally I'm torn between my idealistic mind and my practical mind and I don't give a damn which one is right.

...We all liberals are suffering from the same issue

Or maybe it's a condition that adds thoughtfulness to life.


Sent from my iPhone using Tapatalk

נשלח: זונטאג דעצעמבער 27, 2015 4:58 pm
דורך א איד
מיין שאלה איז, אויב זענען זיי ביידע די זעלבע שווער פארוואונדעט, די טעראריסט מיטן נפגע, וועמען באהאנדלט מען ערשט, דארט וועט מען קענען זעהן אויף וואס די פאליסי איז באהויפטעט.

Re: טעראריסטן האבן אויך א צלם אלוקים

נשלח: זונטאג דעצעמבער 27, 2015 8:40 pm
דורך גר ותושב
ווי אזוי האט נאר איינע פון די קאנדידאטען געזאגט ביים פאריגן דיבעיט א טעראריסט וואס קומט טעראריזירן אמעריקע סיינט זיך אליינס אונטער זיין טוט ארטייל אז עס ליגן צוויי פארוואונדעטע אויפן פלאר איינס פון זיי איז מחשיב די לעיבן און איז אביסל פארוואונדעט און די אנדערע איז מחשיב די טויט און איז שווער פארוואונדעט פאר וואס זאל איך עים אויסהיילן?? מען וואלט עים געדארפט אויפן פלאץ הרגענען עס איז נישט כאשר זמם לעשות לאחיו עס איז כאשר זמם לעשות לעצמו!! בשביל זה באת!!

Re: טעראריסטן האבן אויך א צלם אלוקים

נשלח: זונטאג דעצעמבער 27, 2015 8:51 pm
דורך חוני המעגל
גר ותושב האט געשריבן:ווי אזוי האט נאר איינע פון די קאנדידאטען געזאגט ביים פאריגן דיבעיט א טעראריסט וואס קומט טעראריזירן אמעריקע סיינט זיך אליינס אונטער זיין טוט ארטייל אז עס ליגן צוויי פארוואונדעטע אויפן פלאר איינס פון זיי איז מחשיב די לעיבן און איז אביסל פארוואונדעט און די אנדערע איז מחשיב די טויט און איז שווער פארוואונדעט פאר וואס זאל איך עים אויסהיילן?? מען וואלט עים געדארפט אויפן פלאץ הרגענען עס איז נישט כאשר זמם לעשות לאחיו עס איז כאשר זמם לעשות לעצמו!! בשביל זה באת!!

You are proposing to make a judgement call on the spot.
Think of any other crime, not terrorism, where two people were injured. While one night clearly be the victim of a crime, the other is only an alleged perpetrator.
What if at trial this perpetrator is acquitted? Then he's not the perpetrator. Shouldn't he be treated based on the seriousness of the crime?


Sent from my iPhone using Tapatalk