א גאסט אין שטאט, שטורעמט אויף די מענטשהייט
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 25
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 04, 2015 2:04 pm
- האט שוין געלייקט: 70 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 75 מאל
א גאסט אין שטאט, שטורעמט אויף די מענטשהייט
איך ספין, אלעס דרייט זיך, אן עבודה אויסברוך!
איך בין א פאסיווער רואיגער מענטש, האט ליב צו דאווענען געלאסן אבער נישט שנעל און נישט אויסציען, כ'האב ליב צו דאווענען אין א שוהל וואס איז נישט צו גרויס און נישט צו קליין, איך וועל שמייכלען אייניג צו א סאטמארער אדער בעלזער, אגודיסט אדער נטורי קרתא, זיך דרייען און פארברענגען מיט "נארמאלע מעינסטריעם" מענטשן.
ווען איך האב געליינט א קליינע מודעה אין די טעגליכע בלעטל אין ביהמ"ד אז ס'קומט קיין וויליאמסבורג דער משפיע הרב צ"מ זילבערבערג פראווען א שב"ק, האט עס גערעדט צו מיר אזויפיל ווי די GB קאלער סעיל, אוודאי וועלן גיין דארט אויסגעקליבענע עובדים, כוכבים, אדער מענטשן וואס גלייכן אינטרעסאנטע און מאדנע געשעענישן, איך בין דאך פון די "נארמאלע" מענטשן וואס לאזן זיך נישט פון קיין געפילן און עמאושנעס. אבער פרייטאג צונאכטס גייענדיג צו א שמחה האב איך געזען א שטראם מענטשן קיין קאנטינענטאל, הערנדיג אז זיי גייען צו רב זילבערבערג'ס באטע, קלער איך מיר, אויב אזויפיל מענטשן גייען, מוז עפעס זיין דארט "עקשאן", געוויס קען עס זיין אינטערעסאנט, סייווי בין איך שוין אויף די גאס, לאמיך אהין גיין אויף בלויז פינף מינוט, איך קען דאך נישט דערהייבן די זאכן צו לאנג עניוועי. מיינע פיס האבן מיך אריינגעפירט אין דעם גרויסן קאנטינענטאל זאל, קיין פלאץ צו זיצן האב איך שוין נישט געהאט, כ'האב זיך צוגעשטופט צו א גוט ווינקל ווי מ'קען זען און הערן, איך בין אנגעקומען צו אשת חיל פאר קידוש, גראדע גאנץ א אומבאקאנטע אבער שיינע ניגון, געזונגען מיט ערנסטקייט,
מ'גרייט זיך צו קידוש היום, א שטילקייט האט געהערשט אין זאל. איך מוז זאגן, איך האב נאך אזאנס נישט געזען, א קידוש מיט אזוינע קולות און אזא פייער, איך בין נתפעל געווארן, אבער איך'על מודה זיין, איך האב זיך זייער געוואלט צושמייכלען אינמיטן, כ'האב געזוכט צו וועם צו לאכן, אבער אלע שטייען מיט א געבראטענע ערנסטקייט, איך האב זיך געשטארקט, איך בין דאך דער "נארמאלער" מענטש, אויב קיינער לאכט נישט, וועל איך אויך חלילה נישט לאכן, אזוי האב איך שוין אויסגעווארט אויך די נטילת ידים און המוציא. און אזוי שטייענדיג דארט האב איך נישט באמערקט ווי איך בין אומבאמערקטערהייט אריינגעשלעפט געווארן אין אן עקסטאז פון ערנסטקייט, פון קדושת שב"ק, פון העכערע געפילן, איך בין געבליבן צוגעשמידט צום פלאץ, זמירות און ווארעמע שיינע ניגונים, און דער עולם א געפאקטער קאנטינענטאל זינגט מיט כאיש אחד בלב אחד, ס'איז געווען א מורא'דיגע מחזה וואס מ'זעט נישט דא יעדע שני וחמישי, א משפיע אן א פארטיי, מיט אזא ריזן עולם אנהענגערס פון אלע קרייזן, ס'האט זיך געשפירט העכער. איך מוז מודה זיין איך בין געווארן גערירט, איך האב אויסגעהערט די תורה, זייער שיין ארויסגעברענגט די קדושה פון די "הייליגע הייליגע" טאג, און די "הייליגע הייליגע" סעודת שב"ק, דערנאך איז געקומען א רקידה אז די ווענט האבן מיטגעטאנצן, איך האב מיך געהאלטן קיל, אבער ס'האט מיך אויך מיטגעשלעפט, ס'האט זיך געשפירט ווי אין אן אנדערע וועלט, ס'האט מיר נישט געגלוסט זיך אוועקצורייסן פון דארט, צוביסלעך האבן מיינע פיס מיר געמאלדן אז זיי זענען נישט גרייט מיך ווייטער אונטערצוהאלטן דא אזוי, זיי האבן מיך געפירט ארויס אויף די גאס, און אהיים! אנקומענדיג אהיים האב איך נישט געגלייבט אז ס'איז שוין 12 אזייגער!
מיין אשת חיל איז שוין געווען ביטער אנגעצויגן, וואו אין די וועלט איך בין שוין באלד דריי שעה! בלויז געגאנגען צו א שמחה אפאר מינוט, זי האט מיך נישט "חושד" געווען אז איך בין אריין צו א טיש..
די מחזה פון פרייטאג צונאכטס האט מיר געגריבעלט א גאנצן טאג, פאר מנחה האב איך - נישט פלאנירנדיג פון פאראויס - זיך געטראפן איינמעלדן פאר מיין ווייב אז זי זאל מיך נישט ערווארטן צוריק פאר צוויי שעה נאכ'ן זמן.
ווי א מחותן שפאציר איך אריין אין זאל נאך בעפאר זמן הדלקה, וועלנדיג כאפן א גוטן זיץ פלאץ, צו מיין באדויער זענען שוין אלע פלעצער געווען פארנומען, איך דריי מיך ארויף און אראפ, ביז א ידיד מיינער, גראדע א חשובע אינגערמאן, ווינקט מיר פון דערווייטנס, און האט מיך אריינגערוקט נעבן זיך. א געוואשענער האב איך זיך אריינגעקוועטשט אינעם באנק מיט מיין בארכעלע אין די האנט, און דא בין איך. איך האב נישט געואוסט דעמאלס אז דא בין איך פאראורטיילט צו בלייבן די נעקסטע פינף זעקס שעה..
מ'האלט נאך פאר מנחה, און די מאסן מענטשן האבן נישט אויפגעהערט אריינצושטראמען, די בענק זענען שוין פארנומען, פארענטשעס זענען שוין געפאקט, די זאל ווערט פשוט איבערגעפולט. נאך מנחה, דער עולם מאכט זיך באקוועם, די לעקטערס ווערן פארלאשן. ווען איך האב געמיינט אז איך דארף אין בית כסא, האב איך מיך איבערצייגט אז ס'איז א שאד צו דארפן, ווייל ס'איז נישטא קיין וועג ארויס און נישט אריין..
איך האב נישט קיין ווערטער אראפצולייגן די מחזה, די מצב, די לופט, די אטמאספערע, איך האב נישט געקלערט איך בין אויף די וועלט בכלל. מ'האט ווי פארמאכט די טיר פונעם עראפלאן, און ארויפגעפלויגן אין עפעס א העכערע וועלט, איך בין שוין נישט געווען בעל הבית אויף מיר, איך האב געשוועבט עפעס אין העכערע עולמות, איך האב מיך געהערט מיטזינגען די ניגוני התעוררות, איך האב מיך באמערקט ווישן די טרערן ביי די תורה, איך בין נישט געווען "זיך". ווען איך האב ענדליך נאך תורה און ריקודים ארויסגעשטופט פון דארט, איז שוין געווען נישט ווייניגער ווי 5 שעה נאכ'ן זמן..
איך בין שנעל ארויס כאפן א בענטשן און מעריב, און זיך געיאגט אהיים, אבער ס'האט זיך נישט געענדיגט דא, ס'האט זיך הערשט אנגעהויבן. די פאר שעה וואס איך דארט אנגעהערט נאגט מיך ביים הארץ, ס'פאדערט מיך, איך שפיר ווי אויף א מערי גאו ראונד, איך בין צונומען אויף שטיקער, איך שפיר ווי איינער האט מיך דא אויפגעוועקט פון שאק, פון א טיפער שלאף..

- ידיד ותיק
- הודעות: 883
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2015 10:16 am
- האט שוין געלייקט: 798 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 299 מאל
Re: א גאסט אין שטאט, שטורעמט אויף די מענטשהייט
דיין שרייבן הייבט אן ספינען אויף מיר צו איז אמת וואס די שרייבסט, אין איך פארפאס עפעס ?
דאס מענטשעלע שפילט........
- שטילע אינגערמאן
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1009
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 23, 2013 12:54 am
- האט שוין געלייקט: 603 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1999 מאל
Re: א גאסט אין שטאט, שטורעמט אויף די מענטשהייט
רבותי רבותי, מאכטס פלאץ מאכטס פלאץ שטיי נישט אין וועג, לאז אדרוך די medic,
הערליך כה לחי.
הערליך כה לחי.
Re: א גאסט אין שטאט, שטורעמט אויף די מענטשהייט
הערליך באשריבען!!!!
איז דאס ר' צבי מאיר'ס ערשטע שבת פראווענען אין ווילי?

- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
Re: א גאסט אין שטאט, שטורעמט אויף די מענטשהייט
איך געדענק אלס בחור בין איך געגאנגען אפאר מאל אין ירושלים צו שלש סעודות (אונז זע'מיר ביידע פאלסבערג תלמידים!). א התעוררות איז זיכער דא אבער ער האט נאך א צוציאונג'ס קראפט. ער האט א געוואלדיגע מעלה אז ער רעדט נישט אראפ צו דער מענטשהייט. ער רעדט און מאכט א רושם פון התעלות, אז יעדער איינער קען האלטען ביי הויכע מדרגות. ס'גיבט א געשמאקע געפיל, ווילענדיג טאקע דארט האלטען.
אבער לאחר העיון דארף מען וויסען אז זיין דרך איז נישט אזוי אייאייאיי. למעשה איז נישט דא אזא מציאות אז א מענטש זאל אזוי פליען, מ'מוז נאכדעם פאלען. ווען מ'טראכט אז דאס איז עס, מוז קומען א נפילה.
מ'דערציילט אז דער אמשינוב'ער רבי אין שאנחיי האט געפרעגט א מירער בחור ער זאל איהם נאכזאגען א שמועס פון ר' חצקל. ער האט עס איהם איבערגעזאגט. האט דער רבי זיך אויסגעדרוקט "פארוואס דארף מען אויסגראבען דער בער פון גרוב? לאז איהם דארט און גייט'ס בדרך הגבוה!"
ווען מ'האט עס נאכגעזאגט פאר ר' חצקל'ן, האט ער געזאגט "לעצטענ'ס אין שאנחיי האט מען געבויט א גרויסע שיינע געביידע. מיט א קורצע שטיק צייט נאכ'ן ענדיג'ן, איז דער בנין צופאלען. מ'האט מברר געווען אז די יסודות פונ'ם בנין האט מען געבויט אויף א שטח וואס מיט יארען צוריק איז דאס געווען א landfill נישט קיין קרקע קשיח".
מיינענדיג א מ'גייט נישט דרך בנין, דבר דבור על אופניו, מיט יעדער טריט באפעסטיגט, צופאלט די גאנצע זאך.
מ'דערציילט אויך א משל. דער בעש"ט האט געהייסען אלעקסיי שפאנען די פערד מוצ"ש און מ'פארט. די פערד'ן נעמען זיך טראכטען ביי זיך, "אונז זע'מיר אזוי נאנט צום בע"ש, די גרעסטע צדיקים זענען מיר וואס זענען זוכה צו שטייען אחור כנגד פנים פונ'ם הייליג'ן בע"ש".
דערנאך נעמען זיי זיך טראכטען "וואס הייסט? דער בע"ש פארלאזט זיך אויף אונז, מיר שלעפען איהם. ער איז געוואנדען אויף אונז און נישט פארקערט. מיר זענען גרעסער פון איהם!"
פלוצלונג נעמען זיי זיך פליען אין די לופט. יעצט קלערען זיי אז נישט נאר צדיקים זענען זיי, נאר מלאכים ממש, זיי פליען פונקט ווי מלאכים!
ווען מ'איז אנגעקומען, האט מען געלייגט די פערד אין שטאל און געגעבען שטרוי צו עסען, או אז ידעו אז זיי זענען פערדען ותו לא מידי.
(אפשר צו דעם איז געווידמעט די באקאנטע ווארט פונ'ם בעל התניא (טאקע היינט די יארצייט) 'מ'דארף שמייסען דער פערד ביז ער פארגעסט אז ער איז א פערד'!
Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 476
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 09, 2014 4:43 pm
- האט שוין געלייקט: 747 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 564 מאל
היינט באקומען די מעדיק'ס ארטיקעל אין אימייל, איך הער ס'יז געגאנגען וויירעל אויך אין וואצעפ, איך האב עס געפארווערט פאר מיין שוואגער וואס איז ספעישעל אריינגעפארען צי וויליבורג צו מיטהאלטען, ער זאגט אז די ארטיקעל איז זייער שיין, אבער זייער אונטערגעשאצט, ער קלערט מיר אויף, אז ר' צבי מאיר האט א חבורה, ווי מ'נעמט זיך אונטער תקנות און גדרים, אזוי ווערט א בית קיבול פאר די הויעכע דרשות און השגות, לויט ווי ער זאגט האט ער איינגעשריבען אריבער טויזענט יונגעלייט און בחורים אין די חבורות, אזוי רעדט ער נישט אין די וועלט אריין, מיין שוואגער זאגט אז ער האלט איהם ממש ביי יודישקייט, ער לעהבט אויף זיינע דרשות און חיזוק
איך בין שוין געוועהן אמאהל א שאלעשידעס ביי איהם אין עטרת חי', ס'געוועהן א גרויסע עולם, און זייער שיין און ווארעם געוועהן, אבער ווי איך הער און זעה אויף די בילדער האט ער געהאט אין וויליבורג א פיהל גרעסערע עולם, איך קוק אביסעל מיט קנאה אויף די יודען וואס קלעבען צו עהרליכע יודען און זוכען עבודה, און איך זיץ אין קאווע שטיבעל...?

- קאצקע ציקער
- חבר ותיק
- הודעות: 2203
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
- האט שוין געלייקט: 1052 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1251 מאל
- ברסלבער
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2048
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
- האט שוין געלייקט: 3570 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל
זייער שיין באשריבן. יישר כח.
אפשר געבסטו אונז איבער עפעס וואס ער האט גערעדט. אפשר קענען נאך אידן נתעורר ווערן פון די דיבורים.
medic האט געשריבן:ס'האט זיך הערשט אנגעהויבן. די פאר שעה וואס איך דארט אנגעהערט נאגט מיך ביים הארץ, ס'פאדערט מיך, איך שפיר ווי אויף א מערי גאו ראונד, איך בין צונומען אויף שטיקער, איך שפיר ווי איינער האט מיך דא אויפגעוועקט פון שאק, פון א טיפער שלאף..
אפשר געבסטו אונז איבער עפעס וואס ער האט גערעדט. אפשר קענען נאך אידן נתעורר ווערן פון די דיבורים.
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 533
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 10, 2012 11:51 am
- האט שוין געלייקט: 5 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 366 מאל
- רויטע וואנצעס
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4863
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
- געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
- האט שוין געלייקט: 8315 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
וואו, אין מלים. ווער איז דער לץ? נאך אין 2016 האבען מיר נאך אזעלכע?!
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
- פרייוויליג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1778
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:44 pm
- האט שוין געלייקט: 1168 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2184 מאל
[justify]דער שוטה ׳דער איד׳ כאפט נישט אז אזא בריוו קילט אפ זייערע אייגענע מענטשן. עס האט שוין לאנג עקספייערט די מארמארישע דעמאגאגיע צו שטיפן מענטשן צו טון דאס אדער הערן יענס. יעדער איינער הערט און קלאמערט זיך על דא ועל הא כאוות נפשו, קיינער זאל מיך נישט פארקויפן לאקשען אז מיטן הערן אן אלטע צובראכענע איד קרעכטס וועגן די מדינה גייען אלע היינטיגע פראבלעמען אוועקפליען. וואס איז [אפשר] געווען גוט דאמאלט איז זיכער נישט גוט היינט. פונקט אזוי ווי א מעדעצין פון די ניינצעטער יאר הונדערט ארבעט מער נישט היינט. אבער... עס איז זייער צייטונג, אוו ווער עס ליינט דאס זאל אויך ליינען אזאנע נארישע בריוון...שמעקעדיג האט געשריבן:איך וואונדער מיך, אויב דער פאלגענדער בריוו אין "דער איד" האט עפעס צו טאן מיט דעם געהויבענעם באזוך?
.
כלפי צבי מ״ז איז ווייטער די זעלבע ענין וואס איך האב דערמאנט אין א דערנעבעדיגען אשכול. פארשטייט זיך על טעם וריח, אבער איינער וואס ווערט פארגאפט פאר צבי מאיר, אזא מענטש וואלט שווער געווען צו פארשטיין און הערן א סובסיטיוו רעדע. דרשות פון רצ״מ ווארעמט [אפשר] אן אויפן פלאץ, אבער די רגע דו שטייסט אויף אינדערפרי בלייבט שוין גארנישט, ווייל מען האט בלויז אנגעצינדען דעם הארץ און נישט די שכל. איך האב אמאל געהערט רצ״מ און אינמיטן הערן האב איך עוקר געווען. די דרשה איז געגאנען בערך אזוי: מען דארף ברענען צום אייבירשטען אזוי ווי עס שטייט אין ערבי נחל און אין דרשת חת״ס, און אזוי אויך ווערט דאס דערמאנט אין מאור ושמש און אין סידורו של שבת און אויך אין ישמח משה, און גראדע אויך ווערט דאס דערמאנט אין גמרא. ער האט א ריזן בארג ספרים, וואו בלויז זיין נאז שטעקט זיך ארויס. און יעדע נקודה וואס ער זאגט עפענט ער אויף פערציג ספרים וואס זאגן די זעלבע זאך, אז... מען דארף דינען דעם אייבירשטען בשמחה... אבער אין ג-ט׳ס סעיק וויאזוי??? דער מענטש ווערט אריינגעשלעפט אין עמאציענעל מאמענטן ווי אלע ספרים זאגן די זעלבע געדאנק וואס ער האט נארוואס געזאגט, אבער דער מענטש קומט ארויס און טראכט... וואס האט ער געזאגט, אז וואס?
עניוועי איך שמיעס אויס נאר די אנדערע זייט. און איך האף אז קיינער וועט נישט זיין בייז אויף מיך, והוא רחום יכפר.[/justify]
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 533
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 10, 2012 11:51 am
- האט שוין געלייקט: 5 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 366 מאל
סתם שטותים, די זאגט'ס אליין אז די ביסט אנטלאפן אינמיטן די דרשה, וואלסטו געווארט ביזן סוף וואלסטו שוין פיין געהערט א פונקטליכע מהלך וויאזוי אנצוקומען צו שמחה, וויאזוי אויסצוארבעטן די מדות, וויאזוי צו ברענען פארן אייבערשטן, נעם זיינס א ספר און איבערצייג זיך אליין, אז דיינע ווערטער איז מופרך מעיקרא.
בנוגע די בריוו אין דער איד, איז נישטא ווער זאל לאכן, איינער רעדט זיך איין אז די שפראך ארבעט נאך היינט, אבער די טויזענטער מענטשן וואס האבן אנגעפילט קאנטינענטל יוכיחו אז ווילאנג סאטמאר וועט שרייען ביז איבערמארגן, גיי נישט צו קיינעם אונז האמיר דאך די רעבעזעכרוינעליבראכע'ס ספרים, וועט דאס נישט ארבעטן, דער עולם זיכט עפעס חיות.
און דאונט געט מי ראנג, דעם הייליגן סאטמאר רב'ס ספרים איז געוואלדיג, אבער חוץ ספרים זיכן מענטשן צו זעהן לייוו אן עובד השם, זיך צו דערכאפן דאס הארץ, און דאס שרייען מען האט דאך דעם רבי'נס ספרים, דערמאנט פון די אמאליגע מתנגדים וואס האבן געשריגן מען דארף נישט פארן צו צדיקים, מען האט דאך מוסר ספרים, וואס די טענה איז געבליבן לאכעדיג און אפגעפרעגט, ווייל זה בלא זה לא סגי.
אמת מען דארף האבן ספרים אויך, אבער איך וויל פרעגן פאר דעם סאטמאר'ן שוטה וואס האט געשריבן א בריוו אין דער הייליגער איד, פארוואס ביסטו געבליבן סטאק ביים לערנען די רעבעזיכראוינעליוובראכע ספרים, עפעס אין דברי חיים טרעפט מען נישט קיין יסודות אין עבודת השם? עפעס אין חוזה פון לובלינ'ס ספרים טרעפט מען נישט? אין קדושת לוי טרעפט מען ווייניגער ווי דברי יואל? (כ'רעד נישט פון ציונות יעצט, דער בריוו שרייט דאך איבער עבודת השם וואס באשטייט פון נאך הונדערטער פרטים חוץ ציונות)
עס דערמאנט מיך א ווארט פון ר' שמעון זאב מייזליש, אז נאך איין מזל אז אין די צייטן פון ישמח משה איז נישט געווען קיין קאפי מאשין, ווען יא, וואלט מען שוין דעמאלס געמאכט קאפי'ס פון ישמח משה און פארגעלערנט ביי שלש סעודות, און דאס וואלט מען געלערנט עד היום הזה, און דערוואגן זאל זיך איינער עפעס אנצורופן קעגן דעם, וד"ל.
בנוגע די בריוו אין דער איד, איז נישטא ווער זאל לאכן, איינער רעדט זיך איין אז די שפראך ארבעט נאך היינט, אבער די טויזענטער מענטשן וואס האבן אנגעפילט קאנטינענטל יוכיחו אז ווילאנג סאטמאר וועט שרייען ביז איבערמארגן, גיי נישט צו קיינעם אונז האמיר דאך די רעבעזעכרוינעליבראכע'ס ספרים, וועט דאס נישט ארבעטן, דער עולם זיכט עפעס חיות.
און דאונט געט מי ראנג, דעם הייליגן סאטמאר רב'ס ספרים איז געוואלדיג, אבער חוץ ספרים זיכן מענטשן צו זעהן לייוו אן עובד השם, זיך צו דערכאפן דאס הארץ, און דאס שרייען מען האט דאך דעם רבי'נס ספרים, דערמאנט פון די אמאליגע מתנגדים וואס האבן געשריגן מען דארף נישט פארן צו צדיקים, מען האט דאך מוסר ספרים, וואס די טענה איז געבליבן לאכעדיג און אפגעפרעגט, ווייל זה בלא זה לא סגי.
אמת מען דארף האבן ספרים אויך, אבער איך וויל פרעגן פאר דעם סאטמאר'ן שוטה וואס האט געשריבן א בריוו אין דער הייליגער איד, פארוואס ביסטו געבליבן סטאק ביים לערנען די רעבעזיכראוינעליוובראכע ספרים, עפעס אין דברי חיים טרעפט מען נישט קיין יסודות אין עבודת השם? עפעס אין חוזה פון לובלינ'ס ספרים טרעפט מען נישט? אין קדושת לוי טרעפט מען ווייניגער ווי דברי יואל? (כ'רעד נישט פון ציונות יעצט, דער בריוו שרייט דאך איבער עבודת השם וואס באשטייט פון נאך הונדערטער פרטים חוץ ציונות)
עס דערמאנט מיך א ווארט פון ר' שמעון זאב מייזליש, אז נאך איין מזל אז אין די צייטן פון ישמח משה איז נישט געווען קיין קאפי מאשין, ווען יא, וואלט מען שוין דעמאלס געמאכט קאפי'ס פון ישמח משה און פארגעלערנט ביי שלש סעודות, און דאס וואלט מען געלערנט עד היום הזה, און דערוואגן זאל זיך איינער עפעס אנצורופן קעגן דעם, וד"ל.
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
Re: א גאסט אין שטאט, שטורעמט אויף די מענטשהייט
אנטשולדיגט אבער דו רעדסט פונקט ווי די שרייבער אינ'ם איד. זיין טעות איז אז מ'קען נישט איינטיילען א מענטש וואס ס'העלפט צו איהם. יעדער איינער זאל טוהן פאר זיך. דער מתנגד וואס איז איהם גענוג מוסר, דער פארטיי מענטש וואס קוקט צו די הקפות פונ'ם יורש און דער וואס ווערט אנגעווארעמט פון די קאכעדיגע רייד פון א גאסט אין שטאט. און דאס איינטיילען פאר א מענטש'ן וויאזוי זיין געפיל'ן מעגען גייען איז דער שמוץ פון די פארטיי גאנג.
טאמער איינער האט א מחשבה צו א ביקורת, מעג ער עס שרייבען און דער עולם זאל זען און רע'אגירען לויט זיין שטאנדפונקט, געמוטליך און שכל'דיג