בלאט 54 פון 55

נשלח: מיטוואך יולי 12, 2023 7:07 pm
דורך שעפטאל
Cia.gov

מ'דארף וויסן ווי אזוי צו זיכן, וועלכע קי ווארד'ס ברענגן ווארע.

די גרינגסטע אנצוהייבן איז פשוט you tube זיך declassified

זעהט און האט הנאה..

Re: זאכן וועלכע רעגן מיר אויף!

נשלח: מיטוואך יולי 12, 2023 7:35 pm
דורך צוויבל קניפער
שעפטאל האט געשריבן:ווען כ'זעה דעקלאסיפיצירטע דאקומענטן פון די סי איי עי.
ווי סאך זאכן די אמעריקאנע מלכות של חסד איז אומשטאנד צו טוהן צו איר אייגענע בירגער, (כולל אטאקעס וואס טעראריסטען האבן כלומרש געטוהן. פארדראגן מענטשען פאר איבער הונדערט טעג אין א צוה, אהן זייער ערלויבעניש, צו שטודירן אויב מ'קען דורך דעם האבן די פיהלסטע שליטה אויף א מענטש'נס מוח. און אסאך מער!)

הבהרה כ'רעד נישט פון טעאריעס, נאר פון דעקלאסיפיצירטע דאקומענטן!
יאפ ווי למשל די באוויסטע קולט פירער פון די מענסאן פאמיליע טשארלס מענסאן איז פארדראגט געווארן מיט LSD ביי די CIA בעפאר ער האט געהאט די קולט און זיין באוויסטע "העלטער סקעלטער" פענאמענאן טעאריע

Sent from my Pixel 7 Pro using Tapatalk

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 03, 2023 11:10 pm
דורך קהל'ס נער
ווען מען טיט איינעם א טובה און אנשטאט זאגן שקויעך זאגט יענער ״האסט נישט געדארפט״
בדידי הווי עובדא כ׳האב געטין איינעם א טובה און ער זאגט מיך האסט נישט געדארפט, זאג איך נישט קיין פראבלעים איך טראג עס צוריק, הייבט ער אן שרייען ניין פארוואס טיסט עס, האב איך עים געזאגט אז איך האב געמיינט אז איך טוה עים א טובה, אבער אז ער זאגט אז איך האב נישט געדארפט איז נישט.
דער האט געכאפט זיין מעסעדזש און געפילט ווי א תלוש, למעשה האב איך עים געלאזט מיטן טובה ווייל ער איז שוין געניג אפגעקימען מיט די בושות.

Re:

נשלח: מיטוואך אקטאבער 25, 2023 11:46 am
דורך כספי
berlbalaguleh האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 01, 2020 8:56 pm
קנדה האט געשריבן:קום אריין קלאר מיט די פאקטן, וועמען מיינסטו, היטלער?
זיכער. וועם דען...?!. איך ווייס נישט אויב דו ווייסט אז ס'דא א יש אומרים אז זיין מאמע איז געווען א דינסט ביי איינע פון די ראטשילד משפחות. און זי האט פארשוואנגערט פון איינעם פון זייערע זין. נאכדעם האט מען זי משלח געווען צוזאמען מיט איהר עיבור. און זי האט געלאנדעט מיט איינעם א שיקל גרובער. ער איז געווען א גרעניץ וועכטער. און ער האט פיינט געהאט זיין שטיף זון, אדאלף. נאר זיין מאמעניו האט איהם זייער שטארק ליעב געהאט...!
דאס מיינט איינע פון די ראטשילד'ס די אידן? דאס הייסט אז היטלער ימש"ו טאטע איז אפשר געווען א איד?!

Re:

נשלח: מיטוואך אקטאבער 25, 2023 11:47 am
דורך כספי
שמן למאור האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 02, 2023 2:14 am דערמאנסט מיר פון די מעשה פון ר' ברוכ'ל מעזיבוזער. ער פלעגט מקפיד זיין זיך צו רעגן און שרייען אויף די גבאים יעדע ערב שבת... (מי יבין בסוד קדושים), יעדע וואך האט ער געטראפן עפעס וואס איז נישט בסדר און ער האט זיך גערעגט דערויף.

איין וואך האבן די גבאים זיכער געמאכט אז אלעס איז מסודר און אלעס איז אין פלאץ, און זיי האבן געוואלט זען וואס ער גייט טון. ווען ר' ברוכ'ל איז אריינגעקומען אין שטוב אין געזען אז אלעס איז מסודר, האט ער זיך גענומען צו רעגן און שרייען, "אלעס האט עטץ געלייגט אין פלאץ!! ענק לאזן מיר נישט זיך רעגן"!!
ואני שמעתי די מעשה מיט הרה"ק מצאנז זי"ע (דער וואס איז אוועק תרל"ו נישט דער וואס איז אוועק לעצטנס....) האט געהאט א קפידה ביי אושפיזא דיצחק זיך צו בייזערן, איין יאר האט בנו הרה"ק מגארליץ זי"ע זיכער געמאכט אז אלעס זאל קלאפן אז דער טאטע זאל זיך נישט האבן אויף וואס צו רעגן, האט זיך צאנזער רב גערעגט אויף דעם כנ"ל

Re:

נשלח: מיטוואך אקטאבער 25, 2023 11:56 am
דורך כספי
ברסלבער האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 04, 2014 9:36 am עד כדי רציחה?! לאן הגענו? נישט מער און נישט ווייניגער נאר אז ווער עס טרעפט אברהם סלונים איז מחיוב תיכף ומיד אים צו הרג'ענען.

אין אנדערע נייעס איז געפינען געווארן צעטליך מיט אויפשריפטן אקעגן אידן אויסגעווארפן אין די גאסן נעבן די אידישע געגנט, די געטרייע איבערגעגעבענע עסקנים האבן זיך אריינגעלייגט אין די פרשה, די פאליציי האט באשטעטיגט אז דאס איז געווען א העיט קריים און גייען אן מיט א גרינטליכע אויספארשונג צו דערגיין ווער עס איז געשטאנען אונטער דעם.

בושה תכסה פנינו.
היינט 9 יאר שפעטער דאכט זיך קען מען שוין מגלה סוד זיין אז די עיקר מערכה קעגן ר' אברהם סלאנים איז געפירט געווארן דורך זיינע שותפים אין די מתחם גלובונציץ וואס האבן געוואוסט אז אויף עם איז דא די ווייניגסטע וואס צו האבן טענות און כדי צו פארשווארצן די פנימ'ער פון די אוסרים האבן זיי זיך פארלייגט אויף ר' אברהם סלאנים מיט די ביליגסטע מיטלען
פאר יעדער וואס האלט אביסל מיט וויאזוי די חברה פירן זיך אויף די לעצטע פאר יארן כאפט לכאו' אז דאס איז די מעשה, והבן

Re: זאכן וועלכע רעגן מיר אויף!

נשלח: מיטוואך אקטאבער 25, 2023 12:03 pm
דורך אסטראלאג
צ"ק
ווען איך זעה די ציוניסטישע פאן, אדער עפעס וואס האט נאר צו טוהן מיט די ציוניסטישע מדינה.🤬🤬🤬

Re: זאכן וועלכע רעגן מיר אויף!

נשלח: מיטוואך אקטאבער 25, 2023 12:14 pm
דורך טמיר
בעלינגהעם האט געשריבן: דינסטאג יוני 20, 2023 11:45 pm וואס איז די פלאן פון מדינת ישראל לגבי די west bank? א זעלבזשטענדיגע פאלעסטינע לאנד איז נישט שייך זיי אריינעמען אלס בירגער איז אויך נישט גוט ווייל זיי וועלן האבן צי א גרויסע כח אין די וואלן, אנהאלטן אזוי ווי ביז יעצט גייט אויך נישט אנהאלטען צי לאנג, וואס איז די סאלושען?

פארוואס קען נישט זיין א זעלבסשטענדיג לאנג אזוי ווי אנדערע אראבישע לענדער וואס גרעניצן זיך מיט ישראל? זעסט דאך אז מיט עגיפטן לעבט מען בשלום מער ווייניגער. די עיקר פראבלעם איז איראן וואס דרייט אהן א קאשע.

אויך, פארוואס רעגט דיך עס אויף?

Re:

נשלח: מיטוואך אקטאבער 25, 2023 12:24 pm
דורך טמיר
קהל'ס נער האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 03, 2023 11:10 pm ווען מען טיט איינעם א טובה און אנשטאט זאגן שקויעך זאגט יענער ״האסט נישט געדארפט״
בדידי הווי עובדא כ׳האב געטין איינעם א טובה און ער זאגט מיך האסט נישט געדארפט, זאג איך נישט קיין פראבלעים איך טראג עס צוריק, הייבט ער אן שרייען ניין פארוואס טיסט עס, האב איך עים געזאגט אז איך האב געמיינט אז איך טוה עים א טובה, אבער אז ער זאגט אז איך האב נישט געדארפט איז נישט.
דער האט געכאפט זיין מעסעדזש און געפילט ווי א תלוש, למעשה האב איך עים געלאזט מיטן טובה ווייל ער איז שוין געניג אפגעקימען מיט די בושות.
אמאל איז דא מ'טוט א נערישע טובה פאר יענעם און לכבוד דעם אוז דיך יענער שולדיג אגאנץ לעבן. זאגט מען עם "רבי לעבן, ס'גוט ס'האט נישט אויסגעפעלט. כ'בין דיך גארנישט שולדיג".

Re: זאכן וועלכע רעגן מיר אויף!

נשלח: מיטוואך אקטאבער 25, 2023 12:26 pm
דורך פונדאַמענטאַל
אסטראלאג האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 25, 2023 12:03 pm צ"ק
ווען איך זעה די ציוניסטישע פאן, אדער עפעס וואס האט נאר צו טוהן מיט די ציוניסטישע מדינה.🤬🤬🤬

Re: זאכן וועלכע רעגן מיר אויף!

נשלח: מיטוואך אקטאבער 25, 2023 12:55 pm
דורך אסטראלאג
פונדאַמענטאַל האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 25, 2023 12:26 pm
אסטראלאג האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 25, 2023 12:03 pm צ"ק
ווען איך זעה די ציוניסטישע פאן, אדער עפעס וואס האט נאר צו טוהן מיט די ציוניסטישע מדינה.🤬🤬🤬
"אידישע שטאלץ"

Re: זאכן וועלכע רעגן מיר אויף!

נשלח: מיטוואך אקטאבער 25, 2023 1:51 pm
דורך פונדאַמענטאַל
אסטראלאג האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 25, 2023 12:55 pm
פונדאַמענטאַל האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 25, 2023 12:26 pm
אסטראלאג האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 25, 2023 12:03 pm צ"ק
ווען איך זעה די ציוניסטישע פאן, אדער עפעס וואס האט נאר צו טוהן מיט די ציוניסטישע מדינה.🤬🤬🤬
"אידישע שטאלץ"
😂😂
זייט וויסן אז דאס רעדט מיר בכלל נישט אויף... אין קאנטראסט צו דיר מיט דיינע שותפים ווער איך נישט אינטימידירט פון קומען אין קאנטאקט מיטן צווייטען זייט.

Re: זאכן וועלכע רעגן מיר אויף!

נשלח: מיטוואך אקטאבער 25, 2023 2:07 pm
דורך אסטראלאג
פונדאַמענטאַל האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 25, 2023 1:51 pm
אסטראלאג האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 25, 2023 12:55 pm
פונדאַמענטאַל האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 25, 2023 12:26 pm
אסטראלאג האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 25, 2023 12:03 pm צ"ק
ווען איך זעה די ציוניסטישע פאן, אדער עפעס וואס האט נאר צו טוהן מיט די ציוניסטישע מדינה.🤬🤬🤬
"אידישע שטאלץ"
😂😂
זייט וויסן אז דאס רעגט מיר בכלל נישט אויף... אין קאנטראסט צו דיר מיט דיינע שותפים ווער איך נישט אינטימידירט פון קומען אין קאנטאקט מיטן צווייטען זייט.
האב איך עס געלייגט דיר אויפצורעגן ח"ו?!
איך בין נישט אזא🐷ווי דיך.

קוק זיך גוט איין אין צורת קדשו פון הרה"צ מהרי"ד ווייס שליט"א, וועסטו שעפן יראת שמים. נישט פון די טמא'נע ציוניסטישע פאן. ה"י

Re: זאכן וועלכע רעגן מיר אויף!

נשלח: מיטוואך אקטאבער 25, 2023 4:18 pm
דורך כרם זית
Take your head out of your as
- עה.

Re: זאכן וועלכע רעגן מיר אויף!

נשלח: מוצ"ש אקטאבער 28, 2023 8:19 pm
דורך דערהויבענע איד
ווען איך זע ווי אזוי מ'סעלעברעיט די האלאווין, מיט מאדנע, שרעקעדיגע סקעלעטן און נוי סוכה.

Re: זאכן וועלכע רעגן מיר אויף!

נשלח: מוצ"ש אקטאבער 28, 2023 10:42 pm
דורך berlbalaguleh
דערהויבענע איד: די גאנצע איידיע פון "האלאווין" איז צו דערשרעקן יענעם. דאס האט צו טון מיט די גוי'אישע מיטאלאגיע פון וויטשעס (פרויען, מכשפות) וועלכע מ'האט אמאליגע צייטן פארברענט.

פארקערט. דאס געט אונז א גרעסערן חשק צו זאגן די ברכה שלא עשני גוי...!

Re: זאכן וועלכע רעגן מיר אויף!

נשלח: דינסטאג מערץ 26, 2024 12:13 pm
דורך שאלתיאל
א סאטמאר'ע גליון באטיטלט הרב קוק:
20240326_180134.jpg

Re: זאכן וועלכע רעגן מיר אויף!

נשלח: דינסטאג מערץ 26, 2024 12:48 pm
דורך סוף טוב הכל טוב
שאלתיאל האט געשריבן: דינסטאג מערץ 26, 2024 12:13 pm א סאטמאר'ע גליון באטיטלט הרב קוק:

20240326_180134.jpg
אגב דס איז סתם א שקר, די זילבערמאנס זענען "שארף" קעגן רב קוק

Re:

נשלח: דינסטאג מערץ 26, 2024 1:00 pm
דורך היום
וואלווי האט געשריבן: מיטוואך יולי 12, 2023 1:59 am
איציקל האט געשריבן:
וואלווי האט געשריבן:ווען די סלורפי לויפט איבער, כ'רעד מיך איין כ'האב עם גוט אינטערגעווישט, דערנאך קלעבט אלעס פון די קאפהאולדער ביז די סטירינג ווייל.
כ'רעג זיך אויף מיך אליין ווען איך וויל אויסנוצן די מאשין צו די מעקס, איך פול אן דעם קאפ מער און מער, און אופס! ס'איז איבערגערינען. פארוואס האסטו דיך נישט געכאפט באצייטענס?
פאר דעם איז ראטזאם צו לייגען די רונדיגע דעקל קודם, אזוי איז עס גוט געסילט טריקענערהייט, דערנאך זיי מכוון די שפע אל תוך פי העיגול ממש, און ס'איז ריין. נאר, די רינדעכיגע דעקלעך מאכט אזא גרידזשעדיגע טשילס געבענדיגע קרייצעריי ווען די שטרוי קראצט די קאווער בשעת'ן טרינקען. נעם די פלאכע טייט לעכערדיגע ביג גאלפ דעקלעך. אזוי אויך, די סלורפי שטרוי האט דעם נארישע מיני לעפל פון אונטען וואס מאכט דעם שטרוי יוסלעס ווען מ'וויל אריין ציען די לעצטע האלבע אינטש סלורפי, סאו די שטרוי נעם אויך פון די ביג גאלפ. בכלל, ווערט עסט סלורפי מיט דעם נארישע לעפעל, אז כ'וויל רוקען סלארפי שאוו איך אריין מלא לוגמיו גראד פון בעכער. אויב האסט בטעות גענומען די סלירפי שטרוי פליק אראפ דעם ערלה נאך פאר די טינקסט עס איין, ווייל אויב די דערמאנטסט זיך שפעטער ארום צו דרייען נאך וואס שוין גוט ביים קריטישן סוף, ווערט די גאנצע קאר קלעבעדיג פון פריש. אז מ'וויל שטארק געווארנט זיין, פילט מען אן די סלורפי אביסל ווייניגער פון די רים, מ'גייט צו די דאונאטס באקס, מ'נעמט די דינע פלעסטיק'ל וואס מ'כאפט אן די דאונאטס, מ'שפרייט דאס אויס העכער די קאפ און דערנאך לייגט מען די דעקל, דעריבער וועט זיך עס נישט גיסן אפילו פון די עפענונג פון דעקל אויך נישט. ספעציעל, אויב די צוויי הענט מיט אלע צען פינגער זענען פול מיט פרינגלס, דזשעליס, און סאלטעד קעשוס, און אויפן וועג צום קאנטער כאפט מען אריין נאך א פאני מינע בעג טשיפס וואס מ'דארף דרייען און אויסגלאטן צו טשעקן צו ס'האט חאטש אן ou, דעמאלט איז עלול אז די וואקלדיגע איבערגעפילטע סלארפי וועט משפיע זיין דאס פליסיגע זיסקייט אויפן גאנצן ארום. אבער נאך דעם גייט דאך די קאר קלעבעדיג ווערען ווען די נעמסט אראפ די דאונעט פלאסטיק פון די קאפ, אלזא נכון ליזהר, וחוזר חלילה, תסתיים כדמיעקרא, קמ"ל.
וואלווי, סאיז צייט זאלסט זיך צוזאמען נעמען און ארויסגעבען א געהעריגער חיבור אויף דעם סלורפי נושא.

ס׳פאלט מיר ביי אפאר איידיעס פון נעמען
- ה״סלורפי״ כתיקינו.
- סלורפי ״זאב״ יטרוף.
- הלעיטנו נא.

Re: Re:

נשלח: דינסטאג מערץ 26, 2024 1:02 pm
דורך היום
היום האט געשריבן: דינסטאג מערץ 26, 2024 1:00 pm

איין פרק קענסטו ווידמען אויף די פארשידענע דעות און יודישע ספעלינג פון דער ווארט.
סלערפי
סלורפי
סלארפי
סעלערפי

Re: זאכן וועלכע רעגן מיר אויף!

נשלח: דינסטאג מערץ 26, 2024 1:07 pm
דורך היום
אסטראלאג האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 25, 2023 12:03 pm צ"ק
ווען איך זעה די ציוניסטישע פאן, אדער עפעס וואס האט נאר צו טוהן מיט די ציוניסטישע מדינה.🤬🤬🤬
זיי זיך מסביר פליז, וועלעכע פילינגס ברענגט עס דיר ארויף?
און פארוואס?

Re: זאכן וועלכע רעגן מיר אויף!

נשלח: דינסטאג מערץ 26, 2024 1:29 pm
דורך היום
בעלינגהעם האט געשריבן: דינסטאג יוני 20, 2023 11:45 pm וואס איז די פלאן פון מדינת ישראל לגבי די west bank? א זעלבזשטענדיגע פאלעסטינע לאנד איז נישט שייך זיי אריינעמען אלס בירגער איז אויך נישט גוט ווייל זיי וועלן האבן צי א גרויסע כח אין די וואלן, אנהאלטן אזוי ווי ביז יעצט גייט אויך נישט אנהאלטען צי לאנג, וואס איז די סאלושען?
איי… די פרעגסט דאך אזוי גיט….
נו… האסט עפעס א סעלושען אויך?…
ס׳איז נישט שיין צו לאזן אזוי כלל ישראל זיצן אזוי לאנג אהן א געהעריגע פלאן…
טיע א טובה, נעם אפאר מוניט, זעץ זיך אוועק און קום אויף מיט עפעס א וועג ארויס פון דעם פלאנטער וואס די האסט דא אנגעמאכט…

Re: זאכן וועלכע רעגן מיר אויף!

נשלח: דאנערשטאג מערץ 28, 2024 10:05 am
דורך תפוח
דער ---- וואס (כפי הנראה) האט אוועקשפאצירט היינט מיט מיין שירעם פון שוהל בשעת אינדרויסן רעגנט אוועק.

וואס איך וויל אבער וויסען:
ער האט נישט באמערקט די לעיבל בשעת'ן לקיחה?
את"ל אז נישט, ווען האט ער איז באמערקט?
וואס האט ער געטוהן דעמאלטס?
ער האט עס אראפגעפליקט?

העמיר ווארטן צו זעהן אויב ער איז מקיים דעם והשיב.