בלאט 6 פון 8
נשלח: דינסטאג מערץ 25, 2014 5:05 pm
דורך פישלע העררינג
שעפסעלע האט געשריבן:די מעשה מיטן מיידל וואס האט מחלל שבת איז ווארשיינליך נישט אמת, ווייל די קול מבשר האטליין האט נישט קיין צוטריט צו קיין טעלעפאון נומערן וואס רופן אריין.
פון ווי ווייסטו דאס מיט אזא זיכערקייט?
פתח בווארשיינלעך וסיים בודאי.
נשלח: דינסטאג מערץ 25, 2014 5:29 pm
דורך מאראנצןזאפט
פישלע, זלמן האט מיר פערזענליך געזאגט אז די מעשה איז לא דובים ולא יער, ער האט נישט קיין שום צוטריט צו ווער ס'רופט אריין ער זעט נישט קיין נומערן און געוויס גיט ער זיך נישט אפ מיט זיין גאטס פארזאגער אויף דער וועלט. די נארישע קאנספיראטארישע שמועס זאל זיך ביטע ענדיגן.
נשלח: דינסטאג מערץ 25, 2014 5:33 pm
דורך פישלע העררינג
מאראנצןזאפט האט געשריבן:פישלע, זלמן האט מיר פערזענליך געזאגט אז ... די נארישע קאנספיראטארישע שמועס זאל זיך ביטע ענדיגן.
אקעי. איך טוה וואס מען הייסט. #פאלגזאם. #געהארכזאם. #גלותאיד.
נשלח: דינסטאג מערץ 25, 2014 5:37 pm
דורך ראש הישיבה
איך קען נישט ענטפערן אויף די פאקט וויאזוי קול מבשר האט געוואיסט די נאמבער. אבער דאס איז ביי מיר קלאהר אז די מעשה איז אמת. איך בין נאנט צו משפחה פון די מיידל. אזוי אויך בין איך נאנט צו די משפחה פון איר מאן. איבערדעם בין איך געוועהן אינוואלווד אין זייער שידוך. איך האב געוויסט אלע אינפארמאציע ערשט האנטיג.
בנוגע צו זלמן האט געהאט רעכט אדער צו האט ער געטוהן ריכטיג מיטן פארציילן פאר אירע עלטערן וואלט יא געדארפט אביסל איבער געשמיעסט ווערן. אונז דארפן פארשטיין אז א קינד ליגט אויף די עלטערן אחריות זיי מדריך צו זיין כפי יכולתם על דרך התורה. אויב די עלטערן זענען אביוסיוו בודאי איז א שאלה אויב מען מעג זיי זאגן. אבער אויב זיי זענען קלוגע עלטערן (אזויווי עס האט זיך דא ארויס געשטעלט) איז א מצוה זיי מודיע צו זיין אז עס קען זיין אז איינער פון זיינע בני בית זענען ליידער מחלל שבת, כדי אז ער זאל וויסן נאך צוגיין דער ענין און מטפל זיין כפי דעתו לתקן דעפ פראבלעם.
נשלח: דינסטאג מערץ 25, 2014 7:32 pm
דורך אי איתמר
די מעשה קען זיין אמת,
אבער עס מוז נישט זיין מיט קול מבשר וכ'ו
די פרטים זענען אביסעל ארויס פון קאנרטראל..,
נשלח: דינסטאג אפריל 01, 2014 1:44 pm
דורך גאנצל
ס'איז זיכער אמת ווייל די מעשה קומט פון קול מבשר....
נשלח: דאנערשטאג אפריל 03, 2014 1:38 pm
דורך גאנצל
פאר פסח ברענגט קול מבשר אריין די פסח לופט די חוה"מ לופט מיט די עדוועטייזמענטס
נשלח: דאנערשטאג אפריל 03, 2014 2:09 pm
דורך פלעין יודיש
איך וויל גיין אויף די rides
איך וויל גיין אויפן train
איך וויל גיין צו בראנקס זו
איך וויל גיין צו די תורה מוזיום
(אלע ציזאמען) אה!!!!!! תורה מוזיום
פאר מער דריקט זעקס
נשלח: זונטאג אפריל 06, 2014 9:07 pm
דורך בעל הבית
פרייליכע נייעס: הרה"ח ר' בנציון שענקער שליט"א אויף 'קול מבשר' - נומער 995.
א הערליכער שמועס, און צום סוף פרעגט אים דער אינטערוויאויער אביסל איבער זיין פריוואטער לעבן. וואו ער פראוועט די סדרים, און וואס מען קען בעטן פאר אפיקומן...
נשלח: דינסטאג אפריל 08, 2014 12:56 pm
דורך חכם עתיק
בעל הבית האט געשריבן:פרייליכע נייעס: הרה"ח ר' בנציון שענקער שליט"א אויף 'קול מבשר' - נומער 995.
א הערליכער שמועס, און צום סוף פרעגט אים דער אינטערוויאויער אביסל איבער זיין פריוואטער לעבן. וואו ער פראוועט די סדרים, און וואס מען קען בעטן פאר אפיקומן...
פיינעלי א נארמאל אינטערוויוער. מה שמו?
נשלח: דינסטאג אפריל 08, 2014 3:04 pm
דורך בעל הבית
וועלוועל שמעלצער פון שיכון סקווריא
נשלח: דאנערשטאג אפריל 17, 2014 11:25 am
דורך מצטמק ויפה
[tag]מאראנצןזאפט[/tag] האסט באקומען א טעג אויף קול מבשר. ביים טויזענט'סטען אינטערוויא דערמאנט יצחק שלמה דרעזדנער, איבער א ארטיקעל וואס איז לעצטענס ארום געפארן וועגן וואס עס טוט זיך אפ אינטער די קוליסן פון קול מבשר.
נשלח: דאנערשטאג אפריל 17, 2014 2:07 pm
דורך משה געציל
Wow!
איך בין נתפעל פון דעם דרעזנער'ן! ער רעדט זייער צום זאך, ער שטעלט אראפ זייער קלאר זיין מהלך ביים אינטערוויאן, ער דערמאנט דעם ארטיקל פון קול מבשר וואס איז 'ארומגעפארן'... אינטערעסאנט איך האב עס פון קיינעם נישט באקומען...
בכלל איז דער פריאקט זייער גוט און געלונגען...
ער זאגט אז ער פראבירט נישט צו ניצן קיין מליצות ווייל דער עולם הערט עס אינעם פלאץ ווי דער קעניג גייט אליינטס...
דער שמעלצער קען אויך איינעם אריינקריכן אין די קושקעס... ער וויל וויסן צו דרעזנער באקומט באצאלט אויף אינטערוויאס וואס ווערט למעשה נישט פאבלעצירט... דער דרעזנער ענטפערט גוט צוריק... שמעלצער לאזט נישט נאך...
ער טענה'ט אז דער ערשטער אינטערוויא מיט מתתי' קאהן האט ער נאר פארשריבן און וועלוועל פעלדמאן איז געווען דער פאקטישער אינטערוויאער...
לאמיר ממשיך זיין הערן #2
המשך יבא
נשלח: דאנערשטאג אפריל 17, 2014 2:17 pm
דורך לעמיל
[tag]משה געציל[/tag]
די עולם
זיכט דיך מיט לעכט
Re: מבשר בחסד עליון!
נשלח: דאנערשטאג אפריל 17, 2014 8:40 pm
דורך ל.רוזן
דער דעזנער סטאקס איז ארויף ער מען זעהט ווי קליג ער גייט צו צו אן אינטערוויא און ווי שטארק ער וואטש נישט אויסצוניצען א טראגעדיא אדג. אין נישט צו שטארק אריין גיין אין פריוואטע זאכען. אויך ברעגט ער ארויס אז ס'איז נישט קיין דברים בטלים אסאך יודן ווערן אינפארמירט פון וואן וואן אויך זאגט ער אז ער אינטעוויוט נישט חל המועד
Sent from my SGH-T599N Using ForumTouch for Android
נשלח: פרייטאג אפריל 18, 2014 12:39 pm
דורך עפל סיידער
ערשט יעצט באמערקט אז דער שטורעם פון טייוועלט איבער די "טויזענסטער אינטערויו" האט זיך אריבער געכאפט דא אויכעט,
#היסטאריש
נשלח: פרייטאג אפריל 18, 2014 2:05 pm
דורך [NAMELESS]
דרעזנער מאכט א גוטע זשאב אין זיין 1000סטע אינטערוויא. ער רעדט זייער שיין און צו די זאך. און אויך דערמאנט ער מאראנצןזאפט'ס ארטיקעל לשבח
נשלח: מיטוואך אפריל 23, 2014 6:07 pm
דורך חכם עתיק
ראשעקאל האט געשריבן:דרעזנער מאכט א גוטע זשאב אין זיין 1000סטע אינטערוויא. ער רעדט זייער שיין און צו די זאך. און אויך דערמאנט ער מאראנצןזאפט'ס ארטיקעל לשבח
ער קומט אסאך בעסער אריין אויף די זייט טרייבל.
געפעלט מיר ווי ער זאגט ער שפירט ווי דער בן מלך וואס מען האט איהם געשיקט כאפן פיילן ער זאל שפרין ווי אזוי דאס פילט....
אוך זאגט ער מען האט אראפגענומען פסוקים און מליצות ווייל די עולם הערט עס ווי די מלך גייט אליין.. וואט עי קאמפלימענט.
נשלח: דאנערשטאג אפריל 24, 2014 9:04 am
דורך פלעין יודיש
א שאד ס'איז נישטא קיין לייק קנעפל אויף קול מבשר
יצחק שלמה באקימט פאר דעם אינטערוויו א האנט פיל מיט לייקס
אדער זאל ער כאטש אויסזאגן וואס זיין ניק איז דא אין קאווע שטיבל אזוי ווי ער האט ארויסגעגעבן ביים אינטערוויו זיינע צייטונג ניק נעמען ווי חיים כהן אברהם אהרן חיימאוויטש אא''וו, וועלן מיר אים כאטש קענען געבן א לייק דא אין שטיבעל.
ער רעד דארט אלעס, באהאלט גארנישט פון אינטער די קוליסן, און לייגט דאס אראפ אזוי טאלאנטפול און געשמאק ציהערן
אצינד האב איך שוין אויף אים גאנץ א אנדערן בליק, (כאטש איך האב אלעמאל ליב געהאט זיין וועג אין אינטערוויוען), ער האט געווינען ביי מיר מער ריספעקט.
כה לחי
נשלח: מאנטאג יוני 02, 2014 2:15 pm
דורך פלעין יודיש
זלמן ווידער וואס גייט פאר מיט דיר
די ערשטע מאל וואס איך הער אזא טעות פון דיר מימות קול מבשר
ביים לעצטע נייעס אין בולעטין אפטיילונג מיטוואך בהעלותך איינס פיפצען נאכמיטאג
פארעכט עס שנעל מ'וועט דיר נאך באלד באשילדיגען פאר א מחלל יו''ט בהפרסיא.....
נשלח: מאנטאג יוני 02, 2014 2:37 pm
דורך כוכב
קומט מיר נישט אויס אזויפיל צו הערן קולמבאשער, לעצטנס האב איך געהערט אן אינטערוויו מיט שלמה גערטנער, זאגט דארט דער אינטערוויוער ער האט ארויסגעגעבן א סידי מיטן נאמען שטעל דיך פאר... מינענדיג זיין סידי imagine.
נשלח: דינסטאג יולי 08, 2014 7:56 am
דורך פלעין יודיש
נשלח: מיטוואך יולי 16, 2014 6:24 pm
דורך משבק
שוין לאנג נישט געהערט . אבער לעצטענס פארנדיג אין קאנטרי צווישן איין טרעפיק באריכט אינעם אנדערן . שטויס איך מיך אן אין א נייעם אפטיילונג . אינטערוויוס מיט סוקסעספול ביזנעסלייט . א געוואלדיגע איידיע . איך האב אויסגעהערט א שמועס דארט מיט איינעם ברייער פון . john2go .דוכט זיך געווען באשריבן אין איינע פון די מאגאזינען לעטלי. אלענפאלס דער אינטערוויוער מאכט א גוטן ארבעט . ער דארף נאר זען צו לאזן נאר דעם אינטרוויער אויף די אפטיילונג ואכ"מל