בלאט 1 פון 1

מרן הגאון רבי יעקב הורוויץ - ראש ישיבת בית מאיר

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 30, 2015 2:15 pm
דורך דולה ומשקה
איך וויל גיין ווייטער אין די סעריע פון באשרייבען שטריכטן פון די גאר גרויסע וואס דרייען זיך ציווישען אונז, אנגעהויבען מיטן ארויף ברענגען איינע פון די סאמע שענסטע רבנים כ"ק הגה"צ רבי ישראל טוסיג שליט"א אבד"ק בעלעד, דערנאך מיטן דערמאנען דעם גרויסע ראב"ד דביה דינא דקהל יראי ה' ד'קארלסבורג מגדולי פוסקי דורינו רבי יצחק שטיין שליט"א, וואס פון איבעראל קומט מען הערען חוות דעתו דעת תורה.

איינע פון די גרעסטע ראשי ישיבות וואס אונז פארמאגען היינט איז נישט קיין אנדערע ווי הגאון האדיר החריף ובקי טובא, וידיו רב לו ברוב מקצועות הש"ס, רבי יעקב הורוויץ שליט"א אבד"ק טעלז ב"פ, וראש ישיבת בית מאיר.

דער גרויסע ראש ישיבה וועלעכע ציעט א הערליכע יחוס ארויף באזיצט אויך א געוואלדיגע יחוס עצמו, א עירוב פון חסידית אין ליטוויש, ווי נישט האט ער דאך געלערנט אין דער יונגט אין תלמיד תורה בני ציון ד'באבוב, מ'גייט זיין טיפע חידושים פון איהם אינעם קובץ 'שערי ציון', דערנאך געלערנט האט ער אין דער בארימטע 'טעלזער' ישיבה, ווי ער איז אויס געשטיגען צו זיין פון די חשוב'סטער תלמידים.

זיין טאטע, רעב מייליך יארטשיווער, אזוי האט מען איהם גערופען, האט געשעפט פון איהם ערמערס פון נחת. רבי מייליך אליינס פלעגט נישט קיין מיט קיין סטראקיס אים שבת, אבער דער ראש ישיבה טראגט שוין יא זייענדיק א אפשטאמיגער פון א גזע ווי מ'האט יא געטראגען דעם לבוש. (כידוע, דער העקעליך איז מרמז אויף דעם שם הוי' און מצות תפילין, ואכמ"ל).

לראשונה איז ער געוועהן א איינגעשטעלטע אין דער בלאזוב ישיבה, וועלעכע איז געגרינדערט געווארען דורך דעם בלאזוב'ער רבי הרב ישראל שפירא זצ"ל (ער האט אדאפטירט צוויי זוהן, איינער הייסט קאשיצקי און דער אנדערע האט זיך גערופען שפירא), דערנאך האט ער געגאנגען מאכען שבת פאר זיך, אוטומאטיש האט דער בלאזוב'ער ישיבה זיך געמוזט פארמאכען ווייל דער גרויסע ראש ישיבה האט מיט גענומען אלע בחורים, ואכמ"ל.

שפעטער האט זיין ישיבה אריבער קיין קענארסי פון דארט קיין בארא פארק, היינט לערנט אין זיין ישיבה בערך 110-120 בחורים, כ"י.

ועוד לדלות ולהשקות, אי"ה צו באשרייבען דאס רייכע לעבן פון איינע פון די בארימסטע און אויס גערופענסטע ראש ישיבות שליט"א

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 30, 2015 2:20 pm
דורך דולה ומשקה
אין א טאנץ מיטן רבי חיים יעקב טויבער שליט"א דומ"ץ דקהל שערי ציון ד'באבוב

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 30, 2015 2:20 pm
דורך דולה ומשקה
ביי א שבת התוועדות מיט זיינע תלמידים

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 30, 2015 2:21 pm
דורך דולה ומשקה
מאכענדיג מיט זיינע הענט בשעת א ניגון פון דביקות.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 30, 2015 2:39 pm
דורך געוואלדיג
דולה ומשקה האט געשריבן:הגאון האדיר החריב ובקי טובא, וידיו רב לו ברוב מקצועות הש"ס, רבי יעקב הורוויץ שליט"א אבד"ק טעלז ב"פ, וראש ישיבת בית מאיר.


מיינסט דאס אמת'דיג?!

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 30, 2015 2:43 pm
דורך לית דין בר נש
דולה ומשקה האט געשריבן:זיין טאטע, רעב מייליך יארטשיווער, אזוי האט מען איהם גערופען, האט געשפעט פון איהם ערמערס פון נחת.

און דאס מיינט ער דען יא ערנסט?

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 30, 2015 2:50 pm
דורך הירשל ציג
דולה ומשקה האט געשריבן:מאכענדיג מיט זיינע הענט בשעת א ניגון פון דביקות.

מאכען מיט די הענט איז פון די טעלזער צד צי פון די יארטשעווער צד?

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 30, 2015 4:58 pm
דורך קרעקער
ער טוהט אסאך אין שלום בית און נעמט נישט דערפאר קיין שום געלט, נאר לשם שמים
ער טוט העווי אין ריעל עסטעיט אין ברוקלין כידוע ליודעי חן
זיינע קינדער זענען איבערפרימט און מאכען כינוסים קעגען פריצות קליידער
זיין ווייב דרייווט א קאר

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 30, 2015 5:06 pm
דורך לית דין בר נש
קרעקער האט געשריבן:ער טוהט אסאך אין שלום בית און נעמט נישט דערפאר קיין שום געלט, נאר לשם שמים
ער טוט העווי אין ריעל עסטעיט אין ברוקלין כידוע ליודעי חן
(זיינע קינדער זענען) [ער האט א זוהן וואס איז] איבערפרימט און (מאכען) [מאכט] כינוסים קעגען פריצות קליידער
זיין ווייב [פלעגט] (דרייווט) [דרייווען] א קאר

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 30, 2015 7:18 pm
דורך דולה ומשקה
קרעקער האט געשריבן:ער טוהט אסאך אין שלום בית און נעמט נישט דערפאר קיין שום געלט, נאר לשם שמים

Re: מרן הגאון רבי יעקב הורוויץ - ראש ישיבת בית מאיר

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 30, 2015 7:44 pm
דורך רימון
ר''י בית מאיר איז א פריוואטער מענטש, באשרייבט זיך קיינמאל אין די צייטונגען, כמעט וואס מ'הערט נישט פון אים, און האט נישט קיין שום פראפאגאנדע אפאראט, ס'איז סתם עקלדיג וואס דולה טוט, ועל כלל כולו יצא.