בלאט 53 פון 55
Re: זאכן וועלכע רעגן מיר אויף!
נשלח: דאנערשטאג יוני 08, 2023 2:07 pm
דורך דער גאלדענער אדלער
הייליגע קאקאש קעיק האט געשריבן:Moshe itche האט געשריבן:הייליגע קאקאש קעיק האט געשריבן:איך בין נעכטן געווען ביי א חתונה, און איך האב באשלאסן צו עפענען א קאמפיין פאר אלע חתונה זאלן וואס מאכן נישט גענוג געלט, זיי זאלן צושטעלן געפילטערטע וואסער, עס קאסט נישט אסאך צו אינסטאלירן א פילטער אין די קאך פון די זאל, ווער עס וויל זיך משתתף זיין זאל קומען אין אישי (נישט ערנסט)
דו רעדסט פון די סינקס?
ניין, איך רעד פון וואסער וואס ליגט אויף די טישן אין די גלאזערנע קאנטשאס
די וואסער אין די זאלן טעיסטן עקלדיג. כ'פארשטיי נישט פארוואס, מיין סינק וואסער טעיסט שוין בעסער. פון וואנעט נעמען זיי דאס??
Sent from my SM-S911U using Tapatalk
נשלח: פרייטאג יוני 09, 2023 4:23 pm
דורך סאנטיאגא
הייליגע קאקאש קעיק האט געשריבן:איך בין נעכטן געווען ביי א חתונה, און איך האב באשלאסן צו עפענען א קאמפיין פאר אלע חתונה זאלן וואס מאכן נישט גענוג געלט, זיי זאלן צושטעלן געפילטערטע וואסער, עס קאסט נישט אסאך צו אינסטאלירן א פילטער אין די קאך פון די זאל, ווער עס וויל זיך משתתף זיין זאל קומען אין אישי (נישט ערנסט)
און בוסטערס פאר סערוויס. ווייל ווי נישט ווי וואוינט מען דאך אין דעם זאל פאר 8 אדער 9 שעה.. און איינער קען אין חלש'ן אדער האבן א הארץ אטאקע סיי ווען, און יעדע מינוט מאכט אויס...
נשלח: פרייטאג יוני 09, 2023 4:26 pm
דורך סאנטיאגא
דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:הייליגע קאקאש קעיק האט געשריבן:Moshe itche האט געשריבן:הייליגע קאקאש קעיק האט געשריבן:איך בין נעכטן געווען ביי א חתונה, און איך האב באשלאסן צו עפענען א קאמפיין פאר אלע חתונה זאלן וואס מאכן נישט גענוג געלט, זיי זאלן צושטעלן געפילטערטע וואסער, עס קאסט נישט אסאך צו אינסטאלירן א פילטער אין די קאך פון די זאל, ווער עס וויל זיך משתתף זיין זאל קומען אין אישי (נישט ערנסט)
דו רעדסט פון די סינקס?
ניין, איך רעד פון וואסער וואס ליגט אויף די טישן אין די גלאזערנע קאנטשאס
די וואסער אין די זאלן טעיסטן עקלדיג. כ'פארשטיי נישט פארוואס, מיין סינק וואסער טעיסט שוין בעסער. פון וואנעט נעמען זיי דאס??
Sent from my SM-S911U using Tapatalk
עגריד. מסתם ווייל ס'קומט פון די מינע קאמערשל קיטשן סינקס ווי מ'וואשט די אלע געשיר און סאה'ן פון זייף שלענגלען זיך דורך אין דעם זעלבן וואנע, איי ס'איז פון די זעלבע פייפ ווי אנדערע סינקס? תיקו, אבער פסיכילאגיש די וויזיע פון דעם פארהארגעט די אפעטיט...
נשלח: דינסטאג יוני 20, 2023 3:05 pm
דורך שאלתיאל
ווען דער אמעריקאנער אמבאסאדאר צו א"י טאם ניידס גלייכט צו 4 אומגעקומענע ישראלים הי"ד אין א טעראר אטאקע צו די עלימנירטע טעראריסטן. בהמה.
נשלח: דינסטאג יוני 20, 2023 3:08 pm
דורך שמן למאור
שאלתיאל האט געשריבן:ווען דער אמעריקאנער אמבאסאדאר צו א"י טאם ניידס גלייכט צו 4 אומגעקומענע ישראלים הי"ד אין א טעראר אטאקע צו די עלימנירטע טעראריסטן. בהמה.
Screenshot 2023-06-20 220356.png
וואו זעסטע אז ער רעדט בכלל וועגן די טעראריסטן? ער קלאגט נאך די צעווילע בירגער דהיינו די ישראלים און ער רעדט בכלל נישט וועגן די טעראריסטן.
נשלח: דינסטאג יוני 20, 2023 3:13 pm
דורך שאלתיאל
כ'וועל דיך לאזן אליין מוטשען. ניידס, למשל, האט שוין געכאפט און געטוויט דאס פאלגענדע:
נשלח: דינסטאג יוני 20, 2023 3:16 pm
דורך shadchan
שאלתיאל האט געשריבן:כ'וועל דיך לאזן אליין מוטשען. ניידס, למשל, האט שוין געכאפט און געטוויט דאס פאלגענדע:
Screenshot 2023-06-20 221209.png
זעסט דא נאכאמאל ווי וויכטיג איז צו האבן א פריינד און וואשינגטאן
נשלח: דינסטאג יוני 20, 2023 6:33 pm
דורך שמן למאור
שאלתיאל האט געשריבן:כ'וועל דיך לאזן אליין מוטשען. ניידס, למשל, האט שוין געכאפט און געטוויט דאס פאלגענדע:
Screenshot 2023-06-20 221209.png
זיין עוולה איז געווען אז אין זיין ערשטע טוויט האט ער בלויז געטרויערט אויף די 'טויט' וואס האט 'פאסירט'... נישט דערמאנענדיג אז זיי זענען ערמארדערט געווארן.
איך זע אבער נישט אז ער האט באוויינט די טעראריסטן.
נשלח: דינסטאג יוני 20, 2023 6:38 pm
דורך אלע צוזאמען
שמן למאור האט געשריבן:
איך זע אבער נישט אז ער האט באוויינט די טעראריסטן.
ווען מ'וויל נישט זעהן, זעהט מען נישט
נשלח: דינסטאג יוני 20, 2023 7:09 pm
דורך שמן למאור
אלע צוזאמען האט געשריבן:שמן למאור האט געשריבן:
איך זע אבער נישט אז ער האט באוויינט די טעראריסטן.
ווען מ'וויל נישט זעהן, זעהט מען נישט
און אז מען זיכט, טרעפט מען.
נשלח: דינסטאג יוני 20, 2023 10:42 pm
דורך שמעקעדיג
שמן למאור האט געשריבן:שאלתיאל האט געשריבן:כ'וועל דיך לאזן אליין מוטשען. ניידס, למשל, האט שוין געכאפט און געטוויט דאס פאלגענדע:
Screenshot 2023-06-20 221209.png
זיין עוולה איז געווען אז אין זיין ערשטע טוויט האט ער בלויז געטרויערט אויף די 'טויט' וואס האט 'פאסירט'... נישט דערמאנענדיג אז זיי זענען ערמארדערט געווארן.
ניטעמאל דערמאנט אז עס האט פאסירט אין מדינת ישראל.
נשלח: דינסטאג יוני 20, 2023 11:16 pm
דורך שמן למאור
שמעקעדיג האט געשריבן:שמן למאור האט געשריבן:שאלתיאל האט געשריבן:כ'וועל דיך לאזן אליין מוטשען. ניידס, למשל, האט שוין געכאפט און געטוויט דאס פאלגענדע:
Screenshot 2023-06-20 221209.png
זיין עוולה איז געווען אז אין זיין ערשטע טוויט האט ער בלויז געטרויערט אויף די 'טויט' וואס האט 'פאסירט'... נישט דערמאנענדיג אז זיי זענען ערמארדערט געווארן.
ניטעמאל דערמאנט אז עס האט פאסירט אין מדינת ישראל.
ער שרייבט west bank וואס דאס איז א חלק פון די מדינה. ער שרייבט נישט Israel ווייל די שטחים זענען דאכצעך נישט אנערקענט אלס א חלק פון די מדינה לפי די UN. הגם כ'בין נישט קלאר דערין, דאכצעך אז געוויסע שטחים זענען יא לעגאל, אבער ס'איז קלאר דא אזעלכע וואס זענען נישט.
Re: זאכן וועלכע רעגן מיר אויף!
נשלח: דינסטאג יוני 20, 2023 11:39 pm
דורך בעלינגהעם
די געגנטער פון יהודא און שומרון די אזויגעריפענע west bank וואס די נאמען האט ירדן געגעבן נאך 48' איז אקופירט סיי לויט די UN און סיי לויט איזראעל , די חוליק איז אז לויט איזראעיל איז עס נישט אומלעגאל
Re: זאכן וועלכע רעגן מיר אויף!
נשלח: דינסטאג יוני 20, 2023 11:45 pm
דורך בעלינגהעם
וואס איז די פלאן פון מדינת ישראל לגבי די west bank? א זעלבזשטענדיגע פאלעסטינע לאנד איז נישט שייך זיי אריינעמען אלס בירגער איז אויך נישט גוט ווייל זיי וועלן האבן צי א גרויסע כח אין די וואלן, אנהאלטן אזוי ווי ביז יעצט גייט אויך נישט אנהאלטען צי לאנג, וואס איז די סאלושען?
Re: זאכן וועלכע רעגן מיר אויף!
נשלח: מיטוואך יולי 12, 2023 12:17 am
דורך צוזאמגעדרייט
-איך שלאף איין אינמיטן א מאווי און דאס פאון קנאקט אראפ אויף מיין נאז...
נשלח: מיטוואך יולי 12, 2023 12:57 am
דורך וואלווי
ווען די סלורפי לויפט איבער, כ'רעד מיך איין כ'האב עם גוט אינטערגעווישט, דערנאך קלעבט אלעס פון די קאפהאולדער ביז די סטירינג ווייל.
נשלח: מיטוואך יולי 12, 2023 1:13 am
דורך איציקל
וואלווי האט געשריבן:ווען די סלורפי לויפט איבער, כ'רעד מיך איין כ'האב עם גוט אינטערגעווישט, דערנאך קלעבט אלעס פון די קאפהאולדער ביז די סטירינג ווייל.
כ'רעג זיך אויף מיך אליין ווען איך וויל אויסנוצן די מאשין צו די מעקס, איך פול אן דעם קאפ מער און מער, און אופס! ס'איז איבערגערינען. פארוואס האסטו דיך נישט געכאפט באצייטענס?
נשלח: מיטוואך יולי 12, 2023 1:59 am
דורך וואלווי
איציקל האט געשריבן:וואלווי האט געשריבן:ווען די סלורפי לויפט איבער, כ'רעד מיך איין כ'האב עם גוט אינטערגעווישט, דערנאך קלעבט אלעס פון די קאפהאולדער ביז די סטירינג ווייל.
כ'רעג זיך אויף מיך אליין ווען איך וויל אויסנוצן די מאשין צו די מעקס, איך פול אן דעם קאפ מער און מער, און אופס! ס'איז איבערגערינען. פארוואס האסטו דיך נישט געכאפט באצייטענס?
פאר דעם איז ראטזאם צו לייגען די רונדיגע דעקל קודם, אזוי איז עס גוט געסילט טריקענערהייט, דערנאך זיי מכוון די שפע אל תוך פי העיגול ממש, און ס'איז ריין. נאר, די רינדעכיגע דעקלעך מאכט אזא גרידזשעדיגע טשילס געבענדיגע קרייצעריי ווען די שטרוי קראצט די קאווער בשעת'ן טרינקען. נעם די פלאכע טייט לעכערדיגע ביג גאלפ דעקלעך. אזוי אויך, די סלורפי שטרוי האט דעם נארישע מיני לעפל פון אונטען וואס מאכט דעם שטרוי יוסלעס ווען מ'וויל אריין ציען די לעצטע האלבע אינטש סלורפי, סאו די שטרוי נעם אויך פון די ביג גאלפ. בכלל, ווערט עסט סלורפי מיט דעם נארישע לעפעל, אז כ'וויל רוקען סלארפי שאוו איך אריין מלא לוגמיו גראד פון בעכער. אויב האסט בטעות גענומען די סלירפי שטרוי פליק אראפ דעם ערלה נאך פאר די טינקסט עס איין, ווייל אויב די דערמאנטסט זיך שפעטער ארום צו דרייען נאך וואס שוין גוט ביים קריטישן סוף, ווערט די גאנצע קאר קלעבעדיג פון פריש. אז מ'וויל שטארק געווארנט זיין, פילט מען אן די סלורפי אביסל ווייניגער פון די רים, מ'גייט צו די דאונאטס באקס, מ'נעמט די דינע פלעסטיק'ל וואס מ'כאפט אן די דאונאטס, מ'שפרייט דאס אויס העכער די קאפ און דערנאך לייגט מען די דעקל, דעריבער וועט זיך עס נישט גיסן אפילו פון די עפענונג פון דעקל אויך נישט. ספעציעל, אויב די צוויי הענט מיט אלע צען פינגער זענען פול מיט פרינגלס, דזשעליס, און סאלטעד קעשוס, און אויפן וועג צום קאנטער כאפט מען אריין נאך א פאני מינע בעג טשיפס וואס מ'דארף דרייען און אויסגלאטן צו טשעקן צו ס'האט חאטש אן ou, דעמאלט איז עלול אז די וואקלדיגע איבערגעפילטע סלארפי וועט משפיע זיין דאס פליסיגע זיסקייט אויפן גאנצן ארום. אבער נאך דעם גייט דאך די קאר קלעבעדיג ווערען ווען די נעמסט אראפ די דאונעט פלאסטיק פון די קאפ, אלזא נכון ליזהר, וחוזר חלילה, תסתיים כדמיעקרא, קמ"ל.
נשלח: מיטוואך יולי 12, 2023 8:50 am
דורך שעפטאל
יוש דו רייצט מיך אהן!!!
גיימער צו 7-11 ?

זאכן וואס רעגן מיך אויף!
נשלח: מיטוואך יולי 12, 2023 4:26 pm
דורך שעפטאל
ווען כ'זעה דעקלאסיפיצירטע דאקומענטן פון די סי איי עי.
ווי סאך זאכן די אמעריקאנע מלכות של חסד איז אומשטאנד צו טוהן צו איר אייגענע בירגער, (כולל אטאקעס וואס טעראריסטען האבן כלומרש געטוהן. פארדראגן מענטשען פאר איבער הונדערט טעג אין א צוה, אהן זייער ערלויבעניש, צו שטודירן אויב מ'קען דורך דעם האבן די פיהלסטע שליטה אויף א מענטש'נס מוח. און אסאך מער!)
הבהרה כ'רעד נישט פון טעאריעס, נאר פון דעקלאסיפיצירטע דאקומענטן!
Re: זאכן וועלכע רעגן מיר אויף!
נשלח: מיטוואך יולי 12, 2023 5:15 pm
דורך [NAMELESS]
מיינסט צו זאגן דעקלאסיפיצירטע?
נשלח: מיטוואך יולי 12, 2023 5:30 pm
דורך שעפטאל
שכח!
פארראכטן
נשלח: מיטוואך יולי 12, 2023 7:01 pm
דורך Nanach
שעפטאל האט געשריבן:ווען כ'זעה דעקלאסיפיצירטע דאקומענטן פון די סי איי עי.
ווי סאך זאכן די אמעריקאנע מלכות של חסד איז אומשטאנד צו טוהן צו איר אייגענע בירגער, (כולל אטאקעס וואס טעראריסטען האבן כלומרש געטוהן. פארדראגן מענטשען פאר איבער הונדערט טעג אין א צוה, אהן זייער ערלויבעניש, צו שטודירן אויב מ'קען דורך דעם האבן די פיהלסטע שליטה אויף א מענטש'נס מוח. און אסאך מער!)
הבהרה כ'רעד נישט פון טעאריעס, נאר פון דעקלאסיפיצירטע דאקומענטן!
רעפערענס פליז