בלאט 49 פון 55

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 01, 2020 9:18 am
דורך רביה''ק זי''ע
א רבי קען נישט זינדיגן ווייל ער איז דער וואס מאכט די הלכות, און אפילו אויב ער איז עובר אויף זיינע אייגענע הלכות האט ער א מיגו אז ער וואלט געקענט טוישן די הלכה. דו דערמאנסט מיר, כ'האב אמאל געזאגט פאר מיין טאטע אז ס'דא א געוויסע שטיקל פון דאווענען וואס דער רבי קען נישט אזוי גוט די נוסח, האט מיר מיין טאטע געזאגט אז ס'נישט דא אזא זאך, וויאזוי דער רבי דאוונט דאס ווערט די נוסח...

נאכאמאל, ס'ווענדט זיך וויאזוי דו מעסט וואס הייסט אן עבירה, אויב דיין מעסטער איז אידישקייט איז דער רבי דער מעסטער, אין ארטאדאקסישע אידישקייט ווענדט זיך פשט אין די תורה לויט וויאזוי די רבנים טייטשן עס אויס, און אז דער רבי האט געטון עפעס הייסט עס אז לויט זיין פשט אין די תורה מעג מען עס טון. ווידער אויב דיין מעסטער איז די תורה שבכתב אדער עפעס א מאדערנע מושג ווי הומעניזם אדער קאנסיסטענסי איז דער רבי דאך נישט מחויב צו דיינע שיטות, איהם פאלט אפילו נישט ביי צו תשובה טוהן דערויף.

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 01, 2020 7:51 pm
דורך [NAMELESS]
ישן מלא חדש האט געשריבן:איך רעד פון פון סליחה מחילה וכפרה וואס דאס דארף צו זיין ריין בינו אדם לקונו און עס וואלט געדארפט צו זיין א בושה פאר א אדמו"ר דאס צו טוהן ברבים.


די סארט תשובה וואס יעדער איינער טוט די פונקט די זעלבע אקט איז נישט פערסאנעל. פונקט ווי מ'זינגט על חטא הויעך אויפ'ן קול.
אפשר האסטו געטון כפרות (אויב דו טוסט עס) באהאלטן אין א קעלער.

נשלח: פרייטאג אקטאבער 02, 2020 11:56 am
דורך שמעקעדיג
די בחורים!!!!

.

נשלח: מאנטאג אקטאבער 05, 2020 1:44 pm
דורך [NAMELESS]
ביל פא**ין דעבלאזיו

נשלח: מאנטאג אקטאבער 05, 2020 5:26 pm
דורך berlbalaguleh
שמעקעדיג האט געשריבן:די בחורים!!!!

.

וואס איז מיט די בחורים? זיי גייען אן מאסקעס. דער פאליסמאן האט אויכעט נישט קיין מאסק...!
זיי הענגען ארום. ס'איז דאך בין הזמנים...!

ביטע זיי מפרש...!

נשלח: מאנטאג אקטאבער 05, 2020 7:32 pm
דורך דער דאס
[tag]berlbalaguleh[/tag] כ'בין נישט זיכער וואס האט [tag]שמעקעדיג[/tag] אזוי ארויס גענומען פון די כלים.. אבער וואס כ'קען פארשטיין און עס באדערט מיך אויך איז ווי גלייכגילטיג זײ קוקן צו ווען פאליציי ארעסטירט איינעם, ס'איז נישט ממש די שענסטע זאך צו טון, גענוג די בושה פון ווערן ארעסטירט דארפסט נישט צולייגן דורך שטיין און קוקן ווי כאילו ס'איז עפעס א שוי שפּיל..

כך נראה לי

נשלח: מאנטאג אקטאבער 05, 2020 10:02 pm
דורך berlbalaguleh
דער דאס: כ'מיין אז נישט דאס איז די נקודה. ווייל סטעירן (יענעם אריינקוקן אין פנים אריין ווי א קעלבל) איז דער מנהג המקום אין וויליאמפעסט און אין בארא פארק...! דאס טוען די עדאלטס אויך...!

נשלח: מאנטאג אקטאבער 05, 2020 10:46 pm
דורך דער דאס
[tag]berlbalaguleh[/tag] יא און דער מנהג (שטות) המקום אין וויליאמסבורג און אין בארא פארק, אדער סיי ווי מ'פירט זיך אזוי.. קען ארויסנעמען פון גלייכגעוויכט א נארמאלע מענטש..

נשלח: דינסטאג אקטאבער 20, 2020 9:32 pm
דורך גבור חיל
היינט געכאפט א מנחה אינעם עיר הנידחת, פון דעי חזירישקייט פון נישט אנצינדן עיר קאנדישן אין א מיני שטיבל וואו עס שטיפן זיך אריין א פערציג פיווציג אידן העמיר לאזן פאר א צווייט מאל...

וואס האט אבער ארויף געברענגט אויף מיר א שוידערליכע גרים צארן אזש קנוילן רויעך זענען מיר געקומען פון די אויערן, איז אזוי:

ביי שטילע שמונע עשרע האט זיך נעבעך עפעס א אידל'ס סעלפאון צוקלינגען עטליכע מאל, און ווילדע קלאפערייען, נוקעס און צוקעס האבן נישט געשפעטיגט צו קומען, צו מיין שווארץ מזל איז דער איד געשטאנען פונקט אונטער מיר...

ס'גאנצע הויעכע אכצן ברכות האביך געשפירט פיינטליכע בליקן געווענדעט צו מיין זעקל פלייש, און ספעציפיש האט עפעס א פעשליך אידל מיט א גרויע שטאפענע קאפעלידזש צוגעפאסט צו זיין פאטעיטע בערדל געלאזט הויערן אויף מיר אזא מין בליק אויף מיר אזש די פיס פינגערס האבן מיר געפלאקערט.

אחד שמו אחד, סווערט שטיל אין שטיבל, און דער פרה אדומה גענענט שנעל צו מיר מיט א רויט צארנדע געזיכט און הייבט א שטימע אויף מיר, רעב איד, א דאנק פארן שטערן ס'דאווענען פאר א פינעף מנינים אידן! ברויכסט יעדעם איבערבעטן און שטארק תשובה טון! האסט פארגעסן וויאזוי מלעשט אויס סקלינגערל? א מין חוצפה צו שטערן א גאנץ מנין!

א טאפענדע שטילקייט האט זיך אראפ געלאזט אינעם צוקוועטשן שטיבל אלע אויגן זענען געווענדעט צו מיר, און איך זיד ארויס צווישן די ציין, ס'נישט געוועזן מיך!, ס'גארנישט זאגט דער שארהאבאר, ממעג סתם אזוי וויסן! און גייט זיך זיין וועג!

האלא??? וואס די גרויזאמע שאול תחתית? דו שטיין באק וואדי ביסט! געוואלט האביך עפענען א פיסקל אויף אים אינעם אריין געבן אינעם אחורים בצהרים ווי ס'קומט זיך פאר אזא גאלגאן!

אנשטאט מיר איבער בעטן פאר די בזיונות, געסטו מיר אזא מורמל אפ סגוט סתם אזוי צו וויסן?

כ'אב דיר אין מיין לעבן באנג געטאן? אז דיין מאדאם מאכט דיר נישט ס'נויטיגע באבקע ביניך דיין שעיר לעזאעל?

דו חמת מלא שטירן אפפאל טיפה מסריח! פארמאך דיין פאדערשטע טיר און גיי אין כף הקלע!

איך בין דיין לאטקע צו וואס? א פרעגל אפ אןן געגאנגען ווייטער?

א מין פארזעהניש! כשטאפ דיר אן ס'אווער סייז נעיזל מיט פארדארבענע טשיק פיז! פאר א שווארצע העל יאר!

כ'זאג אייך כ'ברען פון חרון אף!

נשלח: דינסטאג אקטאבער 20, 2020 9:48 pm
דורך [NAMELESS]
... און אז ס'איז יא מיר? האביך געמאכט א מיסטעיק! א טעות! אן עקסידענט!! איך בין סאררי און איך בעהט דיר איבער!! האסט געקענט ווארטען א רגע ביז עס סטאפט קלינגען!

אזוי פיל נייע ברכות געלערנט. ס'האט געלוינט די גאנצע מאַנסע.

נשלח: דינסטאג אקטאבער 20, 2020 11:55 pm
דורך קנדה
עס קוקט אויס ווי די מענטש איז גוט קראנק מענטעלי און זוכט ווי ער קען זיך אויסגעבן זיין ווייטאג אויך שוין נאר זיינע קינדער איינער וואס וואקסט אויף אין אזא הויז קען ליידן א גאנץ לעבן.

Re: זאכן וועלכע רעגן מיר אויף!

נשלח: מיטוואך אקטאבער 21, 2020 8:22 am
דורך א חסיד פון ווילנא
גבור חיל האט געשריבן:היינט געכאפט א מנחה אינעם עיר הנידחת, פון דעי חזירישקייט פון נישט אנצינדן עיר קאנדישן אין א מיני שטיבל וואו עס שטיפן זיך אריין א פערציג פיווציג אידן העמיר לאזן פאר א צווייט מאל...

וואס האט אבער ארויף געברענגט אויף מיר א שוידערליכע גרים צארן אזש קנוילן רויעך זענען מיר געקומען פון די אויערן, איז אזוי:

ביי שטילע שמונע עשרע האט זיך נעבעך עפעס א אידל'ס סעלפאון צוקלינגען עטליכע מאל, און ווילדע קלאפערייען, נוקעס און צוקעס האבן נישט געשפעטיגט צו קומען, צו מיין שווארץ מזל איז דער איד געשטאנען פונקט אונטער מיר...

ס'גאנצע הויעכע אכצן ברכות האביך געשפירט פיינטליכע בליקן געווענדעט צו מיין זעקל פלייש, און ספעציפיש האט עפעס א פעשליך אידל מיט א גרויע שטאפענע קאפעלידזש צוגעפאסט צו זיין פאטעיטע בערדל געלאזט הויערן אויף מיר אזא מין בליק אויף מיר אזש די פיס פינגערס האבן מיר געפלאקערט.

אחד שמו אחד, סווערט שטיל אין שטיבל, און דער פרה אדומה גענענט שנעל צו מיר מיט א רויט צארנדע געזיכט און הייבט א שטימע אויף מיר, רעב איד, א דאנק פארן שטערן ס'דאווענען פאר א פינעף מנינים אידן! ברויכסט יעדעם איבערבעטן און שטארק תשובה טון! האסט פארגעסן וויאזוי מלעשט אויס סקלינגערל? א מין חוצפה צו שטערן א גאנץ מנין!

א טאפענדע שטילקייט האט זיך אראפ געלאזט אינעם צוקוועטשן שטיבל אלע אויגן זענען געווענדעט צו מיר, און איך זיד ארויס צווישן די ציין, ס'נישט געוועזן מיך!, ס'גארנישט זאגט דער שארהאבאר, ממעג סתם אזוי וויסן! און גייט זיך זיין וועג!

האלא??? וואס די גרויזאמע שאול תחתית? דו שטיין באק וואדי ביסט! געוואלט האביך עפענען א פיסקל אויף אים אינעם אריין געבן אינעם אחורים בצהרים ווי ס'קומט זיך פאר אזא גאלגאן!

אנשטאט מיר איבער בעטן פאר די בזיונות, געסטו מיר אזא מורמל אפ סגוט סתם אזוי צו וויסן?

כ'אב דיר אין מיין לעבן באנג געטאן? אז דיין מאדאם מאכט דיר נישט ס'נויטיגע באבקע ביניך דיין שעיר לעזאעל?

דו חמת מלא שטירן אפפאל טיפה מסריח! פארמאך דיין פאדערשטע טיר און גיי אין כף הקלע!

איך בין דיין לאטקע צו וואס? א פרעגל אפ אןן געגאנגען ווייטער?

א מין פארזעהניש! כשטאפ דיר אן ס'אווער סייז נעיזל מיט פארדארבענע טשיק פיז! פאר א שווארצע העל יאר!

כ'זאג אייך כ'ברען פון חרון אף!
די ביסט דאס

איך האב דיך אזוי געשוינט

Sent from my LM-X210CM using Tapatalk

Re: זאכן וועלכע רעגן מיר אויף!

נשלח: מיטוואך אקטאבער 21, 2020 11:51 am
דורך גראף
מיין שכן מיטן לעקסעס וואס פערצופאל ווען אימער איינער שטעלט זיך אפ פארנט פון זיין דרייוועי פאר א סקונדע איז ער פלוצלינג דא אונטער דיר און פייפט. וואו ביזט דו געווען א מינוט צוריק??!!
דער זעלבע שכן דער עלטער ער ווערט די מער פלאץ ער דארף אריין צו פארן אין זיין דרייוועי. האט ער זיך אויסגעלערנט אז ער קען פארקן אויף די גאס צווישן די המון עם. אבער ח''ו פארשטעל נישט זיין דרייוועי. איין פלאץ געבליבן צו אוועקשטעלן די קאר און קענען אריין גיין אין שטוב אבער ניין. תרח איז פויל צו דרייען די רעדל אביסל מער לינק און נאכדעם אביסל מער רעכטס און אריין פארן אין זיין אייגענע דרייוועי, געט ער א כאפ דער ספאט!!!

Sent from my SM-G950U using Tapatalk

Re: זאכן וועלכע רעגן מיר אויף!

נשלח: זונטאג אקטאבער 25, 2020 3:02 pm
דורך קנדה
איך ווער אויפגערעגט און פארווייטאגט א יעדעס מאל איך לערן גמרא ווי אידן זענען מער ווי אנדערע ווי למשל אַתם קרוין אדם ואין אומות העולם קרוין אדם אדער ווען א איד אקס הארגעט א כותי איז ער פטור איך האלט אז גאט האט קריעטעד א יעדן equal און מען דארף זיך אויפפירן צו יעדן equal די מערסטע וואס מען קען דאס איז די foundation פון רוחנית און גאט און איך דארף א גאנצן צייט ווען איך לערן פארענטפערן די פסוקים אדער הלכות אז נישט ווער איך דעפרעסטַ

Sent from my SM-G930W8 using Tapatalk

נשלח: זונטאג אקטאבער 25, 2020 3:09 pm
דורך רביה''ק זי''ע
יאפ, אזויווי ניטשע האט געזאגט אויף די דייטשע הימנע "דויטשלאנד דויטשלאנד איבער אלעס", האט ער געזאגט, "איך פארכט זיך אז דאס איז געווען די ענדע פון דייטשע פילאזאפיע", ודפח"ח.

אבער דער אמת איז אז טראץ די סופרעמיסי אונזערע זענען אונז נאכאלץ equal, דער איד האלט אז ער איז מער פונעם דייטש, דער דייטש האלט אז ער איז מער פונעם איד, אונטערשטע שורה זענען ביידע equal איינגערעדט...

לגבי דאס זיך מוטשען צו פארענטפערן, דאס איז אינגאנצן אומנויטיג, חז"ל האבן נישט געפילט פאר וויכטיג צו פארענטפערן די זאכן מיט וואס זיי האבן אפגענויגט פון די תורה, אזוי אויך דארפן אונז נישט זיך מוטשען צו פארענטפערן די זאכן מיט וואס אונז נויגן אפ פון זיי. מיר דארפן נישט זיין קלוגער פון זיי, ודיו לבא מן הדין להיות כנידן.

Re: זאכן וועלכע רעגן מיר אויף!

נשלח: זונטאג אקטאבער 25, 2020 10:55 pm
דורך פאליטיקאנט
קומענדיג פון א חתונה האב איך באמערקט ווי די מחותן - א שטיקל רבי'שע - האט צוויי מאל צוגעגאנגען צום טיר ביים עק מחיצה, פארשיקט די צוויי דריי פרויען / מיידלעך וואס האבן אריינגעבליקט, און צוגעמאכט די טיר.

נא, דאס טוען, מהיכי תיתי. אבער די ארומבליקן אזוי אומאפיציעל נאכדעם צו איינער האט באמערקט זיין חשוב'ע אקט, דאס האט מיך אויפגערעגט.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 28, 2020 1:48 pm
דורך רביה''ק זי''ע
דאס איז א זאך וואס כ'האב לעצנטס אנגעהויבן צו באמערקן, לעצטנס רעדן פרויען עפעס מיט א צוקראצטע שטימע, בעיקר ביים סוף פון א זאץ, כלומפרשט דארף עס צו זיין קול אבער ס'גייט מיר געפערליך אויף די נערוון, כאילו די פרויערישע שפראך משוגעת'ן ביז היינט זענען נישט גענוג געווען. יעצט בין איך געוואויר געווארן אז ס'האט א נאמען אויך, ס'רופט זיך "vocal fry", הערט און ווערט נערווירט.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 28, 2020 5:24 pm
דורך הרב שיף
פאליטיקאנט האט געשריבן:קומענדיג פון א חתונה האב איך באמערקט ווי די מחותן - א שטיקל רבי'שע - האט צוויי מאל צוגעגאנגען צום טיר ביים עק מחיצה, פארשיקט די צוויי דריי פרויען / מיידלעך וואס האבן אריינגעבליקט, און צוגעמאכט די טיר.

נא, דאס טוען, מהיכי תיתי. אבער די ארומבליקן אזוי אומאפיציעל נאכדעם צו איינער האט באמערקט זיין חשוב'ע אקט, דאס האט מיך אויפגערעגט.

ער האט זיך געשעמט און געוואלט זיכער מאכען אז קיינער זעט נישט.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 28, 2020 7:31 pm
דורך [NAMELESS]
אז א נ.י. פאליציי אפיציר וואס האט זיך געפירט מיט אכזריות האט ריזיינט און (1) דאס פַּטר'ט אים פון זיך שטעלן צו א טרייל וואס ער איז אויס געשטאנען. און (2) ער באקומט נאך זיין פענסיע.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 28, 2020 8:41 pm
דורך berlbalaguleh
קנדה האט געשריבן:עס קוקט אויס ווי די מענטש איז גוט קראנק מענטעלי און זוכט ווי ער קען זיך אויסגעבן זיין ווייטאג אויך שוין נאר זיינע קינדער איינער וואס וואקסט אויף אין אזא הויז קען ליידן א גאנץ לעבן.

פארדעם איז דא נפשי (ב"ה)...!

Re: זאכן וועלכע רעגן מיר אויף!

נשלח: מיטוואך אקטאבער 28, 2020 10:24 pm
דורך גראף
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:דאס איז א זאך וואס כ'האב לעצנטס אנגעהויבן צו באמערקן, לעצטנס רעדן פרויען עפעס מיט א צוקראצטע שטימע, בעיקר ביים סוף פון א זאץ, כלומפרשט דארף עס צו זיין קול אבער ס'גייט מיר געפערליך אויף די נערוון, כאילו די פרויערישע שפראך משוגעת'ן ביז היינט זענען נישט גענוג געווען. יעצט בין איך געוואויר געווארן אז ס'האט א נאמען אויך, ס'רופט זיך "vocal fry", הערט און ווערט נערווירט.
לעצטענס באמערקט? דאס גייט שוין יארן און איז א וועג פון שטעלן א מאן און א געוויסע פארלעגענהייט ווען ער קען/וויל אדער דארף איר עפעס זאגן/מסדר זיין. איך האב א שטיק צייט צוריק געהערט א ראדיא שאו און די נושא איז ארויף געקומען. א מאן און א פרוי גאסט האבן דאס אדורך געטון און עס שטערט פאר פרויען אויך די עקל פון די fry vocal נישט נאר פאר מענער. זי האט האט ארויס געברענגט אז אלס א פירער און א פירמע הייערט זי נישט קיין מיידלעך/פרויען וואס רעדן אזוי!
בד''א געוויסע זכרים אסאך פון זיי גימעל אדער סתם אזוינע וואס נוצן דער סעיף רום אין קאלעזש ווען זיי רעדן ענדיגען יעדע זאץ מיט א ניגון אויף ארויף. איך מיין דאס רופט מען uptalk. לכאורה אלע סענדער/ביידן סופארטערס.

Sent from my SM-G950U using Tapatalk

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 29, 2020 11:55 pm
דורך [NAMELESS]
די טייטעל "הנגיד". פארוואס איז זיין באנק אקאונט באלאנס א טייל פון זיין נאמען?

Re: זאכן וועלכע רעגן מיר אויף!

נשלח: פרייטאג אקטאבער 30, 2020 2:58 am
דורך יהודי פשוט
קנדה האט געשריבן:איך ווער אויפגערעגט און פארווייטאגט א יעדעס מאל איך לערן גמרא ווי אידן זענען מער ווי אנדערע ווי למשל אַתם קרוין אדם ואין אומות העולם קרוין אדם אדער ווען א איד אקס הארגעט א כותי איז ער פטור איך האלט אז גאט האט קריעטעד א יעדן equal און מען דארף זיך אויפפירן צו יעדן equal די מערסטע וואס מען קען דאס איז די foundation פון רוחנית און גאט און איך דארף א גאנצן צייט ווען איך לערן פארענטפערן די פסוקים אדער הלכות אז נישט ווער איך דעפרעסטַ

Sent from my SM-G930W8 using Tapatalk
דאס איז נאך א האלבע צרה...
נאך ערגער איז ווען די מענטש'עלע הייבט אן זיך איינצורעדן אז ער איז עפעס מער ווי סיי וועלכע בעל חי....
כאילו אז דער מין האנושי איז עפעס מער ווי דער לייב אדער דער לעמעלע אדער א מייזל....