בלאט 1 פון 1

איך וואוין אין שטאט

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 31, 2015 12:42 pm
דורך פליקער
יא איך וואוין אין די סיטי,

יא איר האט צוגעטראפן איך וואוין דארט ווי מען וואקסט אויפ מער ברייטער, נישט ווי די וואס קומען פון סיי ווי אויסער די שטאט, זיי זענען דאך אלע מצומצמים, זיי פאר עפעס א סיבה וואס איז אים באוויסט זענען שמאל געבילדעט, זיי האבן עפעס אזא נאך טעם, אבער איך א סיטי חברה מאן, איך בין די ריעל דיל, איך פארשטיי וואס זיי פארשטייען נישט, נישט נאר זיי פארשטייען עס נישט נאר עס פאלט זיי גאר נישט איין.

איך דער חברה מאן פארשטיי אז ווען איך הער אלע קארן פייפן מיר אין מוח, פארשטיי איך די וויכטיגקייט דערפון, איך נעם עס פאר ליב, טראץ אלע יאמערליכע קולות וואס לעכערן מוחות, ווייל איך פארשטיי אז די קולות עפענען מיינע טיפע פארשטאפטע קעמערלעך, אזא געווינס זענען די מאנסיאנע, לעקוואדאנע, בלאמבערג נערנים נישט זוכה, דאס איז דאך ממש זה נהנה וזה לא חסר, ער פייפט און פייפט און אזוי ליפטערט ער זיינע נערווען, עס העלפט אים זיך האלטן אין די ראמען, און איך ווען מיינע נערווען ווערן געפריווט מיט די פייפן, איז עס ווי עקסערסייז פארן מוח, עבודת המידות אן קיין שום אפצאל, בפרט און די געהויבענע שובבים טעיג, אלזא בעיטן מיר נישט מגלה זיין דעים סוד פאר קיין אינדערויסנדיגע, ווייל זיי וועלן נאך אלע פאקן פעק און אהיים קומען אהער צים שטאט אריין.

אויך זענען מיר שטאטישע חברה אויך גאר מזלדיג אז מיר האבן בכלל נישט קיין שום פארקינג פאר אינזערע וויקלעך דאס איז דאך ממש א געווינס, ווייל מיר האבן דאך דעריבער גיטע קשרים מיט די פאליציי און ריכטער, ווען אימער מיר שטעלן זיך אפ אפילו פאר א רגע, היטן זיי אויף אינז און זיי לייגן אינז אזעלכע רויטליכע צעיטלעך וואס צייגט אויף זייער אנוועיזענהייט, מיר שיקן דאן שיינע טשעקלעך פאר זיי פאר זייער איבערגעגעיבענקייט לטובת דעם חשובן ציבור, און די נערישע דארפישע לייט ווייסן אפילו נישט ווי אזוי מען לייגט אויס דאס ווארט טיקעט, און ווי אזוי מען שמיסט מיט א ריכטער פארן אמעריקאנעם רעגירונג, זיי בלייבן דאך גאר שמאל קעפיק, זיי נעבעך קענען פארקן ווי זיי ווילן ווען זיי ווילן, זיי האבן ר"ל אפילו אייגענע גאראדזשעס, א נעבעך אויף זיי, קענען נעבעך דורך לעיבן הינדערט יאר אן זעין א טיקעט, ממש א ברויך אויף זייער קאלאמבוס.

דירות מיילא, מיטשען זיי זיך מיט גרויסע דירות, זיי ברויכן נעבעך רוימען, ווישן וואשן, זייערע ווייבער בלייבן נעבעך משורתת כל ימיהם, אה אינז דא, האט דאך כמעט קיינער בכלל נישט קיין דירה, און די עטליכע נעבעכדיגע וואס האבן יא, גיבן פון צייט צי צייט איין סניז און די גאנצע דירה איז זאפארט ריין, מען ברויך זיך בכלל נישט ארים דרייען, די וואס טרעפן נישט קיין דירה און קעילער, די טרעפן כאטש אויפ א בוידעם, ממילא טיילן מיר זיך איין מיט די מעלות, טייל ברויכן נישט וואקן קיין טרעפ, און די וואס יא האבן כאטש א הערליכע פענארמע, און עקסעקסייז פריי פון אפצאל, קיינער איז גאר נישט נכשל און לא תחמוד בית רעיך ווייל דער חבר וואוינט דאך אויך אין א קעילער, ממש עולם התיקן.

נעבעך אויף די דארפאקעס, זיי וואוינען און טרעפן ביליגע דירות, ממש א עקל, ווי ווען איינער טרעפט א ביליגע אתרוג אדער א ביליגע שטריימל, וואס מיינען זיי מיר זענען ביליגע צווייטע קלאס, ניין מיר טרעפן נאר פאר גאר טייער, און אויך ברויך מען האבן גרויס פראטעקציע, מיר לאזן איבער די ביליגע דירות פאר אינזערע גויאישע שכנים, מיר זענען ערשטע קלאס שטאטישע איינוואוינער, מיר גייען אנגעטיען ווי טייערער, אינזער'ס א ווייבל איז ווערט און א גרינעם מיטוואך און בגדים איבער צעין אלפים.

מיינט עטץ אז מיר זענען טשיפי'ס צי וואס, ווען מיר קויפן פערניטור אדער צירינג איז עס די טייערסטע וואס נאר פארהאן, געלט איז בכלל נישט אונזער דאגה, מען האט דאך אינז ציגעשטעלט א גאנצע לאנד וואס באצאלט דערפאר, ווען מיר מאכן חתונה ליידענען מיר ממש ווי ווען שלמה המלך האט איינגעליידנט מלכה שבה, מיר שיקן פערזעינלעך א איינליידענונג מיר זענען דאך די אויבישטע פינעם שטייסל, וואס ווייסט א דארפישער וואס גייט אנגעטיען מיט שמאטעס, דרייען זיך ארים פארכמארעט מיט זייערע פארשטאפטע קעפ אנגעטיען גאר יאנטשי.

אונז דא שטאטישע זענען פריילעך, מיר האבן אלעס אין קאנטראל, מיר האבן טאקע קלייניקע פראבלעימען מעשה שטן, די עירוב סאמעטאכע אויך עפעס א מעשה מיט ר' אברהם סלאנעם אבער אזוי איז אלע גזירות בטול ומבוטל, אפילו צימערמאן דרייט זיך לעצטענס אן קיין שטאך צי שטעכן, ממש מיר זענען און א חלום צייט דא אין שטאט, אזש אז מען מיז אונז דערמאנען פון צייט צי צייט אז מיר זענען אין גלות, שיקט מען אינז דא אראפ שטים פלעצער וואס מיר מיזן זיך מטריח זיין אהין צי גיין עפעס טיען פאר אמעריקע.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 31, 2015 1:40 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
פליקער האט געשריבן: אלזא בעיטן מיר נישט מגלה זיין דעים סוד פאר קיין אינדערויסנדיגע, ווייל זיי וועלן נאך אלע פאקן פעק און אהיים קומען אהער צים שטאט אריין.



און וואס איז שלעכט? אזוי וועט עס ווערען מער שטאטיש מיט מער פייפען און טייערע דירות. אלס וואס דו זוכס'ט, ניין?

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 31, 2015 1:48 pm
דורך ישראל קאפקע
אומפארגינערישקייט איז א טייל פון די שטאטישקייט.

Re: איך וואוין אין שטאט

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 31, 2015 1:49 pm
דורך פליקער
דעס איז איינע פון אינזערע מעלות אלס שטאטישע, אז מיר זענען אויך פשוט שלעכט.
ישראל קאפקע האקט מיטן זעלבן

Re: איך וואוין אין שטאט

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 31, 2015 2:43 pm
דורך [NAMELESS]
נאך א מעלה אין שטאט אז מיט א דאבל פארקד קאר (דארפישע ווייסן ניטאמאל וואס דאס מיינט) און א באס און א גארבידז טראק פאר מיר קען איך שרייבן א תגובה אויף ק''ש אינמיטן דרייוון,

Sent from my SGH-T599N using Tapatalk

Re: איך וואוין אין שטאט

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 31, 2015 2:54 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
יא, אבער אין מאנרא טוט דער דרייוער פונ'ם גארבעדז"ש טרא"ק אויך שרייבען אויף ק"ש אין מיט'ן דרייוען

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 31, 2015 3:29 pm
דורך ברוך בער
רב פליקער איר קענט מאכן שיינע הלצה'ס אבער איך גלייב איר האט נישט פרובירט דעם צומצום פון אן אפסטעיט לעבנסשטייגער. צומצום הדעת איז טויזנט מאל ביטערער ווי א קליינע דירה. אגב איך דרייוו נישט קיין קאר ממילא האב איך נישט די עיקר מוטשעניש וואס איר אלע פלאגט זיך. אז איך וויל ערגעץ גיין האב איך א אויסווייל פון: זיפקאר, אובער, ענטערפרייז קארשעיר, קאר טו גא, ועל כולם נוץ איך לעצטנס ליפט זיי געבן יעצט 50% אראפ אין שטאט. עס קאסט 6-7 דאלאר צו מאנהעטן.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 31, 2015 3:57 pm
דורך שמעון וואלף
פליקער בלייבט פליקער, פליקענדיג רעכטס און לינקס.

We love you

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 31, 2015 4:02 pm
דורך שמעון וואלף
ישראל קאפקע האט געשריבן:אומפארגינערישקייט איז א טייל פון די שטאטישקייט.


ליין וויליאמבורגשקייט

[tag]ברוך בער[/tag] צמצום הדעת איז ביטער פאר יענעם. דער מצומצם האט אסאך ווייניגער דאגות ווי דער ברייטער קאפ

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 31, 2015 4:18 pm
דורך ברוך בער
שמעון וואלף האט געשריבן:
ישראל קאפקע האט געשריבן:אומפארגינערישקייט איז א טייל פון די שטאטישקייט.


ליין וויליאמבורגשקייט

[tag]ברוך בער[/tag] צמצום הדעת איז ביטער פאר יענעם. דער מצומצם האט אסאך ווייניגער דאגות ווי דער ברייטער קאפ


אקוראט. און דאס איז פארוואס אויב פארמאגט עימיצן מיט עטוואס ברייטקייט קען אן אפסטעיט שטעיטלישן געלעיבעכץ זיין א קליינעם גיהנם אויף דער וועלט.

Re: איך וואוין אין שטאט

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 31, 2015 7:47 pm
דורך רימון
נישט ליינען אינמיטן עסן, מ'קען זיך ח''ו דערוועגן פאר געלעכטער.

Re: איך וואוין אין שטאט

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 31, 2015 8:28 pm
דורך דעת תורה
אזוי איז געווען אמאל. עד שבא אינטערנעט ובילבל את הכל. מ'קען וואוינען אין סקווירא און זיין פיל ברייטער און אפענער צו אלעם און אלסדינג, ווי אנדערע געגנטער בעפארן אינטערנעט.

Re: איך וואוין אין שטאט

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 31, 2015 8:31 pm
דורך פרייוויליג
פליקער האט עס גענאגעלט.

Re: איך וואוין אין שטאט

נשלח: פרייטאג יאנואר 01, 2016 9:11 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
געטשוואקט

נשלח: פרייטאג יאנואר 01, 2016 11:02 am
דורך berlbalaguleh
גראדעמעכעלע האט געשריבן:נאך א מעלה אין שטאט אז מיט א דאבל פארקד קאר (דארפישע ווייסן ניטאמאל וואס דאס מיינט) און א באס און א גארבידז טראק פאר מיר קען איך שרייבן א תגובה אויף ק''ש אינמיטן דרייוון,

Sent from my SGH-T599N using Tapatalk

Grude-Mechele: No texting and driving...It's State Law...!