בלאט 6 פון 7
נשלח: פרייטאג פעברואר 08, 2013 12:58 pm
דורך לעמיל
קופערניקוס האט געשריבן:דריטנס, יידל האלט אזוי, ומי יבוא אחר המלך?
אז קופערניקוס מיט יודל האטען אזוי ווער קען זאגען אנדערש?
נשלח: פרייטאג פעברואר 08, 2013 1:27 pm
דורך [NAMELESS]
די עיקר איז נישט די געווינער פונעם פארמעסט, די עיקר איז די עצם קיום הפארמעסט. אריינלאזן לשון קודש מאכט גרעסער די פארמעסט טראץ וואס זי פארשווערט די געווינען פראצעס
נשלח: פרייטאג פעברואר 08, 2013 1:29 pm
דורך משה געציל
יאנקל האט געשריבן:איך וועל האבן די חוצפה צו זאגן אנדערש. לשה"ק האט א געוויסע אייגנארטיגקייט וואס לאזט עס נישט מעסטן קעגן אידישע ווערק.
ג"א מצטרף, לאו דוקא לשה"ק קעגן אידיש איז שווער צו מעסטן, ה"ה ענגליש קעגן אידיש און לשה"ק. יעדע שפראך האט זיך זיין געוויסע שטריכן ווי אזוי מען בערנגט ארויס פאעזיע. אויב די אידישע פארמעסט וועט זיין א סוקסעס וואלט אפשר געווען אינטערעסאנט צו מאכן א צווייטע פארמעסט אין לשה"ק.
נשלח: פרייטאג פעברואר 08, 2013 1:32 pm
דורך לעמאן דזשוס
יאנקל האט געשריבן:איך וועל האבן די חוצפה צו זאגן אנדערש. לשה"ק האט א געוויסע אייגנארטיגקייט וואס לאזט עס נישט מעסטן קעגן אידישע ווערק.
גענוי
קופערניקוס, אוודאי, געוויס, ריכטיג, גענוי...די לשון קודש איז נישט נארמאל שיין און פאעטיש אבער עס איז נישט א פארמעסט מיט אידיש, האסט שוין אמאל געזעהן א מאראטטאן ווי הערשן און אדלער פארמעסטן זיך? אדער אלימפיק שפילן ווי שפילער מיט הענדיקעפס פארמעסטן זיך?!
לכל חובבי פיוט בלשון קודש, ליהוי ידוע לכם שבעזר השם יתקיים מבחן (נא תעזור לי במלה על קאנטעסט) על פיוטים בלשונינו הקדש, לשון בו שרו אדונינו דוד, בו ניבאו ישעיה ויחזקא׳ בן בוזי
נשלח: פרייטאג פעברואר 08, 2013 1:35 pm
דורך לעמאן דזשוס
קופערניקוס האט געשריבן:די עיקר איז נישט די געווינער פונעם פארמעסט, די עיקר איז די עצם קיום הפארמעסט. אריינלאזן לשון קודש מאכט גרעסער די פארמעסט טראץ וואס זי פארשווערט די געווינען פראצעס
איני מבין למה לא תבין שזה לא הולך?!
נשלח: פרייטאג פעברואר 08, 2013 1:41 pm
דורך [NAMELESS]
לעמאן דזשוס האט געשריבן:קופערניקוס האט געשריבן:די עיקר איז נישט די געווינער פונעם פארמעסט, די עיקר איז די עצם קיום הפארמעסט. אריינלאזן לשון קודש מאכט גרעסער די פארמעסט טראץ וואס זי פארשווערט די געווינען פראצעס
איני מבין למה לא תבין שזה לא הולך?!
לעמאן אני אונטער כפות רגליכם. איך בין מבטל דעתי אונטער די מיינונג של חברי היקרים.
אני ביי סע.. כמיין ביי-לינגוויל, ואני מתמצא הדק היטב ברזי הפיוט העברי, במכמני שפת הקודש, שפה ששוררו בה נביאינו, בה נוסד עמנו, און דאנקען גאט איך בין קיין גרינער אין אונזער גלות לשון, אויף וועלכע אונזערע באבעס אין נירעדהאז האבן אפגעשפרעכט לשון הרע און געשאלטן.
על כל געזיכט און רעדל (על כל פנים ואופן) טוטס ווי איר ווילט, ואני הקטן אכתוב א שיין שטיקל פאעזיע אין אידיש, ווען איך וועל האב צייט, האפנטליך פאר די טויטע-ליניע, ואכתוב גם פיוט בלשון הקודש בחמלת ה' עלי
נשלח: פרייטאג פעברואר 08, 2013 1:45 pm
דורך לעמאן דזשוס
קופערניקוס, ניחמתני!
מעולם לא אמרתי קבלו דעתי, הלם ראיתי אחרי רואי שבקושי נכנס באזנך דברי הקודמים על כן אמרתי לכו נא ונוכחה, ויתקיים בנו ואת והב בסופה!
נשלח: פרייטאג פעברואר 08, 2013 1:56 pm
דורך לעמאן דזשוס
דרך אגב, קופערניקוס ידידי, יש לך מושג איזה מילה מתרגם ׳פארמעסט׳ או מאראטטאן? אני שואל אודות חבר!
נשלח: פרייטאג פעברואר 08, 2013 2:00 pm
דורך [NAMELESS]
תחרות
נשלח: פרייטאג פעברואר 08, 2013 2:03 pm
דורך לעמאן דזשוס
געוואלדיג, סוי תחרות פיוטים, או תחרות פייטנים?
אדער מצעד גאווה לחובבי פיוט (גאווה עז אין גאות, לא ג׳ המתועב ח״ו)
אפדעיט, ׳שבוע פאעזיע׳
נשלח: זונטאג פעברואר 10, 2013 1:01 am
דורך לעמאן דזשוס
מיט פרייד און גוזמאות מעלדן מיר איבער די קונטרס ׳שבוע פארמעסט׳ וואס ידידינו וידיד ה׳פארמעסט הרב בנימין פרענקל האט אנגעשריבן לכבוד די מאורע! עס וועט זיין צו באקומען מערצטשעם מארגן אווענט....
טרוקענע אפדעיט, מיר האבן היינט נאכט מוצש״ק לסדר בגפו יבא נישט ערהאלטן קיין שטיקל!! עס איז די טרוקענסטע נייעס וואס איז דא אין ביורא, ובשם השם נזכיר!
נשלח: זונטאג פעברואר 10, 2013 12:55 pm
דורך לעמאן דזשוס
איך זוך א טייפסעטער וואלאנטור פאר אביסל אפיס ארבעט, ביטע לאזט אריין א אישי. תודה רבה על עזרתכם בקדש
קונטרס ׳שבוע פארמעסט׳
נשלח: זונטאג פעברואר 10, 2013 2:23 pm
דורך לעמאן דזשוס
שוין
דא צו קריגן דעם קונטרס
יישר כח לחבירינו הרב ברסלבר פאר די עריכה!
נשלח: זונטאג פעברואר 10, 2013 2:29 pm
דורך ברסלבער
נו, ווי קען איך זיך פארמעסטן מיט די פאעזיע לייבן דא?
וועל איך כאטש ארויסהעלפן בעריכת הקונטרס.
אפדעיט
נשלח: זונטאג פעברואר 10, 2013 10:32 pm
דורך לעמאן דזשוס
ברוך השם, מיר האלטן ביי זיבן שטיק, פיינע ווארע, חדשים לבקרים בואו והפיסו!
נשלח: מאנטאג פעברואר 11, 2013 2:31 am
דורך טעפל
לעמאן דזשוס האט געשריבן:שוין
דא צו קריגן דעם קונטרס
יישר כח לחבירינו הרב ברסלבר פאר די עריכה!
ישר כח ברסלבר האסט די פאך אין די האנט!!
נשלח: מאנטאג פעברואר 11, 2013 12:22 pm
דורך נח געציל
כ'בין אביסל צומישט... למעשה, ביז ווען קען מען אריינשיקן, און צו וועם דארף מען שיקן?
נשלח: מאנטאג פעברואר 11, 2013 6:38 pm
דורך בן תמליון
כ'האב נארוואס אפגעשטאט א באזוך אינעם פארמעסט ביורא,רבותי עס טוט זיך טישן אויף בענק עס גיסן זיך פעסער אהבה טרערן ווי ביים רבינס הקפות. נאך צוויי טעג פארבליבן נעמט א פעדער און שרייבט אייער שטיקל.
נשלח: דינסטאג פעברואר 12, 2013 10:26 am
דורך שמעקעדיג
וואס איז געבליבן?
מחר יהי' האות הזה?
נשלח: דינסטאג פעברואר 12, 2013 3:22 pm
דורך בענדזשאמין פרענקלין
כ'האב אפגעשריבן א שיין שטיקל פאעזיע מיין נושא איז געווען "בעשן דעם סיסטעם". אלס כדי לאפוקי מדעת געפילטע וואס טענה'ט אז בעשן דעם סיסטעם איז נישט קיין ארט, הערטס אידן אבער נאך ווי ס'איז אן ארט! נאכן ענדיגען דעם פאעזיע האב איך דעזעהן א מייסטער-ווערק פאר מיר, א שטיקל וואס וועט זיכער געווינען דעם פארמעסט. אבער כ'האב מיך גלייך געכאפט אז אויב דאס וועט געווינען וועט דאס ברענגן ערנסטע פראבלעמען. ערשטענס, שיין וועט קאווע שטיבל אויסזעהן אז דער אנטעגאניסט, דער אנטי סיסטעם'ניק, דאס שטיקל פאעזיע וואס חוזק'ט אפ פון אלעס הייליג וועט געווינען דעם פארמעסט, שאץ מאץ אין אייוועלט וועט זיך אייסערן: כ'האב ענק געזאגט וואספארא שקצים זיי זענען!, קוק דאס געמיינהייט אליין געווינט א פארמעסט ביי זיי. צווייטנס וזה העיקר אז קופערניקס דער רב האט דאך נבואות געזאגט אז ער און נישט א צווייטער גייט געווינען דעם פארמעסט, פינטל. און כדי שלא לשבור דברי קופערניקוס האבן מיר באשלאסן צו שרייבן א צווייטע שטיקל אויף אן אנדערע נושא.
למעשה האב איך מיר געפלאגט צו טרעפן א פאסיגן נושא, האב איך גענומען יפתח'ס עצה, כ'האב געזאג בנדר ובשבועה: וועם איך וועל אנטרעפן דאס ערשטע, אים וועל איך מקריב זיין אויפן מזבח פון פאעזיע. וואס כ'האב אנגעטראפן קען איך אייך נישט מגלה זיין, אבער כ'האב מיך מיט עפעס אנגעטראפן, און זיך גלייך גענומען שרייבן איבער אים. ווען עס פארטיג געווארן האב איך עס געוויזן דעם עזר כנגדו, זי פרעגט מיך: וואס איז דאס? זאג איך : דאס איז א פאעם וואס איך האב געשריבן פאר א פארמעסט. זי טוט זיך אן אירע ברילן, קוקט עס איבער משפה לחוץ, זי זאגט מיר קליפ און קלאר: דו וועסט קיין פארמעסט נישט געווינען מיט דעם שטיקל. עס האט נישט קיין טעם און קיין ראם, וועסט דיך נאר מאכן ללעג ולקלס. איך טענה אבער מען קען נישט קיינמאל נישט וויסן, אויך אין פאעזיע גייט אן דעם כלל פון: ועל טעם ושיר אין להתווכח. אפשר דא אין שטיבל זענען פארהאן חברה וואס וועלן יא זעהן אין דעם טיפע רעיונות, באהאלטענע כוונות בליציגע געדאנקן און איבערגעשפיצטע חכמות. און אז נישט וועל איך א טובה טוען יענעם דארט, העכסטענס וועט יענער נישט זיין דער לעצטער און דעם ליסט, ס'וועט זיין איינער נאך אים.
נשלח: דינסטאג פעברואר 12, 2013 3:40 pm
דורך שמעקעדיג
הער אויס, זיי נישט עובר אויף בל תשחית. אויב גיסטו נישט אריין דעם "בעשן" ארטיקל אינעם פארמעסט, דאן לייג עס כאטש סתם אזוי ארויף, אן קיין פארמעסט!
זיי מקיים (מיט א קליק פון א באטטן!) דעם "מרבין בשמחה", און ציה ארויף א שמייכל אויף די ליינער דא, ביטע!
אפדעיט!
נשלח: דינסטאג פעברואר 12, 2013 4:12 pm
דורך לעמאן דזשוס
טייערע פריינט,
איך האב נעכטן נאכט אונטערגענומען א טאג אף סיילענס אין עהרע פון משה געציל'ס טראגעדיע, איצט קומט צו מיר געציל צו און זאגט מיר, איך בעט דיר, ברעך די סיילענס, זאלן די יעניגע נואפים שווייגן פאר אייביג אבער אונז טארן נישט בלייבן שטיל און אין די זייט. ער פארשפרעכט מיר אז ער איז מיט אונז, און דארף פשוט אביסל מנוחה פונעם שווערן קלאפ וואס האט אים באטראפן!!! ער זאגט מיר; די פארמעסט דארף אנגיין ביתר שאת וביתר עז, און טאר נישט קומען צו קיין אפהאלט!
דערפאר, טייערע ברודער, איר ווייסט אז אויף מיין טאג לוח שטייט אז היינט נאכט איז מיטוואך לסדר תרומה, טייל האבן שוין אריינגעשיקט גאר גאר הערליכע שטיקלעך, מיר פרובירן איצט אויסצוארבייטן אז די פארמעסט זאל קלאפן על צד היותר טוב, איך וויל נישט דא סתם פראפאגאנדירן, עס האט געשטערט עטליכע חברים דא פארגאנגענע וואך איך וויל פשוט מודיע זיין דעם עולם, איך ערווארט אז די לעצטע שעות פונעם פארמעסט וועט ווערן זייער אנגעצויגן אסאך פון די חברים וואס מיר האבן ערווארטעט האבן נאכניש אריינגעשיקט א פיפס!! טייל זוכן נאך טעמעס, ווען שניי זאווערוכעס וואלגערן זיך אין די גאסן, ווען א מנין יודן שמאכטן אין טורמעס, ווען חודש אדר קלאפט אויף'ן טיר, ווען וואלקענעס פון כמארע זענען אויפ'ן האריזאנט און צילן צו פארניכטן כל הקדש מיט זינלאזע מאוויס אין בארא פארקע גאסן, רבו הטעמעס והפאעזיע'ס לא!!
ביטע, שיקט אריין די סחורה בעוד מועד, און די אלע ריזיגע בנינים מיט געדאנקן און אוצרות מיט ווערטערבוכן מיט געשפריצטע געשלייפטע ווערטער לאזט איבער פאר די קומענדיגע פארמעסט, די פארמעסט איז נישט אן איינמאליגע געלעגנהייט, עס וועט נאך קומען נאך און נאך
איך זאג אייך, די פאר וואס האבן אריינגעשיקט (זיבן, דערווייל) האבן ארויסגעיאגט הערליכע, רירנדע שטיקלעך אזש עס איז צום שטוינען ווי ברייט עס דערעפענט זיך די קעסטלעך פאעזיע ווען מען גיט עס א קליין ריר...
מיר ווילן צוגיין צום וואלן פראצעס ווי אמשנעלסטן..זייט געזונט, אויף ווידערזעהן
נשלח: דינסטאג פעברואר 12, 2013 5:34 pm
דורך בענדזשאמין פרענקלין
שמעקעדיג האט געשריבן:הער אויס, זיי נישט עובר אויף בל תשחית. אויב גיסטו נישט אריין דעם "בעשן" ארטיקל אינעם פארמעסט, דאן לייג עס כאטש סתם אזוי ארויף, אן קיין פארמעסט!
זיי מקיים (מיט א קליק פון א באטטן!) דעם "מרבין בשמחה", און ציה ארויף א שמייכל אויף די ליינער דא, ביטע!
ליידער איז עס מער פאסיג אויף ערב תשעה באב