בלאט 1 פון 1
שלום צווישען בעלזא / עדה החרדית
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 30, 2015 5:41 pm
דורך איש את רעהו
דורך די שלום מיט הנגיד רבי אליש פון לאנדאן פריווט מען צו דריקען אויף די עדה החרדית זאל אנהייבן לעבן בשלום מיט בעלזא
מגעים מתנהלים בימים אלה בין הרה”ח פנחס פרידמן רבו של הרבי מבעלזא לנגיד אליש אנגלנדר שיגיע ביחד עם הגאב”ד וכל חברי הבד”צ של העדה החרדית לכנס העולמי שחסידי בעלזא עושים בחודש אדר א' השנה באיצטדיון בירושלים ובכך תסתיים המחלוקת בין העדה לבעלזא
בעיית גאב"ד ירושלים הם הקנאים בסביבתו והחלק של הזאלונים מסאטמאר שבינתיים מתנגדים לצעד הזה, הוא מנסה לשכנע אותם כי הגיע הזמן לעשות סוף למחלוקת אבל לא כולם בינתיים מסכימים לכך, הם מבקשים שיבואו צעדים מצד בעלזא אבל על כך השיבו כי הם שלחו את הדיינים לבקש מחילה מר' יואל על קברו במונרו ובזה עשו מעל ומעבר
הקנאים ב'עדה החרדית' אומרים כי על בעלזא לעשות לפחות צעד אחד לקראתם, להכריז כי לא יישבו יותר בכנסת או שלא ישתתפו יותר בבחירות לכנסת המינים, או שיכריזו כי לא יקחו יותר כסף מן המדינה, אם הם עומדים על שלשת העניינים האלה, אז אין טעם לשלום מפני שהמחלוקת היא אידאולוגית ואם אין תיקון אידיאולוגי אז לשם מה נלחמו עשרות שנים
הרה"ג רבי פנחס פרידמן לוחץ על אנגלנדר שהוא המפתח הראשי כאן בשל הכסף הרב שהוא נותן למוסדות הקנאים, ולכן גם להם קשה יהיה לנהל עמו מו"מ בענין, אבל יש לנו עוד חדשיים לאירוע ועד אז נראה איך הדברים יתפתחו
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 30, 2015 5:47 pm
דורך סמבטיון
רבו של אדמור מבעלזא????
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 30, 2015 5:49 pm
דורך איש את רעהו
סמבטיון האט געשריבן:רבו של אדמור מבעלזא????
הרה"ג רבי פנחס לערנט מיט אים אסאך מסתמא האט שוין די בעלזא געלערנט ביי אים עפעס האט ער א דין רבו
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 30, 2015 5:58 pm
דורך סמבטיון
זעהר א שיינע פשט, נאך אלטס איז עס זייער מאדנע צו שרייבן רבו של אדמור מבעלזא. בדרך אגב, לערנען זיי שוין נישט מסתמא די לעצטע 5 יאהר.
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 30, 2015 6:51 pm
דורך [NAMELESS]
פארוואס זאל נישט זיין אן אפציע פון א פשרה אז בעלזא זאל עסן פלייש פון די עדה ושלום על ישראל? בחירות געלט נעמען וכו' זענען דאך דא ביי אנדערע קרייזן אויך וואס זענען נישט אפיציעל צוקריגט מיט די עדה.
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 30, 2015 7:10 pm
דורך דולה ומשקה
ריכטיג האט געשריבן:פארוואס זאל נישט זיין אן אפציע פון א פשרה אז בעלזא זאל עסן פלייש פון די עדה ושלום על ישראל? בחירות געלט נעמען וכו' זענען דאך דא ביי אנדערע קרייזן אויך וואס זענען נישט אפיציעל צוקריגט מיט די עדה.
רבי שמואל אויערבאך יוכיח, וואס נישט נאר וואס ער נעמנט געלט, ער האט דאך אויך זיין אייגענע 'עץ' פארטיי וואס איז לכאורה א פיל ערגערע עבירה. הגרי"ט ווייס איז שוין כמה פעמים איהם געוועהן באזוכען, פראטעסטירט אינאיינעם, וכו'.
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 30, 2015 7:15 pm
דורך איש את רעהו
דולה ומשקה האט געשריבן:ריכטיג האט געשריבן:פארוואס זאל נישט זיין אן אפציע פון א פשרה אז בעלזא זאל עסן פלייש פון די עדה ושלום על ישראל? בחירות געלט נעמען וכו' זענען דאך דא ביי אנדערע קרייזן אויך וואס זענען נישט אפיציעל צוקריגט מיט די עדה.
רבי שמואל אויערבאך יוכיח, וואס נישט נאר וואס ער נעמנט געלט, ער האט דאך אויך זיין אייגענע 'עץ' פארטיי וואס איז לכאורה א פיל ערגערע עבירה. הגרי"ט ווייס איז שוין כמה פעמים איהם געוועהן באזוכען, פראטעסטירט אינאיינעם, וכו'.
עץ איז אין די כנסת?
ועוד ביים שמד גזירה פון אריינשלעפן די חרדישע איגנט אינעם צבא איז דא א גרויסע הפרש צווישן עץ און בלז
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 30, 2015 7:17 pm
דורך געוואלדיג
איש את רעהו האט געשריבן:עץ איז אין די כנסת?
ניין, אבער נישט ווייל ער האט נישט געוואלט, נאר ווייל ער האט נישט געקענט.
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 30, 2015 11:18 pm
דורך שמעון וואלף
וואטס די פאינט אז די רבני העדה זאלן גיין צום בעלזע כינוס? קיינער שלאגט זיך נישט. עדה און בעלז זענען צוויי באזינדערע פארטייען וואס ביידע מאכן שבת פאר זיך. די עדה קען נישט פארלאנגן אז בעלז זאל נישט גיין צו בחירות און בעלז קען נישט פארלאנגן אז די עדה זאל עס נישט אסר'ן.
די עדה האט שוין היינט נישט קיין טענה קעגן בעלזע פלייש ווייל ס'איז סייווי פארהאן היינט פלייש מיט מערערע השגחות אין ירושלים און אפילו טאמער בעלז פארמאכט זייער שחיטה, לפנים משורת הדין, וועלן די בעלזע נאכאלץ נישט מקפיד זיין צו קויפן עדה פלייש.
טאמער וויל די בעלזער אז די עדה'ניקעס זאלן נישט האבן א שווער הארץ אויף אים, וואלט איך אים געראטן האלטן א דרשה ברבים אז ער האט געמאכט א טעות מיט די וועג וויאזוי ער האט געהאנדעלט און גיין איבערבעטן ביים מנחת יצחק'ס ציון, און דער איט.
מיינט אבער נישט אז בעלז מיט עדה וועלן ווערן בעסט פרענדס. בעלז וועט ווייטער נישט גיין צו די עדה'ס אסיפות און די עדה וועט ווייטער נישט גיין קיין בעלז (חוץ אויב ס'דא עפעס א שייכות און סיבה יא צו גיין). בסך הכל וועט עס אויפטון אז טאמער מאכט זיך אמאל אז מ'טרעפט זיך זאל עס נישט זיין אומאיינגענעם.
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 31, 2015 2:38 am
דורך berlbalaguleh
איש את רעהו האט געשריבן:סמבטיון האט געשריבן:רבו של אדמור מבעלזא????
הרה"ג רבי פנחס לערנט מיט אים אסאך מסתמא האט שוין די בעלזא געלערנט ביי אים עפעס האט ער א דין רבו
חוץ דעם איז ידוע, אז דער היינטיגער בעלזא'ער רב שליט"א, זייענדיג א יתום האט ער געהאט עטליכע רבי'ס וועלכע האבן געלרנט מיט איהם גפ"ת און שו"ע ונו"כ, און אויך חסידות. כדי איהם מחנך צו זיין ער זאלל זיין א ממשיך דרכו פון חסידות בעלזא.
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 31, 2015 5:18 am
דורך הדד בן בדד
אבער ר' פינחס, מיט דעם גאנצן חשיבות זיינער, איז נישט געווען איינער פון די. אויב עפעס, איז אפשר פארקערט. חברותא של האדמו"ר מ'בעלזא וואלט געווען א מער אויפריכטיגער טיטל.
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 31, 2015 5:20 am
דורך הדד בן בדד
שמעון וואלף האט געשריבן:וואטס די פאינט אז די רבני העדה זאלן גיין צום בעלזע כינוס? קיינער שלאגט זיך נישט. עדה און בעלז זענען צוויי באזינדערע פארטייען וואס ביידע מאכן שבת פאר זיך. די עדה קען נישט פארלאנגן אז בעלז זאל נישט גיין צו בחירות און בעלז קען נישט פארלאנגן אז די עדה זאל עס נישט אסר'ן.
די עדה האט שוין היינט נישט קיין טענה קעגן בעלזע פלייש ווייל ס'איז סייווי פארהאן היינט פלייש מיט מערערע השגחות אין ירושלים און אפילו טאמער בעלז פארמאכט זייער שחיטה, לפנים משורת הדין, וועלן די בעלזע נאכאלץ נישט מקפיד זיין צו קויפן עדה פלייש.
טאמער וויל די בעלזער אז די עדה'ניקעס זאלן נישט האבן א שווער הארץ אויף אים, וואלט איך אים געראטן האלטן א דרשה ברבים אז ער האט געמאכט א טעות מיט די וועג וויאזוי ער האט געהאנדעלט און גיין איבערבעטן ביים מנחת יצחק'ס ציון, און דער איט.
מיינט אבער נישט אז בעלז מיט עדה וועלן ווערן בעסט פרענדס. בעלז וועט ווייטער נישט גיין צו די עדה'ס אסיפות און די עדה וועט ווייטער נישט גיין קיין בעלז (חוץ אויב ס'דא עפעס א שייכות און סיבה יא צו גיין). בסך הכל וועט עס אויפטון אז טאמער מאכט זיך אמאל אז מ'טרעפט זיך זאל עס נישט זיין אומאיינגענעם.
א לייק האב איך דיר געגעבן, אבער מיט איין זאך בין איך מחולק מיט דיר. איך פארשטיי יא אז זיי זאלן וועלן אז בעלז זאל פארמאכן זייער השגחה, אדער לכה"פ זייער שחיטה, און כאטש אז נישט אלע בעלזער וועלן עסן עדה פלייש, זאל עס אבער אפיציעל אזוי הייסן, אדער אז אין די רעסטאראנען מיט בעלזער השגחה זאל כאטש די פלייש זיין עדה. דעמאלס קענען זיי אנווייזן אויף עפעס וואס בעלז האט פאראכטן (אויסער דאס גיין אויפן ציון פון מנחת יצחק איבערבעטן).
אבער אויסער דעם איינעם פרט, בין איך אינגאנצן מיט דיר. און איך האלט טאקע אז עס איז שוין העכסט צייט צו ענדיגן דעם פרשה אויך.
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 31, 2015 9:39 am
דורך קרעקער
דערולם מיטשעט זיך אויפען לשון 'רבו' של האדמו"ר
דאס קימט פון שאולזון און ער שרייבט ליצנות
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 31, 2015 11:19 am
דורך שמעון וואלף
הדד בן בדד האט געשריבן:שמעון וואלף האט געשריבן:וואטס די פאינט אז די רבני העדה זאלן גיין צום בעלזע כינוס? קיינער שלאגט זיך נישט. עדה און בעלז זענען צוויי באזינדערע פארטייען וואס ביידע מאכן שבת פאר זיך. די עדה קען נישט פארלאנגן אז בעלז זאל נישט גיין צו בחירות און בעלז קען נישט פארלאנגן אז די עדה זאל עס נישט אסר'ן.
די עדה האט שוין היינט נישט קיין טענה קעגן בעלזע פלייש ווייל ס'איז סייווי פארהאן היינט פלייש מיט מערערע השגחות אין ירושלים און אפילו טאמער בעלז פארמאכט זייער שחיטה, לפנים משורת הדין, וועלן די בעלזע נאכאלץ נישט מקפיד זיין צו קויפן עדה פלייש.
טאמער וויל די בעלזער אז די עדה'ניקעס זאלן נישט האבן א שווער הארץ אויף אים, וואלט איך אים געראטן האלטן א דרשה ברבים אז ער האט געמאכט א טעות מיט די וועג וויאזוי ער האט געהאנדעלט און גיין איבערבעטן ביים מנחת יצחק'ס ציון, און דער איט.
מיינט אבער נישט אז בעלז מיט עדה וועלן ווערן בעסט פרענדס. בעלז וועט ווייטער נישט גיין צו די עדה'ס אסיפות און די עדה וועט ווייטער נישט גיין קיין בעלז (חוץ אויב ס'דא עפעס א שייכות און סיבה יא צו גיין). בסך הכל וועט עס אויפטון אז טאמער מאכט זיך אמאל אז מ'טרעפט זיך זאל עס נישט זיין אומאיינגענעם.
א לייק האב איך דיר געגעבן, אבער מיט איין זאך בין איך מחולק מיט דיר. איך פארשטיי יא אז זיי זאלן וועלן אז בעלז זאל פארמאכן זייער השגחה, אדער לכה"פ זייער שחיטה, און כאטש אז נישט אלע בעלזער וועלן עסן עדה פלייש, זאל עס אבער אפיציעל אזוי הייסן, אדער אז אין די רעסטאראנען מיט בעלזער השגחה זאל כאטש די פלייש זיין עדה. דעמאלס קענען זיי אנווייזן אויף עפעס וואס בעלז האט פאראכטן (אויסער דאס גיין אויפן ציון פון מנחת יצחק איבערבעטן).
אבער אויסער דעם איינעם פרט, בין איך אינגאנצן מיט דיר. און איך האלט טאקע אז עס איז שוין העכסט צייט צו ענדיגן דעם פרשה אויך.
וואס איז די ציל אז בעלז זאל אפיציעל עסן עדה פלייש? די עדה האט סייווי נישט קיין קאנטראל איבער די פלייש מארקעט אין ירושלים. איך ווייס נישט קיין קראנטע נאמבערס אבער איך שטעל מיך פאר אז מיטאמאל 10% פלייש וואס די פרומער עולם קויפט אין ירושלים, איז פון די עדה. דאס אז עדה וואלט פארדינט געלט טאמער בעלז קויפט זייער פלייש איז נישט עפעס וואס קען בכלל ארויפגעברענגט ווערן ווייל אפיציעל איז דאך עס א אידילאגישע מחלוקה נישט א פינאנציעלע.
נאך מער, טאמער האלטן זיי אז אנדערע קרייזן דארפן קויפן זייער פלייש איז פשט אז זיי זענען אויך א חלק פון די עדה. ווילן זיי דען דאס? זיכער נישט ווייל די קנאישע געשטימטע וועלן אין נא טיים ווערן אוטנאמבערט
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 31, 2015 11:57 am
דורך סמבטיון
יעצט אז איך זעה פון ווי די גאנצע נייעס וועגן א כינוס וואס גייט מכלאמפערשט פארקומען, איז שוין אויך פארענפערט דעם לשון "רבו"..
איך ווייס נישט פון קיין אסיפה צו זאגן, שאולזוהן שרייבט דארט אז סעגייט פארקומען א כנס פון אלע בעלזע חסידים איבער די וועלט, און יעדער מוז פארן, סארא שטותים א מענטש קען באקן, ער איז דאך מוראדיג, הייבט זיך נישט אן, יעצט בנוגע שלום מיט עדה, איז אזוי, איך בין נישט באקאנט מיט צופיהל דיטעילס, סמאכט אבער סענס, בעלזער רב זוכט צו לעבן היינט מיט יעדם בשלום ושלווה, ער האט אויפגעטוהן וואס ער האט געוואלט, (א הערליכע חסידות, א בית דין, הכשר, שוהל, מוסדות איבער די וועלט, קירוב רחוקים/קרובים אדג.) און יעצט איז צייט צו לעבן מיט יעדעם בשלום, ער טרייט זיין בעסט וויפוהל ער קען נאר, אבער קיינער זאל זיך פאר קיין רגע נישט איינרעדן אז בעלזא וועט ארויסגיין פון כנסת, אדער אויפהערן נעמען געלט פון די מדינה, דאס איז יסודתו בהררי קודש פון רב ז"ל, לגבי די שחיטה ווייסט יעדער בר דעת וואספאר טובה ער האט געטוהן פאר יהדות החרידות און ארץ ישראל מיטן עפענען א אייגענע שחיטה, און ווי באקאנט איז דא היינט צענדליגע הכשרים חוץ פון עדה החרדית, און בדרך אגב, פעלט נישט קיין בעלזע משפחות וואס עסן עדה הכשר. און בעלזא האט מען נישט געזאגט אז יענער איז טרייף (נוסח סאטמער) מע זאגט אז ביי אונז איז בעסער, וואס יעדער מנהיג האט די רעכט אזוי צו האלטן און זיין קהילה. מילא זעה איך נישט דער גרויסע דארעכברוך אויב בעלזא וועט אנהייבן עסן עדה פלייש.
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 31, 2015 11:58 am
דורך לית דין בר נש
[tag]שמעון וואלף[/tag] עס איז סך הכל סימבאליש, עס איז נישט די עדה דארף די געלט נאר די בעלזא האט גיעפענט זיין פלייש ווען ער האט זיך צופראסקעט מיט די עדה, איז אז ער וויל ווייזן אז ער איז א וואוילע אינגל דארף ער צומאכן זיין פלייש.
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 31, 2015 5:27 pm
דורך Kool man
איך וואונדער זיך דא אויף דעהם עם חכם ונבון דא אין ק"ש, די גאנצע מעשה שטאמט פון וואו? שאולזון האט געלאזט א נפיחה'לע [סארי פאר די לענגוויטש], און ס'עפענט זיך שוין א גאנצע דעבאטע מיט פלפולים פארוואס יא פארוואס נישט כאילו ס'שטעקט עפעס אמת דערינען..