בלאט 6 פון 22
נשלח: זונטאג יוני 09, 2013 12:35 am
דורך שעפטל
דא קומט שוין אריין די גאנצע שיטה מיטן ויואל משה צוזאמען.
צוריק צום פראטעסט...
נשלח: זונטאג יוני 09, 2013 12:53 am
דורך newkave
באבוב גייט?
נשלח: זונטאג יוני 09, 2013 1:16 am
דורך שעפטל
אן אריינצוגיין אין קיין פאליטיק.... די רבי (טייטש אויס וועלכע דו ווילסט) האט נישט אינטערגעשריבן.
הרב יושע רובין (אב"ד פאר איינס -חתן האדמו"ר זצ"ל פארן צווייטן) האט יא פרייטאג שפעט נאכמיטאג
נשלח: זונטאג יוני 09, 2013 1:17 am
דורך שעפטל
נשלח: זונטאג יוני 09, 2013 1:23 am
דורך ר' שמחה
פאפא ?
נשלח: זונטאג יוני 09, 2013 1:28 am
דורך שעפטל
אינטערוויו מיט ר' שמואל ווידער (דער בלאט) און ר' יעקב שפירא (התאחדות ספאוקסמען) איבער די פראטעסט אויף זאב ברענער שאו
570am אדער 212-419-4240 און דריקט 1
נשלח: זונטאג יוני 09, 2013 1:41 am
דורך ר' שמחה
שעפטל האט געשריבן:ר' יעקב שפירא (התאחדות ספאוקסמען)
מאי האי ?
נשלח: זונטאג יוני 09, 2013 1:46 am
דורך שעפטל
ר' יעקב שפירא איז א נעפיו פון די אלטע סאטמארע רביצין אלטא פיגא ע"ה
viewtopic.php?p=47287#p47287
נשלח: זונטאג יוני 09, 2013 2:11 am
דורך ר' שמחה
איז דאס ר' יעקב אהרן חתן ר' ירוחם גארעליק ?
נשלח: זונטאג יוני 09, 2013 2:32 am
דורך גאלד
יא
נשלח: זונטאג יוני 09, 2013 3:05 am
דורך לאליפאפ
אין באבוב 45 האט דער ראה״ק ר׳ צבי ארי׳ ריינהאלד אויסגערופן פאר קריאת התורה, אז בפקודת הקודש זאל זיך יעדער משתתף זיין ביים עצרת אין מאנהעטען!
נשלח: זונטאג יוני 09, 2013 3:46 am
דורך שעפטל

- IMG-20130609-WA021.jpg (31.24 KiB) געזען געווארן 4713 מאל
נשלח: זונטאג יוני 09, 2013 3:47 am
דורך זר זהב
למעשה העריך אז לעיקוואד גייט נישט. אמת ?
נשלח: זונטאג יוני 09, 2013 3:52 am
דורך שעפטל
פון לעיקוואד וועלן קומען אסאך מענטשן, אבער די מאוומענט איז נישט קומען. די ישיבה אפיציעל קומט נישט זינט זיי זענען מער פון שטיינמאן'ס מענטשן.
איך פלאן מארגן צו גיין מיט א קראך היטל... א נעקטיי ווייסעך נישט, ס'איז מיר שווער צו בינדן..
נשלח: זונטאג יוני 09, 2013 4:04 am
דורך שמעקעדיג
שעפטל האט געשריבן:איך פלאן מארגן צו גיין מיט א קראך היטל...
נשלח: זונטאג יוני 09, 2013 4:09 am
דורך לעיקוואד
זר זהב האט געשריבן:למעשה העריך אז לעיקוואד גייט נישט. אמת ?
אמת, איך גיי נישט, ווייל מיין ברודער גייט.
נשלח: זונטאג יוני 09, 2013 4:12 am
דורך זר זהב
אוי! פארגעסן צוצישרייבן ״נישט די ניק״...
נשלח: זונטאג יוני 09, 2013 10:34 am
דורך שעפטל
אויפן ברענער שאו האט א לעיקוואדע בחור אריינגערופן (עכ"פ אזוי געזאגט..) אז ער מיט הונטערטע פון זיינע חבירים גייען קומען פשוט אלס ואהבת לרעך כמוך... ער וואלט אויך נישט געוואלט אז מ'זאל אים אריינשלעפן אין מיליטער...
נשלח: זונטאג יוני 09, 2013 10:35 am
דורך שעפטל
לעיקוואד האט געשריבן:זר זהב האט געשריבן:למעשה העריך אז לעיקוואד גייט נישט. אמת ?
אמת, איך גיי נישט, ווייל מיין ברודער גייט.
דא גייט מען אפילו מיט די ברודערס...
נשלח: זונטאג יוני 09, 2013 10:45 am
דורך טעפל
איז דאס ריכטיג?
נשלח: זונטאג יוני 09, 2013 10:54 am
דורך קאווע טרינקער
כל ימי הייתי מצטער, מתי יבוא לידי ואקיימנה.
מ'האט מיך אויסגעלערנט אז מ'טאר נישט זיין קלוגער פון רבנים, מ'דארף פאלגען אפילו מ'פארשטייט נישט.
ביז יעצט דענק איך נישט א רוף פון רבנים אויף א זאך וואס איך פארשטיי נישט. נישט אז אלעמאל איז מיין דעת תורה ענדליך צו זייער דעת תורה, אבער יש מקום, איך קען הערן וואס זיי ווילן פון מיר.
אבער היום הזה, דעם היינטיגען עצרת איז ממש beyond מיין השגה. כ'האב נישט געטראפן א פה מפיק זאל מיר מסביר זיין פארוואס חרדים דארפען נישט גיין אין מיליטער, וויאזוי קען מען זיין גלייכגילטיג און צוקוקען ווי מזרחי'ניקס שטעלן זיך איין זייער לעבען צו שוצען זייערע ברודער און שוועסטער, אזויווי די תורה פארלאנגט אז אין סומכין על הנס וכו'.
איך קען הערן אז דער רוח אינערהאלב די מיליטער איז נישט געאייניגט פאר שומרי תורה ומצוות, נו, אויף דעם איז דא אן עצה, ווי מער פרומע חיילים ס'וועלן זיין, אלץ מער וועט מען זיך רעכענען מיט זיי. אבער צו פראטעסטירן על לא דבר?! לא מבין.
ע"כ, יעצט איז די פאסיגע געלעגנהייט אוועק צו קוקען פונעם אייגענעם פארשטאנד, און זיך גענצליך איבערגעבן בידי אחרים, ככל אשר יורוך.
נשלח: זונטאג יוני 09, 2013 11:14 am
דורך שעפטל
א בריוו אין ארץ ישראל (מערקט אז הג"ר חיים האט יא געהייסן גיין)

- 779687985.gif (132.21 KiB) געזען געווארן 4534 מאל
נשלח: זונטאג יוני 09, 2013 11:16 am
דורך שעפטל
יתר החתימות יפרסמו אי"ה...

- IMG-20130609-WA042.jpg (94.4 KiB) געזען געווארן 4530 מאל