זי שטייט ביים נעסט מיט פארכט
מחשבות זי טראכט און קאכט
איהרע פליגל גרייט צו פליען
און די מחשבות אויף צוריק ציען
געעפנט די אויגן
אויף די וועלט געקומען
קוים עפעס געוואויגן
זיך וויינען גענומען
די מאמע נעבן מיר געווען
בארואיגט גלייך
באטראכט וואס עס טוהט מיר געשעהן
ביים שלאפן און ווען איך בין וואך
די נעסט איז געווען מיין גאנצע וועלט
איך וואלט נישט פארטוישט פאר קיין געלט
צו טוישן מיט וועם נישטא
חוץ די נעסט איז א וועלט דא?
שטייט זי און טראכט ביים טיר
וואס געפונט זיך אונטער איהר
די ענדע פון די וועלט איז דאס
אדער גאר א אנהויב פאר סיי וואס
***
יום החופה אזוי געהויבן
א נייע לעבן די צוויי טויבן
עס איז א ענדע און א סוף
און א צייט פאר הכרת הטוב
הכרת הטוב פאר אונזערע עלטערן
וואס האבן אלס געטוהן אזוי גערן
כסדר געווען צו דער האנט
און צוזאמען געשפאנט
ערצויגן און געלערנט
און ווען מען דארף, אונז דערצערנט
אוועקגעגעבן שלאף פאר אונזער וועגן
און כסדר געקומען אנטקעגן,
א ענדע צו א לעבן געבינדן צום פארט
א אנהויב פון לעבן אין א נייעם ארט
א ענדע צום לעבן אינעם נעסט
א אנהויב פון לעבן לויט דיין טעיסט
עס איז טאקע א ענדע גאנץ א שווערע
אבער א אנהויב פיל מיט עהרע
א אנהויב פון א לאנגע וועג
פון זייער אסאך טעג
נייע לעבנס וועלן זיך פארמירן
דו וועסט זיין זייער מאמע און זיי פירן
מער נישט אויפן שיף ווי א גאסט
נאר א קאפיטאן וואס טראגט די לאסט
א נייע לעבן מיט נייע מעגליכקייטן
א נייע לעבן פון פירן די קייטן
א נייע לעבן, נייע טעג
ווייטער גיין אויפן אויסגעטראטענעם וועג
(געשריבן געווארן לבקשת ידידי וואס האט געבעטן פון מיר אפאר שורות צו א בעפארשטייענדע חתונה פון זיין שוועסטער)
חוץ די נעסט איז א וועלט דא?
- געוואלדיג
- חבר ותיק
- הודעות: 3930
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
- געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
- האט שוין געלייקט: 6582 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל
חוץ די נעסט איז א וועלט דא?
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...
-יין שרף-
-יין שרף-
- רויטע וואנצעס
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4863
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
- געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
- האט שוין געלייקט: 8315 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל