אין שייכות מיט דעם אשכול איבער דעם געזעלשאפטליכן ריס צווישן מענער און פרויען, באשטים איך דא א באזונדערן אשכול וואו איך וועל ארויסלייגן בלויז די בריוו אין זייער אריגיענעלן לשון. אויב האב איך עפעס צוגעפוצט פון די בריוו פונעם יונגערמאן וועל איך עס דא לאזן ווי ס'שטייט און גייט. און דער עיקר איז אז די ענגלישע שפראך וואס די פרוי האט גענוצט וועט דא ארויסגעשטעלט ווערן אינעם אריגינעל.
יעדעס מאל וואס איך וועל ארויסשטעלן דארט א נייע פּאָר בריוו צו דיסקוטירן וועל איך עס אויך דא ארויסלייגן, אבער איך בעט אז אויף דעם אשכול זאל מען גארנישט קאמענטירן כדי ס'זאל נישט שטערן דעם פלוס פונעם ליינען.
געזעלשאפטליכער ריס (אריגינעלע ווערסיע)
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 33
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 15, 2015 8:02 pm
- האט שוין געלייקט: 52 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 185 מאל
ישראל מ.:
ניו יארק
[center]א ריס וואס פאדערט א רפואה[/center]
האט איר שוין אמאל געהערט עמיצן רעדן וועגן דעם אז די מענטשהייט דארף מאכן שלום צווישן זיך? אז פעלקער, רעליגיעס און קולטורן דארפן זיך פאראייניגן צו אויסלייזן די וועלט? על פי רוב רעדט מען וועגן דעם מיט א מאך מיט דער האנט, ס'איז אליין א מין אמונה אין וואס מ'גלייבט – אז די וועלט מוז זיין אזוי און אזוי – און ס'איז נישט אויסגעשלאסן אז אט די אמונה גופא זאל זיין א גורם אפצוטיילן צווישן מענטש און מענטש. דאס פאסירט דעמאלט ווען דער שטרעבן צו שלום איז מער נישט קיין עכטער, נאר אן אויסגעדראשענער, א רעליגיע פון פאליטישער קארעקטקייט.
וואס זאל מען טון? סוף כל סוף איז די צרה פון שנאה אן אלוועלטליכער פראבלעם, און נאר געציילטע סענסיטיווע מענטשן קענען פילן דעם צער פון אזא גרויסן באגריף ווי ס'איז "די מענטשהייט". אין תוך גערעדט איז עס אן ענליכער מין צער צו דעם וואס צדיקים האבן אויף דער "גלות השכינה". דאס הייסט, אז מ'טראכט נישט מאמענטאל וועגן זיך, וועגן די אייגענע קליינליכע פראבלעמען, נאר וועגן דער גרויסער אלגעמיינער צרה פון דער בריאה – די מחיצות וואס טיילן אפ צווישן מענטש און גאט, וואס וועט פארראכטן ווערן נאר ביי דער גאולה שלימה. איז עס דען עפעס וואס דער געווענליכער ביזנעסמאן קען טראכטן וועגן דעם? אודאי נישט. ס'איז אן איידעלער וואונטש פון גוטע מענטשן מיט א סענסיטיוון הארץ.
ס'איז אבער דא אמאל וואס אפילו דער פראסטער מענטש קען דערפילן דעם צער פון דער מענטשהייט, און דאס איז ווען ער שטויסט זיך אליין אן אין דער גרעניץ וואס טיילט אפ צווישן מענטש און מענטש. ווען ער אליין וויל דערגרייכן ערגעץ און ער קען נישט, ווען ער אליין וויל אויסשטרעקן א האנט צו א געליבטן וואס געפינט זיך אין אן אנדער גלויבן, אדער אין אן אנדער פאלק, צו וועלכן ער קען נישט צוקומען, דארט דערוועקט זיך מיטאמאל זיין אינערליכן פארדרוס אויף די מחיצות וואס מענטשן האבן אויפגעבויט צווישן זיך. דער ווייטאג ביי אזא מענטש איז קאנקרעט און ממשות'דיג, ער פילט עס אויף דער אייגענער הויט און ס'רייסט אים גענוג ביים הארצן.
איין אזא ביישפיל איז פארגעקומען מיט א געוויסן נאצי, אויגוסט לאנדמעסער, וועלכער האט זיך אפיציעל ארויסגעשטעלט קעגן דער נאצי פארטיי נאכדעם וואס ער האט זיך פארליבט אין א אידישן מיידל, און ס'האט אים טייער געקאסט. יעדער מענטש, מעג ער זיין סיי ווי פאנאטיש, איז מסוגל צו פילן אמאל די לעכערליכקייט פון זיין שנאה – אויב ס'קומט אים נאר אויס זיך צו טרעפן פאר דער זעלבער וואנט אין וועלכער ער גלייבט, און ער זעט נישט קיין אויסוועג וויאזוי עס בייצוקומען. וויבאלד אזעלכע ראמאנטישע מעשה'לעך געשעען נאר זעלטן, פארבלייבט עס א ווייטאג נאר אין די הערצער פון פארפייניגטע נשמות וועלכע קלאגן אויף דער גלות השכינה.
***
אין אונזער פרומער סביבה קומט צו נאך א שיכט פון מענטשליכער צעטיילונג. אפגעזען וואס די סיבות זענען צו דער מחיצה צווישן מענער און פרויען, ווייסן מיר אז די מחיצה איז נישט בלויז א פיזישע – נאר נאך מער א גייסטישע. די וואנט וואס הערשט צווישן מענער און פרויען אין דער היימישער וועלט איז אין א מאס נאך דיקער ווי די מחיצה צווישן איד און גוי. אויב איז דא עפעס וואס דער פעמינינער מין קען צוגעבן פאר דער וועלט – און איך גלייב אז ס'איז דא א סך – וועט עס קיינמאל נישט קענען דערגרייכן אונזער היימישע וועלט, וויבאלד דער דאמינאנטער מין איז נאר דער מענערישער, און די מענער זענען נישט בכח צו עפענען א הארץ צו דעם שוואכערן מין.
איך ווייס נישט צי א היימישער איד האט זיך אמאל אפגעשטעלט טראכטן וועגן דעם, אבער ס'איז פאקטיש אן אומגלויבליכער פארלוסט פאר דער געזעלשאפט ווי א לעבעדיגער ארגאן. די נאכווייען דערפון זענען קענטיג אין דעם אופן ווי די מענערישע חדרים און ישיבות פירן זיך – שלאבעריש און אומקאמפעטענט – אין פארגלייך מיט דעם הערליכן סיסטעם וואס די ווייבער האבן אוועקגעשטעלט אין די מיידל שולעס. דער חינוך פון מיידלעך דערגרייכט א הויכן סטאנדארט, אין דער צייט וואס די יונגלעך באקומען נישט אפילו דעם מינימום וואס א פרומער חינוך וואלט געמעגט האבן. ס'איז א שאד נאר וואס די דערגרייכונגען פון די מיידלישע גראדואנטן ווערט פארוואסערט נאך דער חתונה, ווען זיי פארלאזן די ווייבער-דאמינירטע טעריטאריע.
איז עס נאך א טייל אינעם ריס פון דער מענטשהייט? מסתמא יא. די מחיצות וואס מ'לייגט אין בית מדרש צווישן מענער און פרויען וואלטן נישט געדארפט זיך איבערגיסן אויף יעדן איינציגן אספעקט אין לעבן. מיר קענען נישט טוישן די וועלט, ס'וועלן מסתמא שטענדיג פארבלייבן טיילונגען צווישן מענטשן, אבער אין דעם פאל איז עס א ריס וואס לויפט דורך אין סאמע מיטן פון אן אייגענער גרופע. ס'איז נישט בלויז א פארלוסט פון דער געזעלשאפט ווי א כלל, נאר אויך פון אינדיווידועלן וואס לעבן דערין. לאמיר זאגן אז מ'קען טאקע נישט טוישן דעם מצב ווי ס'איז, מוז אבער קלאר זיין אז ס'איז א ריס אין דער בריאה – אזא וואס בעט זיך אויף א רפואה, אפשר נאך מער ווי סיי וועלכער אנדערער ריס.
שפאנענדיג אין בית מדרש שבת צופרי, האב איך אמאל דורכשפאצירט צוויי פרומע ווייבער וואס האבן געשמועסט וועגן עפעס אן ענין, און מיר האט זיך געדאכט אז זיי שמועסן וועגן טעאלאגיע. געהערט שוין אזוינס? א פרוי זאל פארפירן א טעאלאגישן שמועס? האט זיך מיר געוואלט אפשטעלן, הערן וועגן וואס ס'גייט די רייד, איך האב געוואלט צולייגן מיט א ווארט וואס איך קלער, מיר וואלטן אפשר ביידע צופרידן געווען אויסצוטוישן געדאנקען, אבער די גייסטישע מחיצה וואלט קיינמאל נישט דערלאזט די מענערישע געדאנקען זיך אויסמישן מיט די ווייבערישע.
מיר קענען נישט טוישן די וועלט, אבער מיר קענען כאטש האפן. אזוי למשל האב איך נאסטאלגישע געפילן צו פארשידענע עקזאטישע קולטורן, קען איך עפעס טון דערוועגן אינעם מצב וואו מיר לעבן היינט? דער מציאות פונעם לעבן איז שטערקער פון אונזערע רצונות און חלומות. ס'איז אבער וויכטיג צו געדענקען אז ס'איז נישט דער אידעאלער מצב. נישט יעדער פילט אייניג דעם שפאלט צווישן מענטש און מענטש, צווישן מענער און פרויען, אבער די סענסיטיווע הערצער דארפן דאס שטענדיג פילן, און טראגן מיט זיך דעם צער פונעם ריס – באוויינענדיג די גלות השכינה וואס איז מאניפעסטירט אינעם שטענדיגן שפאלט אינערהאלב דער אייגענער געזעלשאפט, צווישן די צוויי פארשידענע קולות, מיט זייערע אייגנארטיגע צוויי נשמות.
-------------------------------------------------------------------------------------------------------------------------------------------------------------------
ברכה גיטל ש.:
ניו יארק
[center]אין ווייבער-שול [/center]
[left]There's a quiet hum in shul.
It's early. The women's section has an attendance of three.
There's the rebetzin. The barren woman who has become bitter with years of hopelessness behind her.
There's the old woman on the next row who seems like she's been 90 for all the years I've known her.
And there's the dayans wife. The one that sobs at ashrei.
It's early, and there's four of us in all. There won't be more later. Not if there's no aufruf or kiddush.
Or The occasional woman coming to hear the post baby Borchi.
I stand, leaning on the chicken wire. The wooden slats surrounding the gallery, looking down on the heads of the men milling below.
There's the kid reviewing his chumash, the bachur reading the Torah tzetlech strewn on the tables.
The little kipkes of men, greeting, gossiping, sometimes politizeeren.
I look down and see the heads of the men. There just a few yards seperating us.
A few yards and a gulf as wide as the Atlantic. I want to join them. Listen to them bicker and join the fray. Add my two cents. Share my opinions. Listen to theirs. Argue. I don't wish I were a man. I just wish I weren't so far away.
So close yet so far.
I come to shul every shabbos. I'm told I'm not mechuyev.
I'm told not to make a commitment of it. Women don't. I'll have to have my husband be matir neder if I make this into a commitment.
My place is in the home.
****
I leave the shul. I meet my friend on the way home. We talk. We talk about the kids. The in-laws. Our husbands.
My friend makes a comment of some sort. Of the role a woman has in building her home. The influence on her children that she can potentially have. The power of the devoted wife. Cliches. Behind a successful man is a supportive woman.
I listen. I don't like the confined roles. That godliness for the possessor of the XX chromosome can be found only in home and hearth.
I think of the shul gallery. Of the sparse attendance.
I think my friend is right. I don't belong there. But neither do I feel like I belong elsewhere.
A young man passes us by. He turns at the sound of our voices. There's something fleeting in his glance. A flash of understanding. Maybe yearning? Has he heard us talk? Heard me think?
I think I'm hallucinating.[/left]

[center]די שטימע פון יענער זייט[/center]
ברכה גיטל, איך האב אפגעליינט דיינע ווערטער מיט אינטערעס, זעענדיג וויאזוי די זעלבע געפילן קענען זיך אפשפיגלען פונעם ווייבערשול. דיין קול איז אייגנארטיג, דו טראכסט זיכער מער ווי אנדערע, און דערפאר איז דיין מצב אויך שווערער. ווען איך האב געשריבן וועגן דעם וואס מיינע אויערן האבן אמאל אויפגעכאפט א טעאלאגישן שמועס צווישן ווייבער, האב איך נישט געקלערט אז דא קען זיין אויך א פרויען-זייט צו דער מעשה...
איך ווייס נישט ווער ס'איז דער יונגערמאן וואס איז דיך פארבייגעגאנגען בשעת דו האסט פארפירט א השקפה שמועס מיט א חבר'טע, איך בין עס מסתמא נישט געווען, אבער דו האסט שיין דעמאנסטרירט די קעגנזייטיגע שפאנונג וואס קען הערשן צווישן די צוויי מינים, פון ביידע זייטן פון דער מחיצה, אין דער מינוט וואס דאס הארץ עפנט זיך צו וועלן דערקענען די גאנצקייט פון דער מענטשליכער ספערע, צו וועלן איבערקריכן די ליניע וואס צעטיילט שארף די צוויי סעקטארן פונעם בית מדרש, אבער אן דעם וואס מ'זאל טרעפן א מעגליכקייט ווי צו דערגרייכן אהין.
ביי פעלקער זענען דא פארשידענע סימבאלן וואס אידענטיפיצירן זיי. זייערע פענער הייבן זיך מיט פראכט צום הימל, און די הימנעס שפאלטן די אטמאספערע פונעם מענטש. ווען זיי שפילן זיך אויס אין הארמאניע איז עס א א רייכע סצענע פון יצירה. און וואס וועט זיין ווען ס'וועט דערגרייכן דאס קול פון א פרוי צו אונזערע אויערן אינמיטן דעם גאנצן געמיש פון מענטשליכער פילפארביגקייט? אדער ווידער, אויב נאר א געלעכטער וועט זיך בטעות אויסרייסן פון איר מויל, און פון דארט וועט עס ארויפגיין און זיך צעשפרייטן אין דער אייביגער ווייטקייט דורכלויפנדיג נעבן אונז, וועלן מיר אנטלויפן אדער מאכן א ברכה? וועלן מיר הייבן פיס צו לויפן, אדער וועלן מיר זיי צוזאמלייגן אויף צווייען און אויסקניען?
וואס גענוי איז קול באישה? איך פרוביר צו דערגיין. וואס איז דא אין דעם דעליקאטן קול וואס טרייסלט אויף די נשמה פונעם מאן? יעדעס פאלק ווערט דערקענט לויט זיין כאראקטער און לויט דער שפראך וואס זיינע ליפן שעפשען. מיט די קלאנגען פון באלאלייקא שטעלט זיך פאר דער רוס, און מיט די יללות פונעם יאדלען ענטפערט אפ דער שווייצאר, מיטן געוויין פונעם פייפערל דערקענען מיר דעם בעדואינער, מיט זיין פארצויגענעם געצעלט און שווארצע קאווע, און אויך דער אידישער קלארינעט ווייסט אפנים וויאזוי צו וויינען. דאס אינערליכע גערויש פונעם ציגאנער בריט פונקט אזוי אין זיין אייגענער נשמה, איבערלאזנדיג אן אפדרוק אין די טרויעריגע וויגלידער וואס ס'זינגען די מאמעס צו זייערע קינדער אין די נעכט.
נאכדעם וואס ס'שטעלן זיך אויגן קעגן אויגן, איז דער קלאנג פון מוזיק דער שליסל צום הארץ, וועלכע לאזט אויף די מחיצות צווישן מענטש און מענטש. מ'קען פיינט האבן נאר אזוי לאנג ווי מ'האט נישט געזען די אויגן, און נאר אזוי לאנג ווי מ'האט נישט דערהערט דאס קול. מ'קען האבן פאראורטיילן נאר אזוי לאנג ווי מ'האט נישט דערפילט די פולסן פון דעם ספעציפישן אינדיווידועל אדער גרופע. אינעם פיזישן זין קען "קול באישה" אנרירן הלכה'דיגע פראגעס, אבער אינעם פיגוראטיוון זין נישט. ס'איז קיין שענערע זאך פון דעם נישטא. און אויב זאל אמאל דערגרייכן דאס פיזישע קול אומדירעקט, ווי ס'האט פאסירט מיט א תנא (ע"ז דף כ.) וואס האט אומווילנדיג באמערקט די אָ שיינקייט פון א פרוי, וואלטן מיר געדארפט, ווי יענער תנא, אויסקניען און מאכן די ברכה "שככה לו בעולמו".
*
ווען איך בין געווען א קינד זענען מיינע שוועסטער געגאנגען זיך לערנען מאלן און מיך האבן די עלטערן געשיקט צו לערנען די מלאכה פון סופרות (שיעורים וועלכע האבן נישט לאנג אנגעהאלטן). די טיילונג צווישן אונז איז געווען קלאר – מיידלעך מעגן זיך ווענדן צו פארשידנארטיגע אינטערעסן איבער דער וועלט, בשעת יונגלעך דארפן זיך אינטערעסירן נאר אין תורה. אקטיוויטעטן צווישן קינדער, אפילו גאנץ יונגע, איז אפגעטיילט נישט בלויז פיזיש נאר אויך אינעם אינהאלט פון די אקטיוויטעטן.
ס'איז זינלאז צו קלערן אז אין רעאליטעט פארבלייבט די מענער וועלט קאנצענטרירט נאר אינעם בית מדרש, אבער אפילו ס'איז נאר אן אידעאל שליסט מען שוין אויס פון זיך די וויזיאנערישע כוחות. יעדע השראה ווערט א דיעבד און יעדע אינספיראציע איז פארזיגלט מיטן חותם פון ביטול תורה, וואס דערקלערט אז ס'פאסט נישט פאר אן ערנסטן יונגערמאן אזעלכע זאכן. ווען משה האט איבערגענומען די תורה אויפ'ן בארג סיני האט ער עס גערופן א שירה, אבער אין אונזער תורה איז נישטא קיין פלאץ פאר שירה. מיר האבן אויסגעזויגן יעדעס טראפעלע געזאנג פון דער וועלט ארום אונז, און אנשטאט דעם האבן מיר אנגעטון שווארץ און ווייסע ברילן, אויסקוקנדיג מיט אפשיי קעגן די פעמינינע קולות אין דער בריאה.
מענער וואס אנטוויקלען אן אינטערעס אין פאעזיע און קונסט ווערן באטראכט מיט חשד, און זיי וועלן פילן די שפאנונג צווישן זיי און דער סביבה ארום זיך אויף גענוג א דירעקטן אופן. אין א געזעלשאפט וואו שעפערישקייט און טאלאנט ווערט נישט אנגענומען נאטירליך, פארהאקט עס די טיר אויף יעדן סארט טאלאנט, און דאס ברענגט א חורבן אויף דער געזעלשאפט אליין, וועלכע פארבלייבט אן קיין סימן פון לעבן.
דאך, נאך אלעמען האב איך ליב צו חלומ'ען אז ס'וועט קומען בעסערע צייטן, אונזער היימישע וועלט וועט זיך ערוואכן אין א טאג און אדאפטירן דאס אנדערע קול, דאס "קול באישה" אינעם פיגוראטיוון זין, און היילן דעם קריטישן ריס צווישן די אייגענע רייען.
זאג נישט אז ס'איז א דמיון...

[center]צוויי שטימעס[/center]
[left]My childhood home was situated on street corner. The view from our window was wide. Before the simple reason for where we were situated, it was also in the location where there were things to see.
I spent many hours of my childhood on that corner window.
There was music one day. I ran to the window and saw there is a hachnuses sefer Torah leaving from the house across the street. I settled in, loving the feeling of excitement in the air.
A boy took the microphone and started singing. My neighbor, a girl my age with a beautiful voice, was near me and she said, I wish I can get up on that truck, take the mike and sing like that.
What's funny is that this girl had no lack of places to show off her talent. She was in every school play, she was in every major play, she sang in every choir. What was it that still created that longing in her?
On the flip side, I was thinking about that boy. Yes, it's true, he can sing on that truck, and maybe at a cousins wedding, or a rosh chodesh program in cheder. But this boy will likely not be in plays or choirs or singing classes on Sunday afternoon. He will be in cheder from early morning till late in the evening. And then, as an adult, if he still retained his singing voice, he'll have a built in potential to earn money. A career that he may or may not want, but might take up anyway, for the need to support his family.
Here are two children, both limited in ways, and in other ways have the opportunity to shine. Is one more fortunate than the other?
I'd say they each get the short end of a stick, albiet opposite ends.
***
I was 16. I liked going to the gym. There was a frum gym in the neighborhood and I was there nearly every day.
The music was a point of contention for the participants. Some felt that the secular music had the right tempo and was ok to listen to while working out, others felt the harm it will do to the neshama is not worth any amount of positive energy created.
The majority tho was indifferent.
I liked the music.
I never listened to secular music outside of the gym. Not because I didn't want to, but rather because I was afraid that I will like it so much that I will become attached to it . That somehow scared me.
There was a song that I particularly liked, and my ears perked every time it would come on.
It was a dialogue/duet between a man and a woman. I don't remember the lyrics, it was some song about their relationship. What stuck in my head was the chorus that was sung repeatedly, together. It was heaven on earth.
***
I think of the little boy on the hachnuses sefer Torah truck who will never sing a duet with the little girl watching him from the window.[/left]

Re: געזעלשאפטליכער ריס (אריגינעלע ווערסיע)
א ארטיקל אויף די נייע סייט למען דעת וואס ברענגט שיין ארויס די ענין וואס איז דא געווארן ארומגערעדט,
http://lemaandaas.com/?p=205
Sent from my GT-I9192 using Tapatalk
http://lemaandaas.com/?p=205
Sent from my GT-I9192 using Tapatalk
-
- חבר ותיק
- הודעות: 3541
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
- האט שוין געלייקט: 121 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל
איך ווייס נישט צי א היימישער איד האט זיך אמאל אפגעשטעלט טראכטן וועגן דעם, אבער ס'איז פאקטיש אן אומגלויבליכער פארלוסט פאר דער געזעלשאפט ווי א לעבעדיגער ארגאן. די נאכווייען דערפון זענען קענטיג אין דעם אופן ווי די מענערישע חדרים און ישיבות פירן זיך – שלאבעריש און אומקאמפעטענט – אין פארגלייך מיט דעם הערליכן סיסטעם וואס די ווייבער האבן אוועקגעשטעלט אין די מיידל שולעס. דער חינוך פון מיידלעך דערגרייכט א הויכן סטאנדארט, אין דער צייט וואס די יונגלעך באקומען נישט אפילו דעם מינימום וואס א פרומער חינוך וואלט געמעגט האבן.
דאס איז לכאורה סתם א טעות ווייל פלענטי מיידל שולעס ווערען געפירט דורך מענער פין אנהייב ביזן סוף.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 917
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 26, 2012 8:56 pm
- האט שוין געלייקט: 45 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 423 מאל
גראדעמעכעלע האט געשריבן:א ארטיקל אויף די נייע סייט למען דעת וואס ברענגט שיין ארויס די ענין וואס איז דא געווארן ארומגערעדט,
http://lemaandaas.com/?p=205
Sent from my GT-I9192 using Tapatalk
איך מיין נישט אז דאס איז די כוונה אבער מען רירט עס צו
דרך אגב עס איז גוט געשריבן יישר כח פארן ברענגן