בלאט 6 פון 6
נשלח: דינסטאג אפריל 18, 2023 9:16 pm
דורך [NAMELESS]
קהל'ס נער האט געשריבן:פארוואס ערווארטסטו אז איינער זאלן צוריקציען פון זיין מיינונג, וואס מען האט דעמאלטס געטין איז געוועין באזירט אויף די דאטא וואס איז דעמאלט געוועין, מען קען נישט זיין קיין חכם לאחר המעשה מיט די יעצטיגע דאטא און שרייען "איך בין גערעכט געוועהן"
ריכטיג, מצד שני איז עס א לעססאן פאר די פיוטשער אז אפילו די 'גרויסע עקספערט' זאגט עפעס מוז עס נישט זיין תורת משה און פאליטיק קען אויך שפילן א ראלע און מען מעג נוצען די אייגענע קאממאן סענס און זיכער נישט מאכן אזא אשכול דא כאילו דו ביסט וועלטס פארזארגער בפרט וואס גראסעריס/סופערמארקעטס זענען געווען פיין אפען
נשלח: דינסטאג אפריל 18, 2023 11:31 pm
דורך [NAMELESS]
ס'איז נישט דא קיינער וואס האלט אז מ'האט דעמאלטס געמעגט מינגל'ען ווי אין די אפענע בתי מדרשים און מקוואות. די גאנצע גערעדעכץ אז מ'האט נישט געדארפט פארשפארן איז אויף די פארשטענדעניש אז אוודאי וואלט מען זיך געהיטן נישט צו קומען נאנט צו אנדערע מענטשן, אבער פארשפארן האט מען נישט געדארפט
נשלח: דינסטאג אפריל 18, 2023 11:46 pm
דורך דער גאלדענער אדלער
חתם סופר האט געשריבן:
ס'איז נישט דא קיינער וואס האלט אז מ'האט דעמאלטס געמעגט מינגל'ען ווי אין די אפענע בתי מדרשים און מקוואות. די גאנצע גערעדעכץ אז מ'האט נישט געדארפט פארשפארן איז אויף די פארשטענדעניש אז אוודאי וואלט מען זיך געהיטן נישט צו קומען נאנט צו אנדערע מענטשן, אבער פארשפארן האט מען נישט געדארפט
אויך אמת, פונקט ווי אין די גראסעריס.
נשלח: מיטוואך אפריל 19, 2023 12:58 am
דורך פרנס החודש
קהל'ס נער האט געשריבן:פארוואס ערווארטסטו אז איינער זאלן צוריקציען פון זיין מיינונג, וואס מען האט דעמאלטס געטון איז געוועין באזירט אויף די דאטא וואס איז דעמאלט געווען, מען קען נישט זיין קיין חכם לאחר המעשה מיט די יעצטיגע דאטא און שרייען "איך בין גערעכט געוועהן"
למעשה ווייסט מען היינט אז אז די גאנצע לאקדאונס איז נישט געווען באזירט אויף קיין שום סייענס, און דאס איז פונקטליך וואס איך און פילע אנדערע מענטשן האבן געשריגן פון דעם "ערשטן טאג". ממילא די אלע וואס האבן פרובירט מיר צו פארשטאפן דאס מויל און פארמאכן מיין ביזנעס, ישיבה, טוויטער, פעיסבוק, וועגן "סייענס", זאלן מודה זיין אז עס האט מיט סייענס קיינמאל נישט געהאט גארנישט.
ספעציעל ווען די זעלבע מענטשן וואס האבן דעמאלטס פארפירט מיט "סייענס" אן קענען צו ווייזן אויף וועלכע שטודיעס עס איז געבויעט, זענען שוין ווייטער פארנומען איינפירן צעדרייטע פאליסיס אין נאמען פון "סייענס" און פארשטייט זיך פינף יאר ארום ווען זיי וועלן שוין זיין פארנומען מיט די נעקסטע משוגעת, וועלן זיי שרייען "מיר האבן געטון די בעסטע לויט די דעמאלטסדיגע דאטא".
ממילא איז גוט קלאר צו מאכן אז עס איז קיינמאל נישט געווען קיין דאטא וואס האט אונטערגעשטיצט צוצומאכן ביזנעסעס און שולעס. סייענס איז נישט געבוירן אין 2020 און עס איז קיינמאל נישט בייגעפאלן צומאכן שולעס ביי פאליא אדער טובערקולאזיס אדער די צענדליגע פיל הארבערע ווירוסן פון די לעצטע הונדערט יאר. עס איז אויך דא זייער קלארע "סייענס" וואס עס פאסירט ווען די גאווערמענט שטעלט אפ טריעטמענט פאר יענע מחלה וכדומה פאר א האלבע יאר צייט, אדער לאזט קראנקע מענטשן אין שפיטאל אן באזיכער אדער איבערזיכט.
Re: פיקוח נפש! ליסטע פון שולן וואס זענען נאך אפן און עצות
נשלח: מיטוואך אפריל 19, 2023 1:00 am
דורך פרנס החודש
כספי האט געשריבן:פארוואס ברענג איך עס ארויף?
אריבער א דריי יאר...
ניטאמאל קיין ווארט דורך די אלע דריי יאר, נישט מצד זה נישט מצד זה
אבער כ'בין באמת נייגעריג, די אלע צוקאכטע יודן וואס האבן דא געשריבן מיט דריי יאר צוריק מיט אזא אייפער, וואס האלטן זיי כיום הזה, אויף זייער דעמאלטס'דיגע ווערק
זיי זענען געווען 100% גערעכט?
50% גערעכט?
די אנדערע זייט - די רבנים וואס האבן דאנסמאל געלאזט אפן, זענען זיי געווען 100% גערעכט?
50% גערעכט?
לאמיר הערן
100% גערעכט. מען האט געדארפט אנווארענען יעדעם איבער זעכציג זיך איינצושפארן מאחורי מסגר ובריח און לאזן די איבעריגע וועלט אנגיין.
נשלח: מיטוואך אפריל 19, 2023 1:12 am
דורך פרנס החודש
חתם סופר האט געשריבן:
ס'איז נישט דא קיינער וואס האלט אז מ'האט דעמאלטס געמעגט מינגל'ען ווי אין די אפענע בתי מדרשים און מקוואות. די גאנצע גערעדעכץ אז מ'האט נישט געדארפט פארשפארן איז אויף די פארשטענדעניש אז אוודאי וואלט מען זיך געהיטן נישט צו קומען נאנט צו אנדערע מענטשן, אבער פארשפארן האט מען נישט געדארפט
איך האלט אזוי, אדרבה ווי שנעלער די ווירוס גייט אריבער, אלס שנעלער קענען די עלטערע ארויסקומען פון די הייזער.
איך געדענק ווי איך האב זיך געבעטן ביי מיין מאמע ״צוויי וואכן פאר פורים״ אז מען זאל אוועקשיקן מיין זיידע אויסער די שטאט צו די קאנטרי ווייל די ווירוס איז קיין ווערטל. אלע האבן מיר אויסגעלאכט.
צוויי און א האלב וואכן שפעטער האבן זיי שוין גארנישט געלאכט פון דעם אבער האבן געלאכט פון מיין ״נארישע״ געדאנק אז אלע עלטערע זאלן זיך איינשפארן און די אינגערע זאלן דוקא זען צו כאפן די ווירוס כדי צו שאפן הערד אימיוניטעט אז די עלטערע זאלן קענען ארויסקומען.
נשלח: דאנערשטאג אפריל 20, 2023 2:25 am
דורך [NAMELESS]
קהל'ס נער האט געשריבן:פארוואס ערווארטסטו אז איינער זאלן צוריקציען פון זיין מיינונג, וואס מען האט דעמאלטס געטין איז געוועין באזירט אויף די דאטא וואס איז דעמאלט געוועין, מען קען נישט זיין קיין חכם לאחר המעשה מיט די יעצטיגע דאטא און שרייען "איך בין גערעכט געוועהן"
קיינער האט נישט קיין טענות אויף וואס זיי האבן דעמאלטס געטוהן, מענטשען זענען נאר ברוגז אז די גאווערמענט האט דעמאלטס שטיל געמאכט יעדער וואס האט געזאגט עפעס אפילו א משהו אנדערש ווי זיי, אפילו גרויסע דאקטערס און סקאלערס, אויב די האסט ווייניג דעטע דעמאלטס ביטע שריי נישט אז איך בין די איינציגסטע עקספערט אין די נושא און ווער ס'זאגט עפעס אנדערש ווי מיך איז עס מיס אינפערמעישן, און לכבוד דעהם דארף ער פארלירן זיין לייסענס, און ווערן אראפ געווארפן פון טוויטער.
Re: פיקוח נפש! ליסטע פון שולן וואס זענען נאך אפן און עצות
נשלח: מוצ"ש אפריל 22, 2023 10:54 pm
דורך דער גאלדענער אדלער
לעצטענס אריין געבאמפט אין דעם ארטיקל.
אינטערעסאנט ווי דער פראגרעסיווער מעדיקל סטודענט אין א ליבעראלע מאגאזען ווי ניוזוויק איז מודה על האמת. ס'פאטש זיי נעבעך אין פנים, ווי 250 יאר פון ענלייטמענט איז גאנגן צו די רוחות.
https://www.newsweek.com/its-time-scien ... 76630?s=08
Sent from my SM-S911U using Tapatalk
Re: פיקוח נפש! ליסטע פון שולן וואס זענען נאך אפן און עצות
נשלח: זונטאג אפריל 23, 2023 12:09 am
דורך פרנס החודש
וואס איז אינטערעסאנט איז נישט אז איינער האט געשריבן אן ארטיקל נאר אז זיי האבן עס אריינגעלייגט. זיי האבן שוין היינט נישט קיין פראבלעם עס צו אריינלייגן און אפילו מודה זיין אז עס איז געווען א טעות (?!) ווייל זיי זענען שוין ב״ה פארנומען חרוב מאכן לעבנס מיט די קומענדיגע משוגעת פון ״סייענס״.