בלאט 1 פון 2

טאכטערס געלט גייט צום טאטע? (און וואס איז מיט די חתונה?)

נשלח: מאנטאג יאנואר 04, 2016 8:28 pm
דורך יהושע חיים
עס איז דא פארשידינע מנהגים (פירעכטץ בלע"ז) און ווי אזוי מען באהאנדלט די געלט וואס קומט אריין פון די טאכטערס ארבעט נאכן פארלאזן די שולע ווי מען האט פארברענגט די יארן בוז דאן (א צווייטע שמיעס וואס איז שוין אסאך גערעד דא אין שטיבל פארוואס עס איז נישט אזוי ביי די בחורים ואכמ"ל)

מנהג א - מען לייגט עס אוועק אויף צו חתונה מאכן (מען קען נישט חתונה מאכן ווי א שנארער, די מאמע דארף דאך א נייע קלייד פונקט אזוי)
מנהג ב - מען לעבט דערפין און א חתונה מאכט מען די בילגסטע שייך און מען וויינט אונטערן חופה אז מען האט פארלוירן אן אינקאם
מנהג ג - מען לאזט דער פארדינער מיטן פארדינסט וכו'

איז וויל איך וויסען וואס האלט די עולם איז די אויסגעהאלטענע מנהג און נאכמער וואס טוט טאקע רוב עולם
(איך האב פראבירט צו פרעגן חבירים און אינגערלייט און נישט געקענט ארויסקריכן וואס מען טוט טאקע און אפגערעד וואס איז די ריכטיגע מהלך)

נשלח: מאנטאג יאנואר 04, 2016 8:36 pm
דורך פידלער
די גאר בעל הביתישע = מנהג ג. אבער איך גלייב אז רוב עולם = מנהג א. אויף וואס מ'וויינט אונטערן חופה קען איך נישט ענטפערן.

Re: טאכטערס געלט גייט צום טאטע? (און וואס איז מיט די חתונה?)

נשלח: מאנטאג יאנואר 04, 2016 8:38 pm
דורך חוני המעגל
The right thing would be to allow the earner to keep the money. Don't forget, she's working for the money, and will shortly be thrown into an independent, expensive life that she's hardly prepared for.
(Maybe advise her how to save it, so the money is there when she needs it, etc)

So you'll say that she's still living home, maybe the right thing would be to work out a small percentage to pay toward home expenses, 10-15% of income.

Having them pay earnings toward their own wedding is the next best thing.
After all, weddings are expensive, there will be more children to marry off, income is tight, etc .

But to take the money from the working girl for her parents household expenses is nothing short of selfish.


Sent from my iPhone using Tapatalk

Re: טאכטערס געלט גייט צום טאטע? (און וואס איז מיט די חתונה?)

נשלח: מאנטאג יאנואר 04, 2016 8:39 pm
דורך קאמפיאטער
איז דען דא א ריכטיגע מהלך? אויב דארף מען צוקומען צו די געלט גלייך ניצט מען עס.

אויב דארף מען עס נישט פאר די טעגליכע הוצאות נאר פאר א גערסערע ווי למשל די חתונה ניצט מען דעמאלטס.

אויב מען קען זיך ב"ה באגיין אן דעם געט מען עס פארן קאפל.

צו עס קומט זיך פארן טאכטער? קען זיין אז יא, אבער יעדע טאכטער פארשטייט אדער עטליעסט דארף פארשטיין אז א טאטע וואס האט דיר אויפגעצויגען אכצען יאר אין נישט געשפארט קיין דאללער פאר איר וואוילזיין, איינמאל דו קענסט ארויסהעלפן ווען ער דארף עס זאלסטו.

נשלח: מאנטאג יאנואר 04, 2016 8:41 pm
דורך שמעקעדיג
אין אלגעמיין גייט עס טאקע פאר די חתונה הוצאות. איי די טאכטער ארבעט דאך פארן געלט, זאל זי עס נעמען פאר זיך? אין הכי נמי, אבער ווען די טאכטער וועט בעז"ה האבן עטליכע אייגענע טעכטער, וועט זיך עס אויסצאלן פי כמה.

נשלח: מאנטאג יאנואר 04, 2016 8:46 pm
דורך יהושע חיים
חוני המעגל האט געשריבן:
So you'll say that she's still living home, maybe the right thing would be to work out a small percentage to pay toward home expenses, 10-15% of income.

Sent from my iPhone using Tapatalk


סתם פאר אינטערסאנטקייט א אינטרעסט פרי לאון איז עפעס אוועקצומאכן?

Re: טאכטערס געלט גייט צום טאטע? (און וואס איז מיט די חתונה?)

נשלח: מאנטאג יאנואר 04, 2016 8:50 pm
דורך חוני המעגל
יהושע חיים האט געשריבן:
חוני המעגל האט געשריבן:
So you'll say that she's still living home, maybe the right thing would be to work out a small percentage to pay toward home expenses, 10-15% of income.

Sent from my iPhone using Tapatalk


סתם פאר אינטערסאנטקייט א אינטרעסט פרי לאון איז עפעס אוועקצומאכן?


וועלן די עלטערן דאס קענען אפצאלן?
טאמער יא, איז עס זיכער אן אפשען

Re: טאכטערס געלט גייט צום טאטע? (און וואס איז מיט די חתונה?)

נשלח: מאנטאג יאנואר 04, 2016 8:51 pm
דורך רימון
פארוואס עפעס איז א טאטע מחיוב צו באצאלן די חתונה קאסטן פון א טאכטער?

Re: טאכטערס געלט גייט צום טאטע? (און וואס איז מיט די חתונה?)

נשלח: מאנטאג יאנואר 04, 2016 8:54 pm
דורך חוני המעגל
רימון האט געשריבן:פארוואס עפעס איז א טאטע מחיוב צו באצאלן די חתונה קאסטן פון א טאכטער?




Because the daughter didn't ask to be born. Having children comes with the responsibility to raise them till they are self sufficient.

אגב, וויאזוי וועט ער חתונה מאכן דעם ישיבה בחור? פון די שוועסטערס געלט?

נשלח: מאנטאג יאנואר 04, 2016 9:07 pm
דורך וכדומה..
רימון האט געשריבן:פארוואס עפעס איז א טאטע מחיוב צו באצאלן די חתונה קאסטן פון א טאכטער?


כאילו דער טאכטער איז דער וואס האט אפגעמאכט אז זי וויל יעצט חתונה האבן

נשלח: מאנטאג יאנואר 04, 2016 11:06 pm
דורך געוואלדיג
לאמיר קוקן פון א פינאנציעלע פוינט, לכאורה באלאנגט א חלק פון די געלט פאר די עלטערן צוליב די קאסט וואס זיי געבן אויס אויף איהר ווילאנג זי איז אין זייער הויז, ווי עסן טרינקען שלאפן וואשן וועש עלעקטעריק קליידונג ועוד ועוד.

Re: טאכטערס געלט גייט צום טאטע? (און וואס איז מיט די חתונה?)

נשלח: מאנטאג יאנואר 04, 2016 11:07 pm
דורך mevakesh
וכדומה.. האט געשריבן:
רימון האט געשריבן:פארוואס עפעס איז א טאטע מחיוב צו באצאלן די חתונה קאסטן פון א טאכטער?


כאילו דער טאכטער איז דער וואס האט אפגעמאכט אז זי וויל יעצט חתונה האבן

כאילו דער טאטע האט איהר געוואלט געבוירען און אויפציען ביז די חתונה....

נשלח: מאנטאג יאנואר 04, 2016 11:23 pm
דורך יהושע חיים
איך האב געפענט דער אשכול אין ליכט פון א געשיכטע וואס איך האב געהערט
די מצב הפרנסה אין שטוב איז געווען אביסל אנגעצויגן און די מצב אין זיין פראפעשאן איז נישט געווען אזוי ווי אין די גיטע צייטן
האבן זיי געהאט א טאכטער וואס האט געהאלטן ביים ארויסגיין פון די 11טע קלאס און געוואלט אזוי ווי כמעט יעדער פון די כיתה ארויפגיין צו די 12טע קלאס אבער די עלטערן האבן פארלאנגט זי זאל גיין ארבעטן כדי ארויסציהעלפן די מצב הפרנסה
האט זי אנגעהויבן זיכן א טיטשינג דזאב ווייל דאס האט זי געשטרעבן אלע יארן אבער דא ווידער האבן די עלטערן געזאגט אז עס איז צו א מאגערע געהאלט און זי זאל גיין נעמען אן אפיס דזאב וואס דאס געהאלט איז היפש מער

(פארוואס איך האב נישט פארציילט די מעשה פון אנהייב איז ווייל איך האב געוואלט דער הערן אן אויפריכטיגע ענפער פון די עולם אן קיין געפילין)

Re: טאכטערס געלט גייט צום טאטע? (און וואס איז מיט די חתונה?)

נשלח: מאנטאג יאנואר 04, 2016 11:41 pm
דורך א איד
חוות דעתי בזה, און ביי די סעקולערע וועלט איז אויך אזוי, אז חתן כלה מאכן זיך אליינס חתונה, נאר אז מען האט נישט געבן עס די עלטערן, כהאב עס שוין מיטגעהאלטן ביי ביידע סעקטעס, ביי די היימישע און ביי די בעדערענע.
ולכן דעתי נוטה בזה כמנהג א' בלא הפרענטעטיסיס, די מדוברת (געווענטליך) ברענגט נישט אריין אזוי סאך אז עס זאל אויך אויסצאלן די מאמעס קלייד, אירע שטאפיר און די אנדערע זאכן קאסטן נאך אזוי סאך ווי דאס וואס זי האט אריינגעברענגט.
דאס יא, ווען די טעקס ביל קומט אן (אויב עס איז שייך) זאל עס איר טאטע באצאלן, וכן נהג חמי מורי.

נשלח: דינסטאג יאנואר 05, 2016 1:07 am
דורך כפתור
כ'האב קיינמאל נישט געוויסט אז ס'איז דא א חילוק צווישן א זין און א טאכטער לגבי ווער ס'צאלט פאר די חתונה. כ'האב געמיינט אז די עלטערן צאלן אלעמאל. חברים זאגן מיר אז די הוצאות ענדיגן זיך נישט ביי די לעצטע שבע ברכות, און איך זאל אנגרייטן א שיינע מטבע אויף נאך די חתונה אויך. איך פארשטיי אויב זיי קענען זיך נישט ערלויבן זאל די טאכטער ארויסהעלפן, איך פיל אבער שלעכט צו צונעמען די פאר דאללער וואס זי מאכט, וואס איך ווייס אפילו נישט ווי אסאך ס'וועט אויסמאכן

נשלח: דינסטאג יאנואר 05, 2016 12:27 pm
דורך medic
ביי מיין פאטער פלעגט ער האלטן דאס געלט ביז די חתונה, און דאס פלעגט ער אראפלייגן אלס נדן, דאס מיינט זי האט געהאט די געלט, אבער נישט געקענט עס אויסשווענדן מיט די קינדערישע קאפ

נשלח: דינסטאג יאנואר 05, 2016 4:58 pm
דורך יעקב מענטש
@יהושע חיים
הונדערט פראצענט גערעכט.
פארציילט מיר א בעיבי בומער, אז ווען זיינע עלטערן האבן חתונה געהאט האבן די זאל איינגעטומער אריינגערופן די חתן כלה אינמיטן (צו נאך) די חתונה און פארלאנגט דאס גאנצע דרשה געשאנק (וואס בימים ההם האט געמיינט עפעס).

די גאנצע איידיע אז די טאכטער 'פארשטייט' אז די געלט איז איהרס, ווען דער טאטע זז"ג צורייסט זיך איהר חתונה צו מאכן וואס האט א פרייס טעג פון מינימום 50-60 אלפים, איז בעיאנד מי, איך רעד שוין נישט פון די מינימום הכרת הטוב פאר עלטערן וואס האבן דיר אויפגעצויגן מיט אלעם גוטן.

מ'רעדט דאך נישט ווען די עלטערן שווימען אין געלט, מ'רעדט דאך ווען די מצב איז אנגעצויגן! רבש"ע ווי מ'האלט היינט,

נשלח: דינסטאג יאנואר 05, 2016 11:28 pm
דורך שמעקעדיג
אפילו די גויים זענען מודה... (הגם זיי רעדן פון א טייערע חתונה).

https://www.quora.com/Am-I-being-unreas ... ing-for-me

נשלח: מיטוואך יאנואר 06, 2016 12:21 pm
דורך יעקב מענטש
@שמעקעדיג

דאס שטייט דאך בפירוש, אז ווען דיר אייבערשטער האט געגעבן די מצוה פון כיבוד אב ואם האבן זיי דאך מודה געווען אז נישט לכבוד עצמו הוא דורש

נשלח: מיטוואך יאנואר 06, 2016 6:06 pm
דורך Chasidishmashpia
לכאורה איז עס תולה ווי אזוי מען פירט זיך לגבי די געלט וואס די ווייב ברענגט אריין, אויב מען פסקנט דארט כולו שלי א"כ ה"ה בנידון דידן. ודו"ק.

Re: טאכטערס געלט גייט צום טאטע? (און וואס איז מיט די חתונה?)

נשלח: מיטוואך יאנואר 06, 2016 6:14 pm
דורך mevakesh
נישט ריכטיג מעשי ידיה של אשה לבעלה משא"כ של בת גדולה

נשלח: מיטוואך יאנואר 06, 2016 6:39 pm
דורך [NAMELESS]
מעשה ידיה איז נאר נאך די חתונה, געלט פון פאר די חתונה באלאנגט פאר איר.

Re: טאכטערס געלט גייט צום טאטע? (און וואס איז מיט די חתונה?)

נשלח: מיטוואך יאנואר 06, 2016 7:43 pm
דורך יהושע חיים
וואס מיינט נכסה מלוג?

Sent from my LG-P659 using Tapatalk