בלאט 1 פון 1
נשלח: דינסטאג יאנואר 05, 2016 3:56 pm
דורך געוואלדיג
יישר כח הרב [tag]קעלנער[/tag] פאר מיר צוטיילן די כבוד, והאמת אגיד די געדאנק האב איך שוין אנגעהויבן אלס גבאי לשעבר, איך האב צומגענומען אסאך אשכולות וואס זענען נוגע חינוך צו מאכן פון דעם א עקסטערע פארום אבער דאן איז געווען לא איסתעייא מילתא און עס איז געבליבן ביי דעם, און ב"ה בין איך יעצט זוכה צו זיין דער מתחיל במצוה און דער גומר, ומכאן הקריאה יוצאה אז ווער עס האט אין געדאנק א אשכול וואס באלאנגט דא זאל מיר ביטע מודיע זיין און מען וועט דעס נעמען אין באטראכט,
א באזונדערע דאנק קומט פאר דער [tag]ליטוואק פון בודאפעסט[/tag] וואס האט לאחרונה מעורר געווען וועגן אזא פארום וואס האט טאקע צוגעברענגט צו די רעזולטאטן, און דאס איז א לימוד פאר אונז אלע נישט צו מזלזל זיין אין אייגענע געדאנקען ווייל מען ווייסט נישט וואס עס וועט טאקע ווערן פון דעם.
נשלח: דינסטאג יאנואר 05, 2016 4:20 pm
דורך פרייוויליג
דאס גייט זיין אן אינדעקס צו חינוך שמיעסן? אדער בלויז אן אשכול פאר 'דיסקוסיעס' פון אונזערע חינוך 'על טהרת הקודש'?
נשלח: דינסטאג יאנואר 05, 2016 4:39 pm
דורך געוואלדיג
דאס איז א פארום צו אויסשמועסן אלע ענינים בנוגע חינוך.
נשלח: מיטוואך יאנואר 06, 2016 11:45 am
דורך שמעון וואלף
איך באוואונדער די פרישקייט פון די גבאים און מיטהעלפער ווי [tag]געוואלדיג[/tag] וחביריו וואס געבן אוועק אזויפיל צייט און כח להגדיל ולהדיר אונזער שטיבעלע.
הכי קרא שמו "אשכול" - מקום שהכל בו. פון רוחניות צו גשמיות, אלעס אלעס ווערט דא אזוי שיין אויסגעשמועסט.
כה לחי!
נשלח: מיטוואך יאנואר 06, 2016 11:49 am
דורך ליפא
איינער דארף אויפקומען מיט א בילד פאר חינוך, און ריקען 'חינוך' לינקס
2016-01-06 11.47.10.jpg
נשלח: מיטוואך יאנואר 06, 2016 11:53 am
דורך רויטע וואנצעס
כ'ווייס נישט אויב די סיסטעם לאזט אריין דרויסענדיגע בילדער. אויב יא, דא איז אן הצעה.
נשלח: מיטוואך יאנואר 06, 2016 12:08 pm
דורך [NAMELESS]
וואס איז דאס, די גרויסע האנט דערלאנגט א פראסק פאר די קליינע?
נשלח: מיטוואך יאנואר 06, 2016 1:44 pm
דורך [NAMELESS]
איך מיין עס איז בעסער א בילד פון אן עלטערער פערזאן לעבן א יונג קינד. מיט אפירזוכן בילדער בין איך נישט גוט.
-----
א ריזן דאנק פאר [tag]קעלנער[/tag] פאר מחליט זיין 'להגדיל תורה ולהאדירה', און א ספעציעלן דאנק פארן 'געוואלדיגן' ידיד כל ישראל [tag]געוואלדיג[/tag] פארן זיך אונטערנעמען מסדר צו זיין די נייע חינוך פארום על צד היותר טוב.
Re: ברוכים הבאים צום נייעם "חינוך" פארום
נשלח: מיטוואך יאנואר 06, 2016 5:26 pm
דורך קאמפיאטער
אזא איידיע קען זיין גוט.
Re: ברוכים הבאים צום נייעם "חינוך" פארום
נשלח: מיטוואך יאנואר 06, 2016 5:28 pm
דורך קאמפיאטער
אדער דעיס
Re: ברוכים הבאים צום נייעם "חינוך" פארום
נשלח: מיטוואך יאנואר 06, 2016 5:54 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
מיר איז דאס אינטרעסאנט מער אלס טאטע, ארומצושמועס'ן זאכען וואס קומען ארויף אין די באציאונגען און ערציאונג פון קינדער.
Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
נשלח: מוצ"ש יאנואר 09, 2016 7:04 pm
דורך געוואלדיג
רבותי, מיין קאלעקציע פון חינוך אשכולות איז שוין אויסגעגאנגען, ווער עס ווייסט פון נאך אשכולות וואס באלאנגען דא און זענען נאך נישט אנגעקומען אהער זאל זיך ביטע אנרופן ווארעם.
נשלח: דינסטאג אוגוסט 02, 2016 11:00 pm
דורך הילל
געוואלדיג האט געשריבן:רבותי, מיין קאלעקציע פון חינוך אשכולות איז שוין אויסגעגאנגען, ווער עס ווייסט פון נאך אשכולות וואס באלאנגען דא און זענען נאך נישט אנגעקומען אהער זאל זיך ביטע אנרופן ווארעם.
דא האסטו אפאר וואס באלאנגען אין חינוך אפטיילונג:
ליבשאפט צו דיין קינדטאטי פליז קיש מיך נישטאפהאלטן א יונג קינד פון שעדליכע דראגס
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 21, 2016 11:43 pm
דורך ווייל אזוי
ליפא האט געשריבן:איינער דארף אויפקומען מיט א בילד פאר חינוך.
2016-01-06 11.47.10.jpg
נאך אלץ נישט דא קיין בילד, מיר ווארטן אויף דעם
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 22, 2016 12:30 am
דורך וואלווי
,