בלאט 1 פון 1

מנהג פון קינד אויפהייבן בעכער פאר קידוש

נשלח: מוצ"ש יאנואר 02, 2016 9:38 pm
דורך [NAMELESS]
כ'האב געזעהן ביי פארשידענע מענטשען אז זיי האבען א מנהג אז א קינד הייבט אויף די בעכער פאר די טאטע פאר קידוש. איינער האט שוין אמאל געהערט פון אזא זאך? פון ווי שטאמט די מנהג? גייט עס אהן ווייטער נאכדעם וואס די קינד איז חתונה געהאט און ער קומט צו די טאטע אויף שבת?

נשלח: מוצ"ש יאנואר 02, 2016 10:11 pm
דורך [NAMELESS]
ס'איז ע"פ האר"י הק'. און ס'איז לאוו דוקא א קינד, נאר יעדער וואס איז עבעילעבל.

נשלח: מוצ"ש יאנואר 02, 2016 11:03 pm
דורך [NAMELESS]
ווען די גליון מבאר רבותינו האט געהאלטן דארט האבן זיי געברענגט אז ס'איז אן ענין אז דער כוס זאל דורכגיין פינף הענט, דאס הייסט די צוויי הענט פון דער וואס הייבט אויף דעם כוס, די צוויי הענט פונעם מקדש ווען ער נעמט דאס איבער און נאכדעם ווען ער לייגט דאס אויף איין האנט צו מאכן קידוש, איז אלעס אינאיינעם פינף.

Re: מנהג פון קינד אויפהייבן בעכער פאר קידוש

נשלח: זונטאג יאנואר 03, 2016 12:46 am
דורך דעת תורה
שטייט נישט אין די גמ' (ברכות) דערוועגן?

נשלח: זונטאג יאנואר 03, 2016 1:21 am
דורך שלמה המלך
די עיקור איז דאס מקבל זיין מיט 10 פינגער פון א צווייטען (און נישט צירירען מיט'ן יד השמאל) אבער אלץ חביבות ניצט מען די קונדער פאר דעם אויב מ'קען
ביים הייליגע מנחת אלעזר זי"ע פלעגט זיין בת יחידה אריינקומען ביז די 12 יאר אויפהייבען די טאטענס בעכער צי קידוש...

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 28, 2016 1:12 pm
דורך ציבעלע-קיגל
קאן אויך זיין א מנהג פון די וועלעכע פגר'ן פאר אביסל כבוד...

(אז נישט נאר דעם רעבאס בעכער הייבט מען אויף)

וואס טוהט ער ווען זיינע קינדער זענען אין קעמפ... און די ווייב... נו נו...