$118,735 א יאר?! געוואלד מהיכן ירק זה חי?

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
אייניקעל
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 155
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 04, 2013 1:44 pm
האט שוין געלייקט: 38 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 382 מאל

$118,735 א יאר?! געוואלד מהיכן ירק זה חי?

שליחה דורך אייניקעל »

א נאנטער חבר מיינער וואס פרובירט צו זיין אמת'דיג יושר'דיג ערליך און אויסגעהאלטן על פי תורה ועל פי חוקי המדינה
שיקט מיר זיינס אן excel spreadsheet וואו ער מאכט זיך א חשבון פון זיין פינאנציעלן לעבן און וויפיל ער דארף פארדינען צום לעבן
שטעלט זיך ארויס גאר אן אינטערעסאנטע בילד אז ער א טאטע פון 4 קינדער ב"ה דארף פארדינען לערך 90,000 א יאר צו לעבן גראדע גאנץ א שפארזאם לעבן.
דאס הייסט אויף די ביכער קומט דאס אויס $118,735 א יאר!!!!!!!

כדי אנצוצייכענען פארשידענע פרטים:
א) ער צאלט נישט אזא טייערע מארדגעזש
ב) שכר לימוד (ביי אונז חסידים) איז גאנץ נידריג
ג) ער צאלט נישט דערווייל קיין ריעל עסטעיט טעקסעס (האט א טעקס אבאטמענט)
ד) ער האט נישט קיין קאר
ה) ער גייט נישט אין קאנטרי
ו) ער פראבירט צו שפארן אין גראסערי, פיש פלייש וכו'
ז) ער האט נישט קיין העלט-אינשורענס פאר זיך און די ווייב (קען נישט עפארטן)
ח) זי (די ווייב) האט נישט קיין לייף-אינשורענס (קען נישט עפארטן) זיין אייגענע לייף-טורם-אינשורענס איז גאנץ ווייניג
ט) ער לייגט נישט אוועק פאר חתונה מאכן די קינדער, אדער זיי לערנען א פאך (קען נישט עפארטן)
י) ער לייגט נישט אוועק פאר ריטייערמענט (קען נישט עפארטן)
י"א) ער געבט יא 10% מעשר פאר צדקה

איז די שאלה יעצט איז דאס באמת וויפיל דער אלגעמיינער עולם פארדינט אדער מער?
איך גלייב גאר שטארק אז נישט, איך גלייב אז דער דוירכשניטליכער "שיינער" פארדינער, ברענגט אריין א קארגע $60,000 און נישט מער.

אויב אזוי איז טאקע מהיכן ירק זה חי??? פון ווי לעבט דער עולם???

1) זענען טאקע אלע בעלי חובות? זענען 80% פונעם עולם מטורפים לגמרי?
2) ארבעט קיינער נישט אויף די ביכער?
3) נעמט איעדער איינער פוד-סטעמפס, מעדיקעיד, סעקשאן 8, וואוטשערס, וויק און היעפ?
4) אפשר שטימען נישט זיינע חשבונות? (צו מיר קוקט אויס אז יא)
5) יעדער האט א אוצר אונטערן אויווען? צו גאר אונטערן בריק?
6) איז דא נאך עפעס א מעגליכקייט וואס איך האב אויסגעלאזט?

דא רעדט מען פון א יונגערמאן וואס האט שוין אביסל skills און קען פארדינען שיין אבער ער קומט נאך אלץ נישט אן צו וויפיל ער דארף האבן?
ער האט "נאר" פיר קינדער דערווייל מאכט נאך נישט חתונה און בר מצוה וכו' און שפארט וויפיל ער קען. וואס טוען די איבריגע?

אויב דער מצב איז אזוי ביטער קענען טויזענט קרן עזר'ס, חתונה תקנות און גמחים נישט העלפן צופיל
ווער קען געבן אביסל ליכטיקייט אויף די חידה סתומה?
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 4 אום אייניקעל, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
יעקב מענטש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1127
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 28, 2015 5:40 pm
האט שוין געלייקט: 876 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 935 מאל

שליחה דורך יעקב מענטש »

ס'איז א אלטע פליאה. און מ'וועט לכאורה שנעלער טרעפן טרענזישינאל פאסילס וואס זאל פראווען דארוויניזם, ווי א פתרון צו די חידה.

און אויב מיינסטו אז נאר ביי אומגעבילדעטע חסידים איז שווער די קשיא, האב איך נייעס פאר דיר.

אין די עמי סוכות אישו, ווי זיי האבן באשריבן די מצב הפרנסה ביים עולם האבן זיי געברענגט פון א קמחא דפסחא עסקן וואס זאגט אז ער האט געגעבן א שיינע פאר פעקלעך פאר מענטשען וואס האבן לאו דעגריס, יא! איר האט גוט געזעהן.

אונזער עולם מאכט טאקע ווייניגער ווי די וואס האבן זיך פארחובס'ט און פארברענגט יארן אין קאלעדזש, אבער אויב רעכנסטו אריין די דיפערענץ און לייפסטייל, איז זייער פראבלעם נישט קיין סאך קלענער.
אייניקעל
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 155
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 04, 2013 1:44 pm
האט שוין געלייקט: 38 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 382 מאל

שליחה דורך אייניקעל »

יעקב מענטש האט געשריבן:און אויב מיינסטו אז נאר ביי אומגעבילדעטע חסידים איז שווער די קשיא, האב איך נייעס פאר דיר.
אין די עמי סוכות אישו, ווי זיי האבן באשריבן די מצב הפרנסה ביים עולם האבן זיי געברענגט פון א קמחא דפסחא עסקן וואס זאגט אז ער האט געגעבן א שיינע פאר פעקלעך פאר מענטשען וואס האבן לאו דעגריס, יא! איר האט גוט געזעהן.
אונזער עולם מאכט טאקע ווייניגער ווי די וואס האבן זיך פארחובס'ט און פארברענגט יארן אין קאלעדזש, אבער אויב רעכנסטו אריין די דיפערענץ און לייפסטייל, איז זייער פראבלעם נישט קיין סאך קלענער.


דאס איז טאקע די געווענליכע תירוץ וואס איך הער, אבער וויאזוי העלפט "אונז" אז ביי "זיי" איז אויך נישט גוט??
חוץ פארשטייט זיך אלץ צרת רבים חצי נחמה
באניצער אוואטאר
שלום על ישראל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1042
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 13, 2013 5:45 pm
האט שוין געלייקט: 1504 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 877 מאל

שליחה דורך שלום על ישראל »

איך לעב אויך 100% כשר, און האב נישט קיין קאר און גיי אין קאנטרי וואס א יאהר. די חשבון איז היבש אפגעריקט פון מיין.
די פאלגענדע אייטעמס זעהען אויס איבערגעטריבן פון מיין פרעספעקטיוו:
  • כ'לאז אויס די קלייניגקייטן
  • כ'שפענד נישט קיין $1,000 א יאהר אין דענטעל
  • כ'שפענד נישט קיין $1,590 א חודש אין עסן, נאר $1,250 (א סעווינגס פון $4,165 פער יאהר!)
  • כ'שפענד נישט קיין עקסטערע $3,000 א יאהר אין שבת ויו"ט עסן ועוד ווייל ס'איז אריינגערעכנט אין די געהעריגע עסן (רבי געלט איז נישט קיין גרויסע זאכן.)
  • כ'שפענד נישט קיין $2,000 א יאהר אין שמחות ואמעדזשענסיס
  • כ'שפענד נישט קיין $400 א חודש אין מעינטענעס ומים
למען האמת, צאל איך כמעט דאפעלט א חודש אין יוטיליטיס, און אין געוויסע אנדערע קאטעגאריעס, אבער כקהאב נאר אנגעכאפט די וואס קוקט מיר נישט אויס עוורידזש.

היוצא לנו מזה, מ'קען אראפ-ראונדען די חשבון מיט $10,000, טא די $274.80 ווערט שנעל באצאלט און ער קען נעמען א $1,000 וואקאציע יעדעס יאהר און דערצו אנהייבן א סעווינגס פון כמעט $9,000 יערליך.
(אויב האט איר נישט קיין הנאה און עס האט אייך נישט געקאסט קיין שמייכל, לייק נישט, וחילופיהם בחכם.)
באניצער אוואטאר
outspoken
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1227
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 21, 2012 10:43 am
האט שוין געלייקט: 269 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 802 מאל

שליחה דורך outspoken »

WOW this guy is really cheap in our circles
פאקט, אז מ'זאל נעמען אלע נסיונות פונם דור אריינגערעכענט אינטערנעט און ארונים אויף איין זייט און ציונות אויף די אנדערע וועט דאס לעצטע איבערוועגן SO LETS BE FOCUSED NOT STUPID
אייניקעל
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 155
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 04, 2013 1:44 pm
האט שוין געלייקט: 38 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 382 מאל

שליחה דורך אייניקעל »

שלום על ישראל האט געשריבן:איך לעב אויך 100% כשר, און האב נישט קיין קאר און גיי אין קאנטרי וואס א יאהר. די חשבון איז היבש אפגעריקט פון מיין.
די פאלגענדע אייטעמס זעהען אויס איבערגעטריבן פון מיין פרעספעקטיוו:
  • כ'לאז אויס די קלייניגקייטן
  • כ'שפענד נישט קיין $1,000 א יאהר אין דענטעל
  • כ'שפענד נישט קיין $1,590 א חודש אין עסן, נאר $1,250 (א סעווינגס פון $4,165 פער יאהר!)
  • כ'שפענד נישט קיין עקסטערע $3,000 א יאהר אין שבת ויו"ט עסן ועוד ווייל ס'איז אריינגערעכנט אין די געהעריגע עסן (רבי געלט איז נישט קיין גרויסע זאכן.)
  • כ'שפענד נישט קיין $2,000 א יאהר אין שמחות ואמעדזשענסיס
  • כ'שפענד נישט קיין $400 א חודש אין מעינטענעס ומים
למען האמת, צאל איך כמעט דאפעלט א חודש אין יוטיליטיס, און אין געוויסע אנדערע קאטעגאריעס, אבער כקהאב נאר אנגעכאפט די וואס קוקט מיר נישט אויס עוורידזש.

היוצא לנו מזה, מ'קען אראפ-ראונדען די חשבון מיט $10,000, טא די $274.80 ווערט שנעל באצאלט און ער קען נעמען א $1,000 וואקאציע יעדעס יאהר און דערצו אנהייבן א סעווינגס פון כמעט $9,000 יערליך.


וויפיל שפענדסטו יא פאר מעינטענעס ומים?
$1,250 רעכנט אריין פלייש און פיש אויך? וויין פאר שבת? מצות און וויין פון פסח? משלוח מנות פון פורים? חנוכה לעכט מיט מתנות? שבועות טשיז טארטן? זיסע עפעלך און מילגרוימען פאר ראש השנה? פאנטאפל פאר יום כפור? סכך מיט נוי סוכה פאר סוכות? שהחיינו פאר טו בשבט?
עמערדשענסיס מאכט זיך קיינמאל?
די ציין האבן נישט קיין לעכער, קלינינג וכו'?
באניצער אוואטאר
שטילע אינגערמאן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1009
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 23, 2013 12:54 am
האט שוין געלייקט: 603 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1999 מאל

שליחה דורך שטילע אינגערמאן »

כוועל די געבן די צווייטע זייט בליק

א נאנטע חבר מיינע בלא בלא.....

ווייב ברענגט אריין פון זיין א טיטשער 20,000
ער ברענגט אריין צווישען כולל מיט סייד דזאב, (לערנען מיט בחורים וגו) 20,000
פוד סטעמפס 10,000
טעקס ריטארן 12,000
קרעדיט קארטל פוינטס א מינומעם 3,000

די לעבן קאסט עיהם
רענט 20,000
יוטלילי 3000 מאקסימים
עסען געדעקט ביי פוד סטעמפס
שאר ירקות קאסט עיהם 1000 אלפים חודשלך (ברייט גערעדט)
סכר לימוד 3,500
ער לייגן אועק יערליך איבער 10,000 אלפים
פיינע נגיד
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

יעקב מענטש האט געשריבן:ס'איז א אלטע פליאה. און מ'וועט לכאורה שנעלער טרעפן טרענזישינאל פאסילס וואס זאל פראווען דארוויניזם, ווי א פתרון צו די חידה.

און אויב מיינסטו אז נאר ביי אומגעבילדעטע חסידים איז שווער די קשיא, האב איך נייעס פאר דיר.

אין די עמי סוכות אישו, ווי זיי האבן באשריבן די מצב הפרנסה ביים עולם האבן זיי געברענגט פון א קמחא דפסחא עסקן וואס זאגט אז ער האט געגעבן א שיינע פאר פעקלעך פאר מענטשען וואס האבן לאו דעגריס, יא! איר האט גוט געזעהן.

אונזער עולם מאכט טאקע ווייניגער ווי די וואס האבן זיך פארחובס'ט און פארברענגט יארן אין קאלעדזש, אבער אויב רעכנסטו אריין די דיפערענץ און לייפסטייל, איז זייער פראבלעם נישט קיין סאך קלענער.


מיינסט צו זאגן משיח וועט פריער קומען?
ווייל for your informetion מהאט שוין לאנג געטראפן די טרענזישינאל פאסילס! געיט יור פעקטס סטרעיט!

:List of transitional fossils
https://en.wikipedia.org/wiki/List_of_t ... al_fossils

ס'געפעלט מיר ווי דו רופסט evolution by natural selection "דארוויניזם" :roll: כאילו סאיז עפעס א אידילאגיע אדער א רעליגיע, מיין פריינט עוועלאושען און דארוויניזם איז היינט צוטאגס א פאקט פונקט אזויווי germs און פונקט אזויווי די וועלט איז רינדיכיג, לייקענען עוועלאושען איז פונקט ווי האלטן אז די וועלט איז פלאַך! גארנישט אנדערש! און פונקט ווי רופן גרעיוויטי נוטאניזם.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
נהורא נפישא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 1778 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2305 מאל

שליחה דורך נהורא נפישא »

All those phony fossils you're talking about were created in labs by atheists who call themselves archaeologist, you can ask Yosef Mizrachi
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
דעת תורה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2147
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
האט שוין געלייקט: 5895 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1719 מאל

Re: $118,735 א יאר?! געוואלד מהיכן ירק זה חי?

שליחה דורך דעת תורה »

טו בעד ער האט זיך פארפאטשקעט מיט זיינע שטותים אויף די קדושים הי"ד
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
נהורא נפישא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 1778 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2305 מאל

שליחה דורך נהורא נפישא »

Who?
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
דעת תורה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2147
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
האט שוין געלייקט: 5895 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1719 מאל

Re: $118,735 א יאר?! געוואלד מהיכן ירק זה חי?

שליחה דורך דעת תורה »

האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
נהורא נפישא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 1778 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2305 מאל

שליחה דורך נהורא נפישא »

It can't be that he spoke anything other than the subject of demons, he's not finished with this topic yet
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
[NAMELESS]

Re: $118,735 א יאר?! געוואלד מהיכן ירק זה חי?

שליחה דורך [NAMELESS] »

די סוד איז אז יעדער האט פראגרעמס. איינער האט שוין געמאכט די חשבון אז מיט פאד סטעמפס, סעקשען עיט, וויק, וואוטשער'ס, מעדיקעיד, ווכ' פארדינט מען נאנט צו 100 אליפם
באניצער אוואטאר
שלום על ישראל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1042
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 13, 2013 5:45 pm
האט שוין געלייקט: 1504 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 877 מאל

שליחה דורך שלום על ישראל »

אייניקעל האט געשריבן:
שלום על ישראל האט געשריבן:איך לעב אויך 100% כשר, און האב נישט קיין קאר און גיי אין קאנטרי וואס א יאהר. די חשבון איז היבש אפגעריקט פון מיין.
די פאלגענדע אייטעמס זעהען אויס איבערגעטריבן פון מיין פרעספעקטיוו:
  • כ'לאז אויס די קלייניגקייטן
  • כ'שפענד נישט קיין $1,000 א יאהר אין דענטעל
  • כ'שפענד נישט קיין $1,590 א חודש אין עסן, נאר $1,250 (א סעווינגס פון $4,165 פער יאהר!)
  • כ'שפענד נישט קיין עקסטערע $3,000 א יאהר אין שבת ויו"ט עסן ועוד ווייל ס'איז אריינגערעכנט אין די געהעריגע עסן (רבי געלט איז נישט קיין גרויסע זאכן.)
  • כ'שפענד נישט קיין $2,000 א יאהר אין שמחות ואמעדזשענסיס
  • כ'שפענד נישט קיין $400 א חודש אין מעינטענעס ומים
למען האמת, צאל איך כמעט דאפעלט א חודש אין יוטיליטיס, און אין געוויסע אנדערע קאטעגאריעס, אבער כקהאב נאר אנגעכאפט די וואס קוקט מיר נישט אויס עוורידזש.

היוצא לנו מזה, מ'קען אראפ-ראונדען די חשבון מיט $10,000, טא די $274.80 ווערט שנעל באצאלט און ער קען נעמען א $1,000 וואקאציע יעדעס יאהר און דערצו אנהייבן א סעווינגס פון כמעט $9,000 יערליך.


וויפיל שפענדסטו יא פאר מעינטענעס ומים?
$1,250 רעכנט אריין פלייש און פיש אויך? וויין פאר שבת? מצות און וויין פון פסח? משלוח מנות פון פורים? חנוכה לעכט מיט מתנות? שבועות טשיז טארטן? זיסע עפעלך און מילגרוימען פאר ראש השנה? פאנטאפל פאר יום כפור? סכך מיט נוי סוכה פאר סוכות? שהחיינו פאר טו בשבט?
עמערדשענסיס מאכט זיך קיינמאל?
די ציין האבן נישט קיין לעכער, קלינינג וכו'?

מעינטענעס מיט וואסער איז בערך $300 פער חודש, $1,250 רעכענט אריין פיש און פלייש, אבער נישט פסח (כ'פאר אוועק צו די עלטערן און דאס מאכט אסאך אויס). כ'מאך נישט קיין צימעס פון חנוכה וכיוצא בזה.
(אויב האט איר נישט קיין הנאה און עס האט אייך נישט געקאסט קיין שמייכל, לייק נישט, וחילופיהם בחכם.)
משולם שטיינפעלד
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 975
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 05, 2012 5:48 pm
האט שוין געלייקט: 49 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 313 מאל

שליחה דורך משולם שטיינפעלד »

15,000 דאללער א יאר שכר לימוד?

וועלכע מוסד פארלאנגט אזויפיל פון א טאטע אן וואוטשערס?
באניצער אוואטאר
שלום על ישראל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1042
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 13, 2013 5:45 pm
האט שוין געלייקט: 1504 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 877 מאל

שליחה דורך שלום על ישראל »

משולם שטיינפעלד האט געשריבן:15,000 דאללער א יאר שכר לימוד?

וועלכע מוסד פארלאנגט אזויפיל פון א טאטע אן וואוטשערס?

יעצט זעה'ך ער נעמט אריין קעמפ. אינגאנצן פארגעסן.
(אויב האט איר נישט קיין הנאה און עס האט אייך נישט געקאסט קיין שמייכל, לייק נישט, וחילופיהם בחכם.)
אייניקעל
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 155
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 04, 2013 1:44 pm
האט שוין געלייקט: 38 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 382 מאל

שליחה דורך אייניקעל »

שלום על ישראל האט געשריבן:
משולם שטיינפעלד האט געשריבן:15,000 דאללער א יאר שכר לימוד?

וועלכע מוסד פארלאנגט אזויפיל פון א טאטע אן וואוטשערס?

יעצט זעה'ך ער נעמט אריין קעמפ. אינגאנצן פארגעסן.


דאס רעכנט נישט אריין, קעמפ
נאר דעי קעמפ.
אבער ס'רעכנט אריין רעגיסטראציע מיט טראנספארטאציע מיט שאר ירקות

דאס איז אבער א סך הכל פאר 4 קינדער דאס הייסט בערך $3750 א קינד א יאר
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

דעת תורה האט געשריבן:טו בעד ער האט זיך פארפאטשקעט מיט זיינע שטותים אויף די קדושים הי"ד

פארפאטשקעט? הייסט עס פאר ער האט גערעדט פון די קדושים האט ער יא גערעדט צום זאך?
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
דוק ותשכח
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 54
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2014 2:00 pm
האט שוין געלייקט: 11 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 14 מאל

שליחה דורך דוק ותשכח »

שלום עליכם!

This is the million dollar question.

וועגן דעם איז דא טיי אווענטער יעדן אווענט.
אייניקעל
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 155
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 04, 2013 1:44 pm
האט שוין געלייקט: 38 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 382 מאל

שליחה דורך אייניקעל »

באקומען אין אישי

די אשכול באלאנגט נישט אין public
ווען מ'רעדט פון נישט אויף די ביכער
באלד קומט אפאר שונאי ישראל new York post אדער אנדערע און שמירן עס ארום די גאצע וועלט


הרב _____ היקר כסדר זאלן מיר לויפן מיט די קאפ אין די וואנט אריין??? פאלט דיר נישט איין אז טאקע דא ליגט די הונט באגראבן, ווען נישט וואס דער עולם לעבט אויפן שווארצן מארקעט...
א ווי מאשקע אנטלויפענדיג פונעם פריץ דורכן גרעניץ אונטער א צווייטע נאמען

ווען דער עולם זאל לעבן א נארמאלן אויסגעהאלטענעם לעבן ווי דער סדר החכמים וואס דער רמב"ם צייכענט צו וואלט מען שוין געטראפן א מהלך צו פארענטפערן די פיר קשיות
ווען דער עולם זאל פאלגן א קליפ און קלארע חז"ל לעולם ילמד אדם את בנו אומנות..... אדער ישיבת כרכים קשה.... וואלטן מיר בעסער אויסגעקוקט
דערווייל לעבט מען מיט די קאפ טיף אין זאמד ווי די בתי יענה דער עיקר די גוים זאלן נאר נישט אויסגעפונען
גיוו מי עי ברעיק

מדבר שקר תרחק איז נאך אזא חשובע מצוה ווי זעקס-סלייס קאפלעך אדער משומר פילטערס
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

גיין מיטן קאפ אין וואנט און אויסלופטערן בלבולים און השמצות אין פובליק איז ביי דיר די זעלבע?
וירח ה' את ריח הניחוח
נהורא נפישא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 1778 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2305 מאל

שליחה דורך נהורא נפישא »

This is a burning issue, there are some suggestions how to minimize the problom as much as it is in our hand, First and foremost find out your children's talents and work with it to eventually develop it into a profession.
Be responsible with having children depending how financially stable you are, it is against the halacha to rely on obtaining money through illegitimate means.
You don't have to live in the most expensive cities on the face of the planet,
You're probably spending money for misunderstanding halacha and customes, so educate yourself
You are probably spending on things only because everyone does it even though you can't afford it, be more independent to decide for yourself
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
פארשפארט