בלאט 46 פון 55

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 01, 2018 8:05 pm
דורך סקרן
שמעקעדיג האט געשריבן:כ'קען נישט זאגן אז ס'רעגט מיך אויף, אבער עס דענערווירט אז יעדע איינציגע אידישע טעלעגראם טשענעל לייגט ארויף די זעלבע עדס כסדר, צי איז עס א דזשודייקע געשעפט, צי א מעטערנעטי קליידער געשעפט, צי א חסד פאנד שנאר אקציע.

די זעלבע איז מיט סטעטוס קול העולם דזואיש נויס 24 lnn וכו'
אלע האבן די זעלבע עדס און אסאך מאל ווידיאוס אויך.

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 01, 2018 8:15 pm
דורך berlbalaguleh
וואלווי האט געשריבן:
סאשי פיש האט געשריבן:עס איז איין בעל הבית

אפשר דאס רעגט עם. אזא מין spread the wealth רוח.

אבער ס'איז הילכתא למשיחא, ווייל דא שרייבט אונזער מורח ודאין אז לא ידין רוחי גאר, ער קען דאך נישט זאגען אז ער רעגט זיך "עכט"....

וואלווי: ייש"כ. איך האב זייער שטארק ליעב די מליצה/פאן (מיט א פ"א דגושה). נאר אויב איך וואלט געווען א ליטוואק, וואלט איך מיך געקענט מפלפל זיין דערין.

אבער מיין רבי הרה"ק מ'יארמא שליט"א פלעגט אייביג זאגן . (ער זאגט נאכאלץ) אז מ'פרעגט נישט קיין קשיא אויף א מעשה. אויף א מליצה אויך נישט.. ענדזשוי עס און פארטיג...!

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 01, 2018 9:49 pm
דורך וואלווי
צווישען דיין רבי יארמער רב, און צווישען שבת'נס רבי דזשארדזש קארלין, ווערט פארווישט דעם מה בין תלמידיו...

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 02, 2018 10:26 am
דורך berlbalaguleh
וואלווי: איך רעד נישט פון די תלמידים. נאר פון די רעבעס. די תלמידים זענען ביידע פאררוקטע חברה. אבער ביי די רעבעס איז א גרויסער חילוק. הרה"ק מ'יארמא שליט"א איז א וואוילער, ערליכער איד. א שטיקל בעל מופת. (ער קען מאכן אז א 20'ער (צוואנציג אלפים) זאלל פארשווינדן ווערן בהעלם אחת.). און להבדיל דזשארדזש קארלין (פוילן זאלל ער) איז געווען א שמוציגער יונג אין אלע בחינות...!.

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 02, 2018 11:03 am
דורך שמעקעדיג
נישט פארגעסן אז ר' בערל האט נאך א רבי, ר' אהרן הגדול מקרית יואל שליט"א (וואס ווען ער רעדט פון טעכנאלאגיע מיינט ער נישט ר' בערל וועלכער איז א פשוט'ער פערד טרייבער וכו') :lol: :lol:

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 02, 2018 3:49 pm
דורך berlbalaguleh
שמעקעדיג: ייש"כ. דו האסט מיך געמאכט קוילערן פאר געלעכטער... אויך האסטו געשאסן 2 פייגלעך מיט איין שאס...!אריינגעפליקט פאר בערל בעל עגלה. און געלאזט וויסן אז בערל בעל עגלה האט א גרויסן רעבי'ן מו"ה ר' אהרן (הגדול) שליט"א פון קרית יואל...!

אויסער דעים האלט איך אז דו ביסט א בעל רוח הקודש. ווייל אט די רגע האביך געטראכט צו שרייבן א מאמר וואו איך וועלל אויפווייזן אז איינס פון די זאכן וועלכע, נישט אז זיי רעגן דיך אויף. נאר ס'נעמט דיך פשוט ארויס פון די כלים. איז ווען בבע"ג שרייבט און מאכט חוזק פון די היינטיגע פאלשע קנאים וועלכע רעדן זיך און אנדערע איין אז זיי זענען דוגל בשיטת רביה"ק מ'סאטמאר, זי"ע...! כ'וועלל מיך דא באנוצן מיט א ווארט פון הרב ר' סענדער דייטש זכותו יגון עלינו...פאר ער האט אנגעהויבן צו האקן שטיקער אויף קהילות און יחידים וועם ער האט אלץ באשייגעץט. האט ער אייביג געברענגט דעם מאמר חז"ל..."כל ליצנותא אסורא, בר מליצנותא דעבודה זרה"...והנה...דער ליובאוויטשער דעיס. דער קלויזנבורגער דאס. און דער בעלזער (דער גראבער בער ) דאס אנדערע...הע הע הע...! אבער ביי אונז...איז אלעס אין גרעסטן ארדענונג..און דער עולם איז זיך צוגאנגען מיט געהויבענע געפיהלן אין די פריע פארטאגס שעות...ענד אוו סטארי...!

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 19, 2018 4:02 pm
דורך שמעקעדיג
שמעקעדיג האט געשריבן:כ'קען נישט זאגן אז ס'רעגט מיך אויף, אבער עס דענערווירט אז יעדע איינציגע אידישע טעלעגראם טשענעל לייגט ארויף די זעלבע עדס כסדר, צי איז עס א דזשודייקע געשעפט, צי א מעטערנעטי קליידער געשעפט, צי א חסד פאנד שנאר אקציע.

און ווידעראמאל....
(האט נישט מורא, כ'גיי נישט יעדע מאל ארויפשטעלן נאך א בילד...)

.

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 11, 2018 10:41 am
דורך נעגעל וואסער
ווען די אידישע מוזיק סטרימינג שפילט חנוכה מוזיק עטליכע טעג נאך חנוכה!!

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 11, 2018 3:11 pm
דורך יין שרף
נעגעל וואסער האט געשריבן:ווען די אידישע מוזיק סטרימינג שפילט חנוכה מוזיק עטליכע טעג נאך חנוכה!!

זאג נאר, דאונאטס עסט איר נאך..?

Re: זאכן וועלכע רעגן מיר אויף!

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 11, 2018 3:35 pm
דורך נעגעל וואסער
יין שרף האט געשריבן:
נעגעל וואסער האט געשריבן:ווען די אידישע מוזיק סטרימינג שפילט חנוכה מוזיק עטליכע טעג נאך חנוכה!!

זאג נאר, דאונאטס עסט איר נאך..?

ניין, די לצרה בשעתה.

Re: זאכן וועלכע רעגן מיר אויף!

נשלח: מוצ"ש יאנואר 26, 2019 9:42 pm
דורך גראף
ענדרעש מענטשן וועלכע רעגן מיך אויף.
ער שיקט מיר א טעקסט נישט א וואטסעפפ ח''ו (שוין איבער די דרייסיג אבער איז נאך אין כולל) און ענטפערט נישט זיין סעלפאון אבער ער רופט כמעט נישט צוריק. איך ברענג עם וואס ער דארף און מאך דער זשאב אבער איך הער נישט צוריק פון עם וואס ער האט מחליט געווען.
גייט אדורך דריי פיר וואכן און מזל טוב נאך א טעקסט. איך ענטפער עם זאפארט האפענדיג אז ער וועט נאך אפשר פילן א דריזל אבער ניין, דער זיידענער אינגערמאן דארף נאך א חודש.
אפשר זאל איך שרייבן א בריוו אנשטאטס א טעקסט היות די פאסט פון פינף הונדרעט יאר צוריק איז אן געקומען שנעלער.
Wake up!!!

Sent from my SM-G950U using Tapatalk

נשלח: דינסטאג פעברואר 12, 2019 12:23 pm
דורך שמחהלע קאפשטיק
א שטייטע בעל תפילה וואס די שטילע שמו"ע נעמט איהם דאפעלט צייט, און נאכן אויסטרעטן עושה שלום ביים עמוד וואקט ער אוועק פון דארט און ווארט אז א צווייטער זאל צוגיין צום עמוד -
דארף מען ווארטען אודך

נשלח: דינסטאג פעברואר 12, 2019 4:47 pm
דורך וואלווי
שמחהלע קאפשטיק האט געשריבן:א שטייטע בעל תפילה וואס די שטילע שמו"ע נעמט איהם דאפעלט צייט, און נאכן אויסטרעטן עושה שלום ביים עמוד וואקט ער אוועק פון דארט און ווארט אז א צווייטער זאל צוגיין צום עמוד -
דארף מען ווארטען אודך

זעט אויס ס'רעגט דיך נישט אויף גענוג, ווען יא, וואלסטו אליינס צוגעגאנגען צום עמוד און נישט געווארט א צווייטער זאל דיך באדינען..

נשלח: דינסטאג פעברואר 12, 2019 5:10 pm
דורך אברך משי
גראף האט געשריבן:ענדרעש מענטשן וועלכע רעגן מיך אויף.
ער שיקט מיר א טעקסט נישט א וואטסעפפ ח''ו (שוין איבער די דרייסיג אבער איז נאך אין כולל) און ענטפערט נישט זיין סעלפאון אבער ער רופט כמעט נישט צוריק. איך ברענג עם וואס ער דארף און מאך דער זשאב אבער איך הער נישט צוריק פון עם וואס ער האט מחליט געווען.
גייט אדורך דריי פיר וואכן און מזל טוב נאך א טעקסט. איך ענטפער עם זאפארט האפענדיג אז ער וועט נאך אפשר פילן א דריזל אבער ניין, דער זיידענער אינגערמאן דארף נאך א חודש.
אפשר זאל איך שרייבן א בריוו אנשטאטס א טעקסט היות די פאסט פון פינף הונדרעט יאר צוריק איז אן געקומען שנעלער.
Wake up!!!

הויכ-געשעצטער גראף פאטאצקי!
איך האף אז איר האט נישט מיר געמיינט, ווייל איך ענטפער יא אין אלגעמיין, מאכטזעך אמאל אז צוליב פארשטענדליכע סיבות מוז איך אמאל איינעם איגנארירן, אבער דיר? נעווער

נשלח: דינסטאג פעברואר 12, 2019 8:56 pm
דורך גראף
[emoji16]

נשלח: דאנערשטאג מערץ 14, 2019 1:08 am
דורך וואלווי
פארוואס קען זיך נישט מרת וועיז און מרת גוגל איינמאל פאר אלע מאל אויס לערנען אז ווייט עוועניו פראנאונסד מען נישט וויטה עווענו נאר ווייט עוועניו.

אזא מין גאד-דעמנ גרידזשע איעדעס מאל כ'הער עס!

אבי מ'זאגט אז די עמי הארץ האבן א בעסערע עדיוקעישאן...

נשלח: פרייטאג מערץ 22, 2019 1:29 am
דורך שמעון וואלף
מוצאי תענית אסתר ביים אויספאסטן נאך מגילה ליינען האט איינער געברענגט המן טאשן פאר אויספאסטן. כ'האב געגעבן אזא בעלבאטישע בייס אריין אז ס'זאל אנקומען ביז די זשעם (ס'געווען סטראבערי, פאר ווער ס'וויל וויסן), אבער ווי וואס ווען קוים קוים עפעס זשעם געווען דארט. א מין רשעות. און וואס טיט זיך מיט הידור מצוה? שעים.

שפעטער ביי די סעודה סערווירט מען קרעפלעך אין די זופ און ווייטער די זעלבע מעשה. איך זיך די פלייש אבער ואיננו. אפאר ברעקלעך האט זי מיר פארגינען וזה הוא.

בין איך דער איינציגסטער מיט די פראבלעם?

[left]What is happening to this world?[/left]

נשלח: פרייטאג מערץ 22, 2019 2:13 am
דורך רויטע וואנצעס
המן האט געבלאזן מיט זיך, אבער תוכן האט ער נישט געהאט.

נשלח: פרייטאג מערץ 22, 2019 3:30 am
דורך וואלווי
שמעון וואלף האט געשריבן:מוצאי תענית אסתר ביים אויספאסטן נאך מגילה ליינען האט איינער געברענגט המן טאשן פאר אויספאסטן. כ'האב געגעבן אזא בעלבאטישע בייס אריין אז ס'זאל אנקומען ביז די זשעם (ס'געווען סטראבערי, פאר ווער ס'וויל וויסן), אבער ווי וואס ווען קוים קוים עפעס זשעם געווען דארט. א מין רשעות. און וואס טיט זיך מיט הידור מצוה? שעים.

שפעטער ביי די סעודה סערווירט מען קרעפלעך אין די זופ און ווייטער די זעלבע מעשה. איך זיך די פלייש אבער ואיננו. אפאר ברעקלעך האט זי מיר פארגינען וזה הוא.

בין איך דער איינציגסטער מיט די פראבלעם?

[left]What is happening to this world?[/left]

ס'קומט ווייל די פאשעסט אין פרעמדע פעלדער.

סטראבערי? דיינע זיידעס האבן געגעסען המן טאשן מיט סטראבערי דזשעם?!

שעם דיך! עס עפריקאט דזשעם אין ס'וועט דיך וואויל באקומען!

נשלח: פרייטאג מערץ 22, 2019 3:32 am
דורך וואלווי
רויטע וואנצעס האט געשריבן:המן האט געבלאזן מיט זיך, אבער תוכן האט ער נישט געהאט.

אויב אזוי וואלט מען געדארפט עסען אויפגעבלוזענע אייער. אזוי ווי ערב תשעה באב

Re: זאכן וועלכע רעגן מיר אויף!

נשלח: פרייטאג מערץ 22, 2019 10:05 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
דאס איז די אלטע טענה פון טענת בתולים אויף א דזשעלי דאונאט

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

Re: זאכן וועלכע רעגן מיר אויף!

נשלח: פרייטאג מערץ 22, 2019 10:06 am
דורך גראף
וואלווי האט געשריבן:
שמעון וואלף האט געשריבן:מוצאי תענית אסתר ביים אויספאסטן נאך מגילה ליינען האט איינער געברענגט המן טאשן פאר אויספאסטן. כ'האב געגעבן אזא בעלבאטישע בייס אריין אז ס'זאל אנקומען ביז די זשעם (ס'געווען סטראבערי, פאר ווער ס'וויל וויסן), אבער ווי וואס ווען קוים קוים עפעס זשעם געווען דארט. א מין רשעות. און וואס טיט זיך מיט הידור מצוה? שעים.

שפעטער ביי די סעודה סערווירט מען קרעפלעך אין די זופ און ווייטער די זעלבע מעשה. איך זיך די פלייש אבער ואיננו. אפאר ברעקלעך האט זי מיר פארגינען וזה הוא.

בין איך דער איינציגסטער מיט די פראבלעם?

[left]What is happening to this world?[/left]

ס'קומט ווייל די פאשעסט אין פרעמדע פעלדער.

סטראבערי? דיינע זיידעס האבן געגעסען המן טאשן מיט סטראבערי דזשעם?!

שעם דיך! עס עפריקאט דזשעם אין ס'וועט דיך וואויל באקומען!
א נייע דור וואס מיינט אז עפריקאט זשעם איז יא מותר!!! אונז האט מען געגעבן נאר המן טאשן מיט מאן. וחדש אסור מן התורה און דאס אלעס!

Sent from my SM-G950U using Tapatalk

נשלח: פרייטאג מערץ 22, 2019 10:14 am
דורך וואלווי
גראף האט געשריבן:

זאגט טאקע די גמ' דארט ה'מאן מן התורה מנין?!

אפיקורס איינער, פרעגסט נאך פון ווי שטאמט דאס?