בלאט 52 פון 55
נשלח: מיטוואך מאי 17, 2023 10:11 pm
דורך berlbalaguleh
וואס מאכט מיר (באמת) אויפגערעגט איז די באבוב'ער מנהג צו סטאפן ביי קדיש ביי ""קודשא"... בריך הוא איז שוין נישט אינטרעסאנט...! א יעדער בעל תפילה וועלכער סטאפט ביי קדיש ביי קודשא. מאכט מיר (א יעדעס מאל) שפרינגען ביז צו דעם סיעלינג...!
נשלח: מיטוואך מאי 17, 2023 10:33 pm
דורך צקון לחש
berlbalaguleh האט געשריבן:מאכט מיר (א יעדעס מאל) שפרינגען ביז צו דעם סיעלינג...!
הה"ד ואמרין קדיש בשמי מרומא עילאה
נשלח: מיטוואך מאי 17, 2023 11:25 pm
דורך סקעפטיקער
נפה האט געשריבן:"פירוש" אבי עזרי על (תחת) האבן עזרא על התורה
און נאכמער ווער עס האט אפגעמאכט עס צו אריינדריקען אין די מקראות גדולות
צ"ל נגד האבן עזרא
https://www.machonso.org/uploads/images ... -67-78.pdf
נשלח: מאנטאג מאי 29, 2023 3:14 pm
דורך סאנטיאגא
די אומגעדולדיגע מענטשן מיט ארימע טיים מענעדזשמענט סקילס, וואס געבן דיר א הארד טיים פארן זינד פון ליידער רעדן א וואויס נאוט וואס לויפט איבער די אלטוועלטליכע אנגענומענע 30 סעקונדע'ס מארק, בעוה"ר. ווייל אין קאנטראסט א 34 סעקונדע'ס איז שוין געבטל'ט די צייט לכל הדעות...
איי דער זעלבער מענטש שיקט דיר צוריק צען 30 סעקונדעס האלט מען שוין ביי 3 איז ווי כאפט די ריזיגע מאטעמאטישע דיפערענץ? איי דער זעלבע מענטש האט צוואנציג יאר צוריק געקענט רעדן אויפן טעלעפאן א האלבן טאג? איי די זעלבע מענטש זיצט אין אנגעלייגטע טרעפיק טאג טעגליך? איי די זעלבע מענטש שטייט ערב שבת א צען צוואנציג מינוט אויף די ליין ביים רעדסשיסטער? איי ווען די מענטש באמערקט א חבר אויף די ראוד און ס'איז ליידיג נעמט ער די פאר מינוט און לאזט זיך אריין אין א נישט וויכטיגע שמועס ווען זיין פיס דריקט מיט א געלאסנקייט אויפן ברעיק, איי די מענטש בינדזשט שטיסל און פאודע יעדע נאכט? אדער שפילט ווידיא געימס? איי די זעלבע מענטש סקראולט ערליך דורך סטאטוס מיט אינסטע און טיק טאק ריעלס? אבער אך און וויי אז ער דארף דורכזיצן עטליכע וואויסנאוטן פון א מינוט און אהאלב אויף 2x די האלבע שעה קען ער פאר קיין געלט נישט פארברענגען...
ער שפארט פשוט צייט... צייט? וועם פאפסטו דו שקרן? ווען דו זוכסט ווען מער צייט טראכט איך דו וואלסט שוין לאנג נישט געווען אויף סאציאלע מידיא, צייט האסטו לרוב, געדולד קענסטו נוצן, זאג דו לייגסט נישט קאמיוניקאציע און טשעטס אלס א פריאריטעיט. זאג מיר נישט האסט נישט קיין "צייט" דו אפגעריסענער coward איינער
בכלל די מדת סדום איז וואס קרענקט מיך נאך די מערסטע, דעס איינטיילן פאר אנדערע ווילאנג און ווי קורץ יענער האט א רעכט זיך אויסצודריקן, פוי! יעדער דארף עפעס קענען זיך מסביר זיין אין די זעלבע סכום פון ווערטער, וואס נעמט די זעלבע סכום פון סעקונדע'ס, נאר ווייל דיינע פארשאלטענע געזעצן האבן אזוי דיסיידעט?
אדער ביזטו סתם א פוילער, וואס די "לאנגע מעסעדזש" קוקט אויס ווי א בארג אזוי ווי א לאנגע ארטיקל וואס א מענטש טראכט יו, איך גיי דעס קיינמאל נישט מסיים זיין.. צייט איז נישט די אישאו, דו האלסט נאר נישט דערביי
Re: זאכן וועלכע רעגן מיר אויף!
נשלח: מאנטאג מאי 29, 2023 10:50 pm
דורך צוזאמגעדרייט
איך בייזער מיך אויף די מענטשן וואס קוקן נישט קיין מעסעדזשעס גלייך, זיי מיינען עס מאכט זיי אויסקוקן וויכטיג. (פארשטייט זיך זיי קוקן עכט יא - אויף די "נאוטעפעקעישאָנס")
ביי מיר איז א מעסעדזש גארנישט אנדערש ווי ווען איינער רופט מיין נאמען אין בית מדרש. אפילו א שיפע לינק-פאַרטיגע פערזאן וואלט זיך אויסגעדרייט. ווען מען גייט שלאפן שלאפט מען, אבער אז מען איז אויף און מען קען ריספּאַנדן פארוואס דען נישט?
ביסט נישט וויכטיג און נישט ביזי און קוים אינטערעסאנט צו רעדן מיט. בסך הכול וויל איך דיר פרעגן א קליינעקייט און צימאל דיר העלפן מיט א קלייניקייט. קריך אראפ פון בוים און אז איינער שיקט דיר א מעסעדזש עפען אויף ווי א נארמאלע מענטש. איך גיי נישט מיינען אז דו פליפּסט ווייניגער הייזער ווייל דו האסט געעפנט א מעסעדזש.
ווי עלטער איך ווער אלס מער באמערק איך ווי קאמפליצירט דאס מענטשליכע מין איז.
Re: זאכן וועלכע רעגן מיר אויף!
נשלח: מאנטאג מאי 29, 2023 10:58 pm
דורך צוזאמגעדרייט
@סאנטיאגא גוט געזאגט, איין קלייניגקייט נאר.
ווען עס אנטוויקלט זיך א שמעוס אויף א גרופע און יעדער שיקט וואוס-נאוטס, ווערט מען געשטערט פון די וועלכע לאזן לאנגע מעסעדזשעס. עס איז נישט מעגליך צו מיטהאלטן מיט א שמעוס אזוי.
געווענליך די וואס לאזן די לאנגע מעסעדזשעס אין א שמעוס, זענען די וועלכע זאגן גארנישט, זיי האבן נישט קיין שכל צו זיך האלטן צום פוינט, און האבן זיכער נישט קיין שכל צו זאגן עפעס קלוג.
שמעוס איך טאקע נישט אויף (מיינע נאוטעפעקאַציע אויסגעלאָשענע) גרופעס.
אגב פון די געציילטע גרופעס וואס איך האלט יא מיט איז מיינע ק"ש וואטצעפפ חברים.
נשלח: דינסטאג מאי 30, 2023 1:32 am
דורך שמעקעדיג
סאנטיאגא האט געשריבן:
ער שפארט פשוט צייט... צייט? וועם פאפסטו דו שקרן? ווען דו זוכסט ווען מער צייט טראכט איך דו וואלסט שוין לאנג נישט געווען אויף סאציאלע מידיא, צייט האסטו לרוב, געדולד קענסטו נוצן, זאג דו לייגסט נישט קאמיוניקאציע און טשעטס אלס א פריאריטעיט. זאג מיר נישט האסט נישט קיין "צייט" דו אפגעריסענער coward איינער
בכלל די מדת סדום איז וואס קרענקט מיך נאך די מערסטע, דעס איינטיילן פאר אנדערע ווילאנג און ווי קורץ יענער האט א רעכט זיך אויסצודריקן, פוי! יעדער דארף עפעס קענען זיך מסביר זיין אין די זעלבע סכום פון ווערטער, וואס נעמט די זעלבע סכום פון סעקונדע'ס, נאר ווייל דיינע פארשאלטענע געזעצן האבן אזוי דיסיידעט?
אדער ביזטו סתם א פוילער, וואס די "לאנגע מעסעדזש" קוקט אויס ווי א בארג אזוי ווי א לאנגע ארטיקל וואס א מענטש טראכט יו, איך גיי דעס קיינמאל נישט מסיים זיין.. צייט איז נישט די אישאו, דו האלסט נאר נישט דערביי
Wow...!! באלאנגט טאקע אין דעם אשכול, איך זעה עס רעגט דיך טאקע אויף... האסט א פוינט, אבער טשיל, חבר טייערע! פליז טעיק לייף איזי....
נשלח: דינסטאג מאי 30, 2023 1:39 am
דורך [NAMELESS]
צוזאמגעדרייט האט געשריבן:איך בייזער מיך אויף די מענטשן וואס קוקן נישט קיין מעסעדזשעס גלייך, זיי מיינען עס מאכט זיי אויסקוקן וויכטיג. (פארשטייט זיך זיי קוקן עכט יא - אויף די "נאוטעפעקעישאָנס")
ביי מיר איז א מעסעדזש גארנישט אנדערש ווי ווען איינער רופט מיין נאמען אין בית מדרש. אפילו א שיפע לינק-פאַרטיגע פערזאן וואלט זיך אויסגעדרייט. ווען מען גייט שלאפן שלאפט מען, אבער אז מען איז אויף און מען קען ריספּאַנדן פארוואס דען נישט?
ביסט נישט וויכטיג און נישט ביזי און קוים אינטערעסאנט צו רעדן מיט. בסך הכול וויל איך דיר פרעגן א קליינעקייט און צימאל דיר העלפן מיט א קלייניקייט. קריך אראפ פון בוים און אז איינער שיקט דיר א מעסעדזש עפען אויף ווי א נארמאלע מענטש. איך גיי נישט מיינען אז דו פליפּסט ווייניגער הייזער ווייל דו האסט געעפנט א מעסעדזש.
ווי עלטער איך ווער אלס מער באמערק איך ווי קאמפליצירט דאס מענטשליכע מין איז.
הייסט ער מוז שטיין צום באפעל א גאנצן טאג. וואס וואלסטו געטון ווען 5 מענטשן רופן ביים נאמען אין ביתמדרש? און אזוי יעדער 10 מינוט.
Re: זאכן וועלכע רעגן מיר אויף!
נשלח: דינסטאג מאי 30, 2023 1:42 am
דורך צוזאמגעדרייט
ווי ווייט איך זעי, ביזנעס לייט ריספּאַנדן און עפענען מעסעדזשעס גאנץ שנעל.
מודעה בקריית ספר...
נשלח: דינסטאג מאי 30, 2023 5:09 pm
דורך בר גיורא
בס"ד
לדיירי הבנין שלום
נדהמנו לגלות שהשכן החדש (לא ננקוט בשם) אינו תואם את צביון הבנין והקהילה
חורה לנו מאוד שילדינו הטהורים רואים אותו יוצא כל בוקר לעבודה בלבוש צבעוני עם חולצה בחוץ.
לאחר שיחה עם רב מכובד ומקובל בשכונה אנו מבקשים מכל מי שיכול לדבר עם האדון בדרכי נועם שיצא מהבית בבגדי בן תורה ובעבודה יחליף
בתודה מראש ובברכת שלא שינו שמם לשונם ולבושם
משפחת י'
למה אף אחד לא מוחה על העוולה של משפחת ש'.
נשלח: דינסטאג מאי 30, 2023 7:12 pm
דורך וואלווי
צוזאמגעדרייט האט געשריבן:ווי ווייט איך זעי, ביזנעס לייט ריספּאַנדן און עפענען מעסעדזשעס גאנץ שנעל.
דאס איז ווייל דיין קאנווערסעישאן מיט זיי איז ביזנעס. א מ'לאזט זיך ווארטן אויף ביזנעס, בלייבט מען אן ביזנעס. משפחה איז מעין זה. אבער casual conversation האט נישט קיין rules און שיעבודים.
אבער מענטשליכקייט פארלאנגט זיך אייביג, א יעדער אין זיין פלאץ.
נשלח: דינסטאג מאי 30, 2023 7:35 pm
דורך berlbalaguleh
ווען מ'זאלל שרייבן איבער זאכן וועלכע "וואלטן" מיך אויפגערעגט, האביך געניג און נאך וואס צו שרייבן. נאר עכט רעגט עס מיך (שוין) נישט. נאכדעים וואס איך בין געקומען צו די החלטה...!
נשלח: מיטוואך מאי 31, 2023 8:03 pm
דורך סאנטיאגא
צוזאמגעדרייט האט געשריבן:איך בייזער מיך אויף די מענטשן וואס קוקן נישט קיין מעסעדזשעס גלייך, זיי מיינען עס מאכט זיי אויסקוקן וויכטיג. (פארשטייט זיך זיי קוקן עכט יא - אויף די "נאוטעפעקעישאָנס")
ביי מיר איז א מעסעדזש גארנישט אנדערש ווי ווען איינער רופט מיין נאמען אין בית מדרש. אפילו א שיפע לינק-פאַרטיגע פערזאן וואלט זיך אויסגעדרייט. ווען מען גייט שלאפן שלאפט מען, אבער אז מען איז אויף און מען קען ריספּאַנדן פארוואס דען נישט?
מיר באדערט דאס נישט, ס'איז א זאך וואס מ'קען דיעלן מיט, איך שרייב דאך אז יענער זאל האבן געדולד, און אפשר האט ער נישט אויפן רגע די געדולד צו קאנצענטרירן? איך ווייס אז איך האב נישט אייביג די געדולד פאר יעדעם אורח און אמאל איז עס זיבן מענטשן אין איין שעה, וועט עס זיין סוף טאג, וועט עס זיין מארגן. כ'פארשטיי דו ענויענס, באט אז מ'ענטפערט איז גוט. אבער ממש אז מ'מוז ענטפערן אויף די סעקונדע? פון וואו ווייסטו וואס גייט יעצט פאר אין יענעמ'ס לעבן יענע מינוט? דו זאגסט אזוי "פארשטייט זיך זיי קוקן יא" זאגט ווער? ווייל דו קוקסט?
וועסט זעהן אז דו מעסידזשט עפעס א ביזנעס אקאונט אדער א עפעס א וועבסייט דורך מעסענדזשער קען אויך נעמען א טאג צוויי, אימעילס קוקן מענטשן כאטש איינמאל א טאג, אבער איך בין גראדע פארשלעפט ווייל נישט אלעס איז וויכטיג. ס'קען האבן צוטוהן מיט די עידזש געפ, דזשען זי איז מער אריינגעטוהן אין טעכנעלאגיע און די עלטערע וואס האבן שוין אביסל געלעבט אן דעם זענען נישט אייביג אזוי hooked on ווי מ'זאגט
וואס איך קען נישט אראפשלונגען איז ווען איינער הערט און ענטפערט נישט, דאס איז אוממענטשליך. כ'רעד נישט ווען ס'פאסירט אמאל א יובל, אבער עמטליך נישט ענטפערן גייט אויף די הינער אויג, ס'פילט ווי דו געבסט נישט קיין דו ווייסט וואס פאר יענעם, אבער ביזט פארט נייגעריג וואס ער וויל פון דיר... חיה פון וואלד דו!! לאזן יענעם הענגן?
נשלח: מיטוואך מאי 31, 2023 8:11 pm
דורך סאנטיאגא
צוזאמגעדרייט האט געשריבן:@סאנטיאגא גוט געזאגט, איין קלייניגקייט נאר.
געווענליך די וואס לאזן די לאנגע מעסעדזשעס אין א שמעוס, זענען די וועלכע זאגן גארנישט, זיי האבן נישט קיין שכל צו זיך האלטן צום פוינט, און האבן זיכער נישט קיין שכל צו זאגן עפעס קלוג.
ס'הייסט אז שכל האט מיט זיך קענען האלטן צום פוינט?
און אויב זענען דא מערערע פוינטס? טענות אויסצושמועסן? צדדים צו צונעמען? קאנצעפטן צוצוברעכן?
נשלח: מיטוואך מאי 31, 2023 8:12 pm
דורך סאנטיאגא
שמעקעדיג האט געשריבן:סאנטיאגא האט געשריבן:
ער שפארט פשוט צייט... צייט? וועם פאפסטו דו שקרן? ווען דו זוכסט ווען מער צייט טראכט איך דו וואלסט שוין לאנג נישט געווען אויף סאציאלע מידיא, צייט האסטו לרוב, געדולד קענסטו נוצן, זאג דו לייגסט נישט קאמיוניקאציע און טשעטס אלס א פריאריטעיט. זאג מיר נישט האסט נישט קיין "צייט" דו אפגעריסענער coward איינער
בכלל די מדת סדום איז וואס קרענקט מיך נאך די מערסטע, דעס איינטיילן פאר אנדערע ווילאנג און ווי קורץ יענער האט א רעכט זיך אויסצודריקן, פוי! יעדער דארף עפעס קענען זיך מסביר זיין אין די זעלבע סכום פון ווערטער, וואס נעמט די זעלבע סכום פון סעקונדע'ס, נאר ווייל דיינע פארשאלטענע געזעצן האבן אזוי דיסיידעט?
אדער ביזטו סתם א פוילער, וואס די "לאנגע מעסעדזש" קוקט אויס ווי א בארג אזוי ווי א לאנגע ארטיקל וואס א מענטש טראכט יו, איך גיי דעס קיינמאל נישט מסיים זיין.. צייט איז נישט די אישאו, דו האלסט נאר נישט דערביי
Wow...!! באלאנגט טאקע אין דעם אשכול, איך זעה עס רעגט דיך טאקע אויף... האסט א פוינט, אבער טשיל, חבר טייערע! פליז טעיק לייף איזי....
דאנקע שיין פאר די עדווייס
נשלח: דאנערשטאג יוני 01, 2023 2:08 am
דורך צוזאמגעדרייט
סאנטיאגא האט געשריבן:
ס'הייסט אז שכל האט מיט זיך קענען האלטן צום פוינט?
"טו סאם עקסטענד".
נשלח: דאנערשטאג יוני 01, 2023 11:44 am
דורך סאנטיאגא
גאט איט.
סא מאך א נייע טיילונג צווישן מענטשן וואס האלטן זיך צום פוינט און מענטשן וואס רעדן פאדקעסטס.
נשלח: דאנערשטאג יוני 01, 2023 12:11 pm
דורך דער גאלדענער אדלער
בר גיורא האט געשריבן:בס"ד
לדיירי הבנין שלום
נדהמנו לגלות שהשכן החדש (לא ננקוט בשם) אינו תואם את צביון הבנין והקהילה
חורה לנו מאוד שילדינו הטהורים רואים אותו יוצא כל בוקר לעבודה בלבוש צבעוני עם חולצה בחוץ.
לאחר שיחה עם רב מכובד ומקובל בשכונה אנו מבקשים מכל מי שיכול לדבר עם האדון בדרכי נועם שיצא מהבית בבגדי בן תורה ובעבודה יחליף
בתודה מראש ובברכת שלא שינו שמם לשונם ולבושם
משפחת י'
למה אף אחד לא מוחה על העוולה של משפחת ש'.
דאס דערמאנט פון איינע פון די ברד"ק קליפס ווי די פרוי האט געגעבן דעם מאן ארויס צו טראגן די מיסט אין מיטן די נאכט אבער אויך איינגעטיילט דעם מאן אז ער מוז זיך אנטוהן די שמונה בגדים און אפילו דעם נעקטיי מיט'ן פראק כדי אויב נאר א צל של ספק אויב איינער פון די שכנים וועלן עם ח"ו זעהן.
נשלח: דאנערשטאג יוני 01, 2023 9:02 pm
דורך הייליגע קאקאש קעיק
איך בין נעכטן געווען ביי א חתונה, און איך האב באשלאסן צו עפענען א קאמפיין פאר אלע חתונה זאלן וואס מאכן נישט גענוג געלט, זיי זאלן צושטעלן געפילטערטע וואסער, עס קאסט נישט אסאך צו אינסטאלירן א פילטער אין די קאך פון די זאל, ווער עס וויל זיך משתתף זיין זאל קומען אין אישי (נישט ערנסט)
נשלח: דאנערשטאג יוני 01, 2023 11:27 pm
דורך הער פיטער
.
Re: זאכן וועלכע רעגן מיר אויף!
נשלח: דאנערשטאג יוני 08, 2023 10:14 am
דורך טמיר
די אגרעסיווע נאכלויף פאר פידבעק. האלט איך אין באקריגען אימעיל "רימיינדערס" אז איך בין נאך שולדיג פידבעק.
געוויסע אפילו שיקן א ריקוועסט גאר
נשלח: דאנערשטאג יוני 08, 2023 12:04 pm
דורך Moshe itche
הייליגע קאקאש קעיק האט געשריבן:איך בין נעכטן געווען ביי א חתונה, און איך האב באשלאסן צו עפענען א קאמפיין פאר אלע חתונה זאלן וואס מאכן נישט גענוג געלט, זיי זאלן צושטעלן געפילטערטע וואסער, עס קאסט נישט אסאך צו אינסטאלירן א פילטער אין די קאך פון די זאל, ווער עס וויל זיך משתתף זיין זאל קומען אין אישי (נישט ערנסט)
דו רעדסט פון די סינקס?
נשלח: דאנערשטאג יוני 08, 2023 1:41 pm
דורך הייליגע קאקאש קעיק
Moshe itche האט געשריבן:הייליגע קאקאש קעיק האט געשריבן:איך בין נעכטן געווען ביי א חתונה, און איך האב באשלאסן צו עפענען א קאמפיין פאר אלע חתונה זאלן וואס מאכן נישט גענוג געלט, זיי זאלן צושטעלן געפילטערטע וואסער, עס קאסט נישט אסאך צו אינסטאלירן א פילטער אין די קאך פון די זאל, ווער עס וויל זיך משתתף זיין זאל קומען אין אישי (נישט ערנסט)
דו רעדסט פון די סינקס?
ניין, איך רעד פון וואסער וואס ליגט אויף די טישן אין די גלאזערנע קאנטשאס