בלאט 1 פון 1

גוטע אומזיסטע אנליין שיעורים אויף פארקויפן אויף עמעזאן

נשלח: פרייטאג יאנואר 01, 2016 1:21 pm
דורך וויליאמסבורגער
עס איז דא אסאך שיעורים אויף יו-טוב ווי מענטשן וואס זענען מצליח אויף עמעזאן רעדן ארום וועגן זייער הצלחה און וואס מ'דארף טוהן מצליח צו זיין. אין לויף פון די יארן האב איך שוין געזעהן א שיינע צאל אזעלכע ווידיאוס, אבער יעצט האב איך מיך אנגעשטויסן אין א נייע סעריע ווידיאוס וואס האט זיך אנגעפאנגען נעכטן אויף יו-טוב.

דאס איז פון צוויי סעללערס אויף עמעזאן, וואס איינער פון זיי האט געמאכט 800000 אין סעילס אין 2015.

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=hDMN9TMlFAQ[/youtube]

יעדער איז מכובד צוצולייגן גוטע ווידיאוס וואס געבן א גוטע בליק אויף פארקויפן אויף עמעזאן.

Re: גוטע אומזיסטע אנליין שיעורים אויף פארקויפן אויף עמעזאן

נשלח: פרייטאג יאנואר 01, 2016 2:13 pm
דורך יהושע חיים
פארוואס א גוטע בליק און נישט אן אמת'ע בליק (ווי נישט צו גרייזן וכו')?

Sent from my LG-P659 using Tapatalk

נשלח: מאנטאג מאי 09, 2016 12:47 am
דורך שאולדיספריםפאקער
וויליאמסבורגער האט געשריבן:עס איז דא אסאך שיעורים אויף יו-טוב ווי מענטשן וואס זענען מצליח אויף עמעזאן רעדן ארום וועגן זייער הצלחה און וואס מ'דארף טוהן מצליח צו זיין. אין לויף פון די יארן האב איך שוין געזעהן א שיינע צאל אזעלכע ווידיאוס, אבער יעצט האב איך מיך אנגעשטויסן אין א נייע סעריע ווידיאוס וואס האט זיך אנגעפאנגען נעכטן אויף יו-טוב.

דאס איז פון צוויי סעללערס אויף עמעזאן, וואס איינער פון זיי האט געמאכט 800000 אין סעילס אין 2015.

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=hDMN9TMlFAQ[/youtube]

יעדער איז מכובד צוצולייגן גוטע ווידיאוס וואס געבן א גוטע בליק אויף פארקויפן אויף עמעזאן.

לעניות דעתי איז 8 מאות אין סעילס א יאר זייער ווייניג עני רעגולער אמעזאן סעלער מאכט די נומבערס אויב נישט איז צרות ודוק

נשלח: מאנטאג מאי 09, 2016 8:12 am
דורך וויליאמסבורגער
וואס הייסט "ודוק" -- זיי מסביר

Re: גוטע אומזיסטע אנליין שיעורים אויף פארקויפן אויף עמעזאן

נשלח: מאנטאג מאי 09, 2016 9:25 am
דורך טמיר
מסתם איז די נעט פראפיט נאר 3% למשל, קומט אויס 24 אלפים

Sent from my SPH-L900 using Tapatalk

נשלח: מאנטאג מאי 09, 2016 9:30 am
דורך שאולדיספריםפאקער
[quote="טמיר"]מסתם איז די נעט פראפיט נאר 3% למשל, קומט אויס 24 אלפים

Sent from my SPH-L900 using Tapatalk[/quot

נישט ממש איך מיין אז דורכשניטליך ביי אמעזאן ארבעט מען אויף צווישן 15 און 25 פערצענט

Re: גוטע אומזיסטע אנליין שיעורים אויף פארקויפן אויף עמעזאן

נשלח: מאנטאג מאי 09, 2016 9:36 am
דורך טמיר
דאס איז מסתם די גראס פראפיט, ס'טייטש די מארק אפ אויף די האלסעיל פרייז. נאכדעם קומט צי כל מיני עקספענסעס

Sent from my SPH-L900 using Tapatalk

נשלח: מאנטאג מאי 09, 2016 10:03 am
דורך וויליאמסבורגער
אין די ווידיא זאגן זיי אז די נעט פראפיט איז געווען 200k

Re: גוטע אומזיסטע אנליין שיעורים אויף פארקויפן אויף עמעזאן

נשלח: מאנטאג מאי 09, 2016 11:48 am
דורך טמיר
וויליאמסבורגער האט געשריבן:אין די ווידיא זאגן זיי אז די נעט פראפיט איז געווען 200k

עס מאכט נישט קיין סענס, און סאיז מסתם ליגענט

נשלח: מאנטאג מאי 09, 2016 4:58 pm
דורך יעקב מענטש
טמיר האט געשריבן:
וויליאמסבורגער האט געשריבן:אין די ווידיא זאגן זיי אז די נעט פראפיט איז געווען 200k

עס מאכט נישט קיין סענס, און סאיז מסתם ליגענט

איך האב נישט געזעהן די ווידיאו, אבער ס'איז יא מעגליך (עכ"פ נאנט צו דעם ציפער) אויב ער ברענגט אריין אייגענע אייטעמס.

כך פארשטאנטי

נשלח: מאנטאג מאי 09, 2016 5:23 pm
דורך סמבטיון
איך האב נאך נישט געזען דעם קליפ, אבער במחילת כבודך 800000 דאלער א יאהר אין סעילס איז א ווערטעל, אני הקטן האב שוין געמאכט מער ווי א מעלאנע אין סעילס אין 2016 מיינט נאך גארנישט, און איך בין קוים א מתחיל.

נשלח: מאנטאג מאי 09, 2016 8:16 pm
דורך קאצקע ציקער
סמבטיון האט געשריבן:איך האב נאך נישט געזען דעם קליפ, אבער במחילת כבודך 800000 דאלער א יאהר אין סעילס איז א ווערטעל, אני הקטן האב שוין געמאכט מער ווי א מעלאנע אין סעילס אין 2016 מיינט נאך גארנישט, און איך בין קוים א מתחיל.

דו רעדסט פון איבער א מעלאנע אין פראפיט?

נשלח: מאנטאג מאי 09, 2016 10:01 pm
דורך סמבטיון
הלוואי, איך רעד פון סעילס

נשלח: מאנטאג מאי 09, 2016 10:38 pm
דורך דעת זקנים
אין סעילס איז עס אויך זייער שיין

נשלח: מאנטאג מאי 09, 2016 10:45 pm
דורך סמבטיון
מיין גאול איז כאטש 3 מיל. פאר דעם יאהר בע"ה

Re: גוטע אומזיסטע אנליין שיעורים אויף פארקויפן אויף עמעזאן

נשלח: מאנטאג מאי 09, 2016 11:36 pm
דורך גרויסע מענטשעלע
סמבטיון האט געשריבן:מיין גאול איז כאטש 3 מיל. פאר דעם יאהר בע"ה

אויף וואספארא מארק אפ ארבעט מען אויף עמעזאן ?

כפרעג אלץ נייגער !

Re: גוטע אומזיסטע אנליין שיעורים אויף פארקויפן אויף עמעזאן

נשלח: דינסטאג מאי 10, 2016 12:14 am
דורך טמיר
א געוואלדיגע פלאץ צו געוואר ווערן אינפא אויף די אלע זאכן איז ivelt.com. עס איז דא דארט טאנס אף ניצליכע אינפארמאציע

נשלח: דינסטאג מאי 10, 2016 1:01 am
דורך קאצקע ציקער
קענסט ברענגען א לינק ביטע

Re: גוטע אומזיסטע אנליין שיעורים אויף פארקויפן אויף עמעזאן

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 23, 2020 1:16 pm
דורך עוקר הרים
איינער מוט א לינק צו עפעס גוטע אנליין שיעורים בחינם זיך צו אויסלערנען גוט ווי אזוי צו פארקויפען אויף עמעזאן?

Re: גוטע אומזיסטע אנליין שיעורים אויף פארקויפן אויף עמעזאן

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 23, 2020 11:16 pm
דורך פאליטיקאנט
עס איז נישטא קיין גוטע אפיציעל בחינם, אבער עס איז יא דא גע'גנב'עט.....

זענט איר אינטערעסירט דערין?

Re: גוטע אומזיסטע אנליין שיעורים אויף פארקויפן אויף עמעזאן

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2020 6:29 am
דורך עוקר הרים
פאליטיקאנט האט געשריבן:עס איז נישטא קיין גוטע אפיציעל בחינם, אבער עס איז יא דא גע'גנב'עט.....

זענט איר אינטערעסירט דערין?
יאפ.... שיק אריין

Re: גוטע אומזיסטע אנליין שיעורים אויף פארקויפן אויף עמעזאן

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2020 1:47 pm
דורך פאליטיקאנט
https://mega.nz/folder/oPJGkY5L#CfEowYO2ttLbysErjJvWsg
אביסל אלט אבער זייער גוט, און נאכאלס רעלעוואנט.

ער האט א נייע אפדעיטעד קורס אויף פרידאם טיקעט דאט קאם וואס קאסט $999 אבער אויב האט מען Helium 10 (קאסט בערך $48 א חודש) וואס איז "זייער" א נוצבארע (כמעט חיוב) סאפטוועיר פאר עמעזאן פארקויפער - ספעציעל ווען מען זוכט וואס צו פארקויפן - דאן קריגט מען עס בחינם.
איז פרעגט איינער וואס האט א סובסקריפשען צו Helium 10 פאר זיין freedom ticket login (עס איז באזונדער פון helium 20).

עס זענען דא נאך אנדערע, אויב איר ווילט.