בלאט 7 פון 7
נשלח: זונטאג מאי 28, 2017 2:28 pm
דורך מיר'ער בחור
איש את רעהו האט געשריבן:שלמה ארז ברח לפני כמה ימים למקסיקו הוא העביר אתו הרבה ילדים.
מידיעות שקיבלנו הוא מעוניין לעבור לאיראן יחד עם הילדים.
מדובר בפיקוח נפש ממש.
פארוואס צייכנסטו נישט צו פון ווי ס'קומט?
http://bshch.blogspot.co.il/2017/05/blog-post_9096.html
נשלח: זונטאג מאי 28, 2017 4:33 pm
דורך I'm back
נמחק
נשלח: זונטאג מאי 28, 2017 4:59 pm
דורך איש את רעהו
נמחק
נשלח: מאנטאג מאי 29, 2017 2:16 pm
דורך איש את רעהו
חכמת שלמה האט געשריבן:
דעם היינטיגן טאג איז א דראמאטישער און שווערער טאג פאר אידנטום, וואס ווער ווייסט וועלכע נאכפאלגן עס וועט ברענגען מיט זיך לעתיד. היינט איז דערקלערט געווארן אין די מדינה הציונות, אז קהל לב-טהור איז א קולט לכל דבר, וואס איז מסוכן פאר מענטשהייט. אזא פסק מיינט אז פארשידענע מדינות איבער די וועלט, וועלן זיך דערמיט רעכענען, אין געריכטן אדער אין אנדערע איינגעלעגנהייטן, די קינדער פון די קהילה וועלן אריבערגעפירט ווערן צו גוי'אישע אדער פרייע הענט, ותוצאותיו מי ישרנה
עס איז יעצט זייער שווער פאר די לב טהור קהילה
די אפעקט פון די פסק הבג"ץ רופט זיך אפ שטארק אין גוטאמאלא, לב טהור שטייט אויס גרויסע צרות
נשלח: דינסטאג מאי 30, 2017 9:51 am
דורך די קעניג פין אמעריקע
זיי האבן א ברירה. אויפצוהערן מיט די נאן סענס און אנהייבן דינען די אייבישטער וואס האט באשאפן די הימל און די ערד. נישט די בעל בשר זייערע וואס האט קיינמאל פון קיינעם נישט גענומען קיין דעת תורה ווי אזוי זיך צו פירן און ווי אזוי צו פירן א קהילה.
נשלח: דינסטאג מאי 30, 2017 4:59 pm
דורך איש את רעהו
עס האלט שוין א שפאן אוועק אז דער גוי זאל צוזאמשטעלן סקווער צו לב טהור
חסידי סקווער זענען מדמה די צוויי כיתות
ליין די אינטערשטע פאראגראף
נשלח: דינסטאג מאי 30, 2017 8:15 pm
דורך שבת אחים
איש את רעהו האט געשריבן:חכמת שלמה האט געשריבן:
דעם היינטיגן טאג איז א דראמאטישער און שווערער טאג פאר אידנטום, וואס ווער ווייסט וועלכע נאכפאלגן עס וועט ברענגען מיט זיך לעתיד. היינט איז דערקלערט געווארן אין די מדינה הציונות, אז קהל לב-טהור איז א קולט לכל דבר, וואס איז מסוכן פאר מענטשהייט. אזא פסק מיינט אז פארשידענע מדינות איבער די וועלט, וועלן זיך דערמיט רעכענען, אין געריכטן אדער אין אנדערע איינגעלעגנהייטן, די קינדער פון די קהילה וועלן אריבערגעפירט ווערן צו גוי'אישע אדער פרייע הענט, ותוצאותיו מי ישרנה
עס איז יעצט זייער שווער פאר די לב טהור קהילה
די אפעקט פון די פסק הבג"ץ רופט זיך אפ שטארק אין גוטאמאלא, לב טהור שטייט אויס גרויסע צרות
נו, סאיז שוין העכסט צייט, זאלן זיי מפשפש זיין אין זייערע מעשים, ער זאל צושפארן זיין שאפ, אויפהערן באלעסטיגן קינדער,אנטוהן די פרויען נארמאלע צניעות׳דידי קליידונג, אויפהערן מיט די אראבישע-מוסלים-לאנגע-שווארצע-כאלאטן, וועל איך דעמאלטס רחמנות האבן אויף זיי.
ביזערווייל איז ער אין די קאטיגאריע פון אסור לרחם עליו...!
נשלח: מאנטאג יוני 05, 2017 9:51 pm
דורך שבת אחים
כהאב דעס היינט באקומען אין אישי פון דעם טראלל חכמת שלמה:
ער סטראשעט מיך אז ״איך האב פוטער״ און אלזא זאל איך זיין שטיל, למעשה האב איך געפענט מיין פרידזשירעיטאר און כהאב געזעהן אז נישט נאר איך האב פוטער נאר איך האב קרים טשיז, מייענס, בעננענאס, מיליגרוימען, און געפיצטע קרויט...
איך זעה נאכנישט פארוואס איך דארף מיך דערשרעקן ווייל איך האב פוטער..
דברות קודש, ווארט ביי ווארט פונעם חכמת שלמה אליינס:
ק/פ
שבת אחים, איך זעה אז דו רעדסט אסאך פון באלעסטיגן קינדער. קודם כל איז עס נישט אמת, עס איז א בלבול און א שרעקעדיגע בלבול וואס מען טאר נישט זאגן. צווייטנס, איך וויל דיר נישט סטראשען, אבער דו ווייסט אז דו האסט פוטער אויפן קאפ און דו ווילסט נישט אז עס זאל ארויסקומען ברבים. דעריבער, לאמיר עס דא אפשטעלן און נישט אנרירן דעם נושא, און מיר וועלן ביידע לעבן בשלום.
בסדר?
איך ווארט שוין צוהערן וואס פארא ״פוטער אויפן קאפ״ איך האב???
נשלח: מאנטאג יוני 05, 2017 10:22 pm
דורך איך אויך
מיר האט ארז אנגעטראגן א 'דיעל' אז איך זאל שרייבן איידל אויף עם און ער וועט מיר נישט אטאקירן.
נשלח: מאנטאג יוני 05, 2017 10:59 pm
דורך שבת אחים
איך אויך האט געשריבן:מיר האט ארז אנגעטראגן א 'דיעל' אז איך זאל שרייבן איידל אויף עם און ער וועט מיר נישט אטאקירן.
אז ער האט אזוי מורא ווען מרעדט נעגטיוו אויף אים אין א פארום ווי ק״ש איז ער אויף געהאקטע צרות... נישט אז איך מאך ח״ו אוועק ״קאווע שטיבל״, נאר ווי נישט ווי רעדט דאך יעדער דא מיט באהאלטענע נעמען אינטער די שלייער פון א ״ניק״ און אז ער מאכט זיך צוטוהן פון דעם, און איז גרייט צו מאכן ״גרויסע דיעלס״ מיט באהאלטענע ניקים און מיך סטראשענען אז ער גייט פארציילן ״גרויסע סודות״ איבער מיר (איך ווארט מיט שפאנונג...!) איז עס די גרעסטע ראי׳ אז דער גאנצער העלבראנץ קליקע איז מיאוס אין תחת אריין, און טיעף אין דער ערד, מיט זעראו ״פובליק-רילעישאונס״.
ווען ער וואלט געהאט וואס צו ענטפערן וואלט ער מיט קיינעם נישט געמאכט קיין דיעלס און געסטראשעט אין אישי, אלא מאי? ער האלט שוין ביי גסיסה...
נשלח: דינסטאג יוני 06, 2017 1:32 am
דורך וואלווי
אדרבה שבת, טעיק הים פאר א רייד ווי מ'זאגט, מאך מיט עם א פארקערטע דיעל, אדער ווי מ'רופט עס א קאנטער אפער, אויב איז ער אזוי זיכער מיט זיך זאל ער רעדען פון דיין "פיטער" און די וועסט ווייטער גיין מיט "אויסקלארן" זיינע פארזינקענע טעמעס, און דעמעלטס "וועלען ענק ביידע לעבן בשלום" ווי ער זאגט, אזא בחינה פון ושכבתי בשלום...
נשלח: דינסטאג יוני 06, 2017 2:48 am
דורך שבת אחים
וואלווי האט געשריבן:אדרבה שבת, טעיק הים פאר א רייד ווי מ'זאגט, מאך מיט עם א פארקערטע דיעל, אדער ווי מ'רופט עס א קאנטער אפער, אויב איז ער אזוי זיכער מיט זיך זאל ער רעדען פון דיין "פיטער" און די וועסט ווייטער גיין מיט "אויסקלארן" זיינע פארזינקענע טעמעס, און דעמעלטס "וועלען ענק ביידע לעבן בשלום" ווי ער זאגט, אזא בחינה פון ושכבתי בשלום...
כהער וואס איר זאגט, אבער איך זוך מיר אנדערע אקטיוויטיס ווי צו שפילן נערישע קינדערישע געימס מיט איינער וואס וואינט אין א אומצוויליזרטע לאנד און זיצט ערגעץ אין א ״מדבר שממה״ אויף א פארסרוחטע ״פארטעבל טוילעט״׳ אנגעשמירט מיט צואה און מי רגלים ערגעץ טיעף אין וואלד ווי די רוח זאגט א גיטע נאכט...
כהאב שוין געזאגט אפאר מאל אויף קאווע שטיבל יעדער קען שרייבן אויף מיר וואס זיי ווילן, סגייט מיך גאנץ קנאפ אן, איך ווייס ביי מיר אז איך בין נישט אייביג הונדרעט פראצענט גערעכט און איך קען ווי יעדער מענטש מאכן אמאל א טעות אדער א פאלשע חשבון, אבער קיין ״פוטער״ האב איך נישט, און דירעקט בעוועלהט האב איך קיינעם נישט, און איך קען מיך נאך צוגלייכן צו אלע העלבראנץ חסידים צוזאמען מיט זייערע גמילות חסדים און חסד וואס איך האב געטוהן אין מיין לעבן...
אדרבה זאל ער שרייבן ״די גרויסע פוטער״ וואס ער האט אויף מיר דא ברבים, אבער סטראשענען זאל ער מיך נישט אין אישי, ווייל איך לאך מיך אויס פון אים.
נשלח: דאנערשטאג יוני 29, 2017 7:29 pm
דורך איש את רעהו
לב טהור פארעפנטליכט א 48 זייטיגער בראשור איבער זייערע אקטיוויטעטן
[tag]חכמת שלמה[/tag] דאס איז מעשי ידיך?
נשלח: דאנערשטאג יוני 29, 2017 9:31 pm
דורך סמבטיון
אדער זיינס אדער אפשר גאר דיינס
נשלח: דאנערשטאג יוני 29, 2017 9:35 pm
דורך איש את רעהו
אזא טשעפנאק?
@סמבטיון פליז נישט אויף אזוי ווייט
נשלח: מוצ"ש יולי 08, 2017 5:13 pm
דורך מיר'ער בחור
Re: טרויעריגע טאג פאר כלל ישראל - לב טהור
נשלח: מוצ"ש יולי 08, 2017 11:30 pm
דורך מאטל שניידער
בד"ה
נשלח: דינסטאג יולי 11, 2017 3:34 pm
דורך שמיטשיק
איש את רעהו האט געשריבן:לב טהור פארעפנטליכט א 48 זייטיגער בראשור איבער זייערע אקטיוויטעטן
[tag]חכמת שלמה[/tag] דאס איז מעשי ידיך?
ווי קען מען עס זען?