בלאט 7 פון 10
נשלח: דינסטאג אפריל 09, 2013 5:03 pm
דורך לעמיל
עפעס ליגט מיך און קאפ אז די אייוועלט חברה האבען אמאל פראבורט ארויס צו געבען א צייטונג, איינער ווייסט מער?
חזקיהו
ווען קומט ארויס די ערשטע?
נשלח: דינסטאג אפריל 09, 2013 5:21 pm
דורך חזקיהו המלך
כ'האב געוואלט אז שוין דעי וואך, אבער ס'קוקט שוין נישט אויס ווייל כ'ווארט פאר די מנהלים צי מסדר זיין די זייטיגע רעדאקציע פארום, אין דערווייל איז עס נישט מסודר, סאו יעצט האף איך אז נעקסטע וואך וועטעס שוין בעזר ה' קענען ערשיינען,
נשלח: דינסטאג אפריל 09, 2013 5:41 pm
דורך לעמיל
לעמיל האט געשריבן:עפעס ליגט מיך און קאפ אז די אייוועלט חברה האבען אמאל פראבורט ארויס צו געבען א צייטונג, איינער ווייסט מער?
איך מיין אז עס איז
דעיס איינער דא געדעינקט עס?
נשלח: דינסטאג אפריל 09, 2013 5:52 pm
דורך געפילטע פיש
שמעקעדיג האט געשריבן:געפילטע פיש האט געשריבן:שמעקעדיג האט געשריבן:אייוועלט וועט שווער מסכים זיין צו זייערע ארטיקלען לפענ"ד,
און אויך, סיי וועלכע נאמען וועלכע ענטהאלט דעם ווארט "קאווע", און צייגט אן אז אונזער סייט איז דער מקור דערפון, וועט גורם זיין מער התנגדות אנטקעגן דעם בלעטל.
דו האסטוך שוין אמאל אנגעשטויסן אין התנגדות צו קאווע שטיבל? איך נישט.
מאדנע. האסט קיינמאל נישט געלייענט דעם אשכול?
viewtopic.php?f=4&t=2091
איך האב עס יא געליינט, אבער איך פערזענליך האב קיינמאל נישט געהערט עפעס שלעכטס אויף די סייט, אין ריל לייף.
איך רעד נישט פון אויפן געוועב, איך רעד פון אין סמעדרעש.
נשלח: דינסטאג אפריל 09, 2013 5:53 pm
דורך אביגדור
אויך?
נשלח: דינסטאג אפריל 09, 2013 5:54 pm
דורך לעמיל
שוין א גרפקיר האבען מיר שוין
נשלח: דינסטאג אפריל 09, 2013 6:07 pm
דורך צדיקל
גנדי האט געשריבן:שמעקעדיג האט געשריבן:אייוועלט וועט שווער מסכים זיין צו זייערע ארטיקלען לפענ"ד,
און אויך, סיי וועלכע נאמען וועלכע ענטהאלט דעם ווארט "קאווע", און צייגט אן אז אונזער סייט איז דער מקור דערפון, וועט גורם זיין מער התנגדות אנטקעגן דעם בלעטל.
די שאלה איז, וואס האלט רוב עולם?
1. זאל די נאמען האבן א רמז צו
קאווע שטיבל.
2. זאל דווקא נישט האבן א רמז צו אפשטילן התנגדות אנטקעגן דעם בלעטל.
3. נישט קיין חילוק. (מקען אייביג צושרייבן: יצא לאור...)
עצה טובה מען זאל צולייגן אז די קאפי רעכטן זענען געבינדען צו CREATVE COMMONS
ממעג פארשפרייטן קאפירן נישט פאר ביזנעס ביז ווי לאנג מען זאגט פון ווי עס קומט...
http://creativecommons.org/
אפשר זאל מען עס א נאמען געבן קריאת שמע... וועט עס האבן א רמז צו קאווע שטיבל...
נשלח: דינסטאג אפריל 09, 2013 6:13 pm
דורך גנדי
קוועטשענישן און שימפעריי
א רמז צו קאווע שטיבל...
נשלח: דינסטאג אפריל 09, 2013 7:43 pm
דורך אביגדור
טעמע?
נשלח: מיטוואך אפריל 10, 2013 12:13 am
דורך בענדזשאמין פרענקלין
ש'כח חזקיהו המלך און אלע משתתפים פארן זיך אונטער נעמען אזא געוואלדיגע אונטערנאמע, יהי' רצון שתשרה שכינה במעשה ידיכם.
כ'טראכט אפשר זאל מען עס א נאמען געבען 'די אנדערע זייט' אדער 'הצד האחר', ווי איינער זאל זאגן דער איד, דער בלאט, די צייטונג, אוצרות, מצליח, מעלות וכו' אלע זינגן איין ניגון, נעמליך, איין צד פינעם מטבע, יעצט וועט איר האבן די מעגליכקייט צו הערן די אנדערע זייט.
נשלח: מיטוואך אפריל 10, 2013 12:20 am
דורך אביגדור
ארמי'ש?
נשלח: מיטוואך אפריל 10, 2013 12:22 am
דורך משה געציל
אייערע מליצה'לעך שמעקן פילאפ'דיג.
נשלח: מיטוואך אפריל 10, 2013 12:24 am
דורך היימישער ליטוואק
ובלשון הקודש: מאחורי הפרגוד
נשלח: מיטוואך אפריל 10, 2013 12:27 am
דורך אביגדור
ניין?
נשלח: מיטוואך אפריל 10, 2013 12:56 am
דורך בענדזשאמין פרענקלין
די גאנצע אייסער דא (מלשון אייסערן, כ'קען שוין נישט נוצן דאס ווארט 'סומעטאכע' ווייל געפילטע און ידען האבן שוין ארויסגעגבן א איסור אויף דעם, עיין בסומעטאכע והמסתעף אשכול) ארום דעם נאמען פינעם פרישן בלעטעל שמעקט עפעס ווי א בנש"ק וואס וויל ווערן א מחבר ספר, קודם איז מען ביזי א האלבע יאר מיט זוכן א נאמען פארן ספר וואס זאל מרומז אין דעם די גאנצע יחוס זיינע ביז דוד המלך ע"ה, לעצטענס איז א סטייל צו מרמז זיין די ווייב'ס נאמען אויך ווייל שלי שלה וכ'ו (בעיקר אין לעיקוואוד), נאך א האלבע יאר איז מען פארנומען מיט הסכמות און הקדמות, תולדות און כתבים פון די אבות הקדושים,און אויב בלייבט אביסל צייט לייגט מען אריין אביסל חידושים אויך.
נשלח: מיטוואך אפריל 10, 2013 4:15 am
דורך ונבנתה העיר
בענדזשאמין פרענקלין האט געשריבן:לעצטענס איז א סטייל צו מרמז זיין די ווייב'ס נאמען אויך ווייל שלי שלה וכ'ו (בעיקר אין לעיקוואוד),
איהר האט קיינמאל געהערט פון ריצוי קודם החיבו"ר?...
נשלח: מיטוואך אפריל 10, 2013 1:50 pm
דורך berlbalaguleh
ונבנתה העיר האט געשריבן:בענדזשאמין פרענקלין האט געשריבן:לעצטענס איז א סטייל צו מרמז זיין די ווייב'ס נאמען אויך ווייל שלי שלה וכ'ו (בעיקר אין לעיקוואוד),
איהר האט קיינמאל געהערט פון ריצוי קודם החיבו"ר?...
איך ווייס נישט אויב מ'קען אייך אנרופן "פייטן", אבער "מליץ" (נישט ח"ו מ'לשון ליצנות) (מלשון מליץ יושר) זיכער יא.
נשלח: מיטוואך אפריל 10, 2013 1:55 pm
דורך טאמבל סאס
איך וועל שרייבן
ווען עס געפעלט מיר.
נשלח: מיטוואך אפריל 10, 2013 2:07 pm
דורך איך זאג דיר
יאיר האט געשריבן:איך נעם די מוסר און השקפה ארטיקל. אויב איז נישטא קיינער צו שרייבן די חינוך ארטיקלען בין איך גרייט דאס אויך צו נעמען אויף מיינע פלייצעס.
איכ'ל שרייבן. "א בליק אויפ'ן האריזאנט פונעם פאליטישן פראנט"
נשלח: מיטוואך אפריל 10, 2013 2:13 pm
דורך איך זאג דיר
איך קלער אפשר צו שרייבן "ליינט ס'עט אייך פאראינטרעסירן"
נשלח: מיטוואך אפריל 10, 2013 2:14 pm
דורך איך זאג דיר
אדער קלער איך שרייבן "א סך הכל פון די נייעס"
נשלח: מיטוואך אפריל 10, 2013 2:20 pm
דורך קאווע טרינקער
דבר המערכת וועט זיך אנהייבן אזוי:
י'שמחו ה'שותים ו'יגילו ה'ניקים....
מ'זעהט קלאר סיעתא דגרינבוים, אז די שם הוי"ה איז כסדרן ר"ת בענין קאווע שטיבל...
איך האלט נאך אלץ אז מיין נאמען פארן גליון איז דאס בעסטע "ניצוצי הגאולה והחירות"...
אבער נעכטען האב איך זיך דערמאנט פון קופרניקוס אויסשפריץ, לויט ווי ער שרייט
דארט וואלט איך קורא שם געווען דעם גליון
רבותינו, הגיע זמן ק"שרבנים, your time is up, ק"ש נעמט איבער.
נשלח: מיטוואך אפריל 10, 2013 2:26 pm
דורך שמעקעדיג
קאוועלע.... הפלא ופלא, אזא פשט, אזא חידוש!!