בלאט 6 פון 10

נשלח: מאנטאג אפריל 08, 2013 9:41 pm
דורך חזקיהו המלך
איך זאג דיר האט געשריבן:און ווי בין איך? מיין נשמה איז עפעס א ראזשינקע? פארוואס טיילסטו נישט צו פאר מיר אויך עפעס ?


נו אדרבה, זאג וואס פאר א קאלום די ווילסט ,

נשלח: מאנטאג אפריל 08, 2013 11:31 pm
דורך היימישער ליטוואק
ממי_שאמרו האט געשריבן:ארום די קאווע טישל איז א גוטע נאמען פאר אן אשכול אדער ארטיקל, נישט פאר א צייטונג.

האו עבאוט "דער קאווע טישל"?

נשלח: מאנטאג אפריל 08, 2013 11:37 pm
דורך יאיר
זר זהב האט געשריבן:לול איך קען אויך שרייבן פרצות הדור ארטיקלען. בעסער ווי הרב פילאפף

העי, די מוסר ארטיקל איז מיינער, כאפ עס נישט צו.

נשלח: דינסטאג אפריל 09, 2013 12:03 am
דורך היימישער ליטוואק
אויך א חידה - רעטעניש וועכענטליך

נשלח: דינסטאג אפריל 09, 2013 12:51 am
דורך נולד מאוחר
איך שרייב די זמנים. פארשטיט זיך ר''ת, נולד ...

נשלח: דינסטאג אפריל 09, 2013 12:59 am
דורך גנדי
איך בין גרייט צושטעלן א קאריקאקטורא - אויב מען וועט מיר שיקן געדאנקען.

נשלח: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:02 am
דורך גנדי
איך בין גרייט צושטעלן א ציטאט quote אדער עטליכע פון גאנדי אדער אנדערע וועלט פיגורן.

נשלח: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:10 am
דורך גנדי
אפאר הצעות און געדאנקן.

פיקטיווע אינטערוואיס.

איבערטייטשן אן אינטערסאנטע ביכל. יעדע אוסגאבע אן אנדערע פרק.

יעדע אויסגאבע מסביר זיין אן אנדערע מושג וואס קומט צינוץ צו וויסן אדער פארשטיין וואס מ׳האט נישט געלערנט ביי לימודי חול.

נשלח: דינסטאג אפריל 09, 2013 6:06 am
דורך אליאב
אפשר זאל ברסלבער מיט זיין מעסיגן לאגישן מהלך, שרייבן איבער די סיסטעם.

נשלח: דינסטאג אפריל 09, 2013 8:20 am
דורך קאווע טרינקער
שלום עליכם עסן-ליבער, אליאב.
דא האט איר הרב ברסלבר'ס סיסטעם

נשלח: דינסטאג אפריל 09, 2013 8:33 am
דורך גנדי
וועט זיין א שלום בית קאלום?

נשלח: דינסטאג אפריל 09, 2013 10:45 am
דורך אביגדור
ברוך השם.

נשלח: דינסטאג אפריל 09, 2013 11:22 am
דורך לעמיל
חזקיהו המלך האט געשריבן:אפדעיטעד:
פין די ארכיוון ............ א אלטע גוטע ארטיקעל אויסגעגראבען פין קאווע שטיבעל אדער אייוועלט

דארף מען האבען רשות פון די אייוועלט חברה עס צו נוצען אדער מען קען זיך אראף לאזען ביי זיי און קעלער און אופטראגען מיט אפאר ארטיקלען?

נשלח: דינסטאג אפריל 09, 2013 12:35 pm
דורך שמעקעדיג
אייוועלט וועט שווער מסכים זיין צו זייערע ארטיקלען לפענ"ד,
און אויך, סיי וועלכע נאמען וועלכע ענטהאלט דעם ווארט "קאווע", און צייגט אן אז אונזער סייט איז דער מקור דערפון, וועט גורם זיין מער התנגדות אנטקעגן דעם בלעטל.

נשלח: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:26 pm
דורך חזקיהו המלך
שמעקעדיג האט געשריבן:אייוועלט וועט שווער מסכים זיין צו זייערע ארטיקלען לפענ"ד,

לכאורה טאמער ס'נישט פאר קיין פראפיט דאן דארף מען זיין נישט פרעגען, פארשטייט זיך אז מען שרייבט פין ווי עס קומט,

שמעקעדיג האט געשריבן:און אויך, סיי וועלכע נאמען וועלכע ענטהאלט דעם ווארט "קאווע", און צייגט אן אז אונזער סייט איז דער מקור דערפון, וועט גורם זיין מער התנגדות אנטקעגן דעם בלעטל.


דער בלעטעל איז בעסיקלי געמאכט דורעך אין פאר חברי השטיבל, אין מען צווינגט קיינעם נישט עס צי ליינען, אין וועם גייט אן התנגדות, אז ס'וועט זיין התנגדות וועט עס ווערען מער פאפולער,

נשלח: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:31 pm
דורך שמעקעדיג
מער פאפולער, וואו?
קיין איין בעסמעדרעש וועט עס נישט אריינלאזן, און אויב טרעפט מען עס יא, וועט מען עס פארברענען תוך כדי דיבור.

נשלח: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:35 pm
דורך משה געציל
:like

נשלח: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:35 pm
דורך חזקיהו המלך
שמעקעדיג האט געשריבן:מער פאפולער, וואו?
קיין איין בעסמעדרעש וועט עס נישט אריינלאזן, און אויב טרעפט מען עס יא, וועט מען עס פארברענען תוך כדי דיבור.


באהאלטען אין די בוזעם טאש, טאמער ס'איז אסור זענען מענטשען אינטערעסירט עס צי ליינען, אין בכלל ס'נישט קיין גיליון אין ס'באלאנגט נישט אין א בהמ"ד, גיליונות טרעפט מען אין א בהמ"ד נישט קיין צייטונגען אין נישט קיין קאווע בלעטער,

נשלח: דינסטאג אפריל 09, 2013 2:06 pm
דורך גנדי
שמעקעדיג האט געשריבן:אייוועלט וועט שווער מסכים זיין צו זייערע ארטיקלען לפענ"ד,
און אויך, סיי וועלכע נאמען וועלכע ענטהאלט דעם ווארט "קאווע", און צייגט אן אז אונזער סייט איז דער מקור דערפון, וועט גורם זיין מער התנגדות אנטקעגן דעם בלעטל.


די שאלה איז, וואס האלט רוב עולם?

1. זאל די נאמען האבן א רמז צו קאווע שטיבל.

2. זאל דווקא נישט האבן א רמז צו אפשטילן התנגדות אנטקעגן דעם בלעטל.

3. נישט קיין חילוק. (מקען אייביג צושרייבן: יצא לאור...)


עצה טובה מען זאל צולייגן אז די קאפי רעכטן זענען געבינדען צו CREATVE COMMONS
ממעג פארשפרייטן קאפירן נישט פאר ביזנעס ביז ווי לאנג מען זאגט פון ווי עס קומט...
http://creativecommons.org/

נשלח: דינסטאג אפריל 09, 2013 2:32 pm
דורך געפילטע פיש
לעמיל האט געשריבן:
חזקיהו המלך האט געשריבן:אפדעיטעד:
פין די ארכיוון ............ א אלטע גוטע ארטיקעל אויסגעגראבען פין קאווע שטיבעל אדער אייוועלט

דארף מען האבען רשות פון די אייוועלט חברה עס צו נוצען אדער מען קען זיך אראף לאזען ביי זיי און קעלער און אופטראגען מיט אפאר ארטיקלען?

וואס עפעס רשות פון אייוועלט? מ'דארף האבן רשות פונעם שרייבער וואס האט דארט געשריבן.
שמעקעדיג האט געשריבן:אייוועלט וועט שווער מסכים זיין צו זייערע ארטיקלען לפענ"ד,
און אויך, סיי וועלכע נאמען וועלכע ענטהאלט דעם ווארט "קאווע", און צייגט אן אז אונזער סייט איז דער מקור דערפון, וועט גורם זיין מער התנגדות אנטקעגן דעם בלעטל.

דו האסטוך שוין אמאל אנגעשטויסן אין התנגדות צו קאווע שטיבל? איך נישט.

נשלח: דינסטאג אפריל 09, 2013 2:43 pm
דורך נייגעריגער
גנדי האט געשריבן:די שאלה איז, וואס האלט רוב עולם?
1. זאל די נאמען האבן א רמז צו קאווע שטיבל.
2. זאל דווקא נישט האבן א רמז צו אפשטילן התנגדות אנטקעגן דעם בלעטל.
3. נישט קיין חילוק. (מקען אייביג צושרייבן: יצא לאור...)
עצה טובה מען זאל צולייגן אז די קאפי רעכטן זענען געבינדען צו CREATIVE COMMONS
ממעג פארשפרייטן קאפירן נישט פאר ביזנעס ביז ווי לאנג מען זאגט פון ווי עס קומט...
http://creativecommons.org/

איך האלט קלאר אז ס'זאל יא אויסדריקלעך פראמינענט זיין כמו א חלק פונעם שטובל, און אויב ס'איז דא א גוטע נאמען עפעס מיט "קאווע" זאל מען עס אוודאי נוצן!!!
נאר וואדזשע דען האב'ך שוין פריער געשריבן אז ס'זאל טראגן אביסל א שענערע אנשטעל ווי דא אויפן געוועב.
אויכעט דארף מען פארשטיין אז עס דארף בכלל נישט זיין ["חזקיהו" האט עס פריער שוין געזאגט...] אויף א סטאנדארט פון א ביהמ"ד גליון, אונז ווילן אביסל וועלטליכע סחורה געמישט מיט געזעלטשאפטליכע ענינים...

נשלח: דינסטאג אפריל 09, 2013 2:49 pm
דורך שמעקעדיג
געפילטע פיש האט געשריבן:
שמעקעדיג האט געשריבן:אייוועלט וועט שווער מסכים זיין צו זייערע ארטיקלען לפענ"ד,
און אויך, סיי וועלכע נאמען וועלכע ענטהאלט דעם ווארט "קאווע", און צייגט אן אז אונזער סייט איז דער מקור דערפון, וועט גורם זיין מער התנגדות אנטקעגן דעם בלעטל.

דו האסטוך שוין אמאל אנגעשטויסן אין התנגדות צו קאווע שטיבל? איך נישט.



מאדנע. האסט קיינמאל נישט געלייענט דעם אשכול?

viewtopic.php?f=4&t=2091

נשלח: דינסטאג אפריל 09, 2013 2:50 pm
דורך לעמיל
אדער די אשכול
viewtopic.php?p=70707#p70707