בלאט 7 פון 11
נשלח: דאנערשטאג אפריל 03, 2014 1:40 pm
דורך אפטעמיסט
וויאזוי איז ריכטיג צו שרייבן, "דיין געבורטסטאג 'געפאלט אויס' דעמאלט", אדער "דיין געבורסטאג 'געפאלט' דעמאלט"? און, וואס איז ריכטיג: "געבורטסטאג" אדער "געבורטאג"? (אינספייערד צוליב
דאס).
נשלח: דאנערשטאג אפריל 03, 2014 1:45 pm
דורך ישמעאל הכהן
געבורטסטאג
די ערשטע פראגע זענען ביידע לכאורה גוט
נשלח: פרייטאג אפריל 04, 2014 4:06 am
דורך ישובניק
פאלט אויס
נשלח: פרייטאג אפריל 04, 2014 10:14 am
דורך רויטע וואנצעס
פיל אדער פול? למשל פילע קאסע, אדער פולע קאסע?
נשלח: פרייטאג אפריל 04, 2014 10:19 am
דורך אפטעמיסט
אנגעפילט (הגם וואס דער שורש איז "פול"). פיל= אסאך.
נשלח: פרייטאג אפריל 04, 2014 1:45 pm
דורך ונבנתה העיר
פולע.
נשלח: פרייטאג אפריל 04, 2014 1:53 pm
דורך פישלע העררינג
רויטע וואנצעס האט געשריבן:פיל אדער פול? למשל פילע קאסע, אדער פולע קאסע?
עס איז דא "פיל" געלט אין א "פולע" קאסע.
נשלח: פרייטאג אפריל 04, 2014 2:16 pm
דורך ונבנתה העיר
מיר האט זיך אויך אזוי געדאכט, כ'האב זיך אבער דערמאנט אז דער ליובאוויטש'ער רבי ז"ל פלעגט זאגן/שרייבן 'א פולע' אין די הבנה פון 'אסאך'.
נשלח: זונטאג אפריל 06, 2014 5:10 am
דורך יואב
פול - (Full (adjective
פיל - (Fill (verb
נשלח: מאנטאג אפריל 07, 2014 8:48 pm
דורך ישובניק
אפטעמיסט האט געשריבן:אנגעפילט (הגם וואס דער שורש איז "פול"). פיל= אסאך.
ריכטיג.
נשלח: מאנטאג אפריל 07, 2014 8:50 pm
דורך ישובניק
יואב האט געשריבן:פול - (Full (adjective
פיל - (Fill (verb
לאו דווקא. פיל קען זיין אן אדווערב (אמת, אמאל אויך א ווערב איך פיל אן) - פיל אויפטון, אבער פונקט אזוי אויך אן אדיעקטיוו: פיל זאכן. בקיצור, איז דער חילוק: פול מיינט אנגעפילט און פיל מיינט אסאך.
נשלח: מאנטאג אפריל 07, 2014 9:14 pm
דורך מאראנצןזאפט
ווי אויך האט פיל נאך א באדייט: איך פיל נישט גוט.
נשלח: מאנטאג אפריל 07, 2014 9:19 pm
דורך פישלע העררינג
[הגיענו כ]פול וכעדשה. הרואה פיל בחלומו.
נשלח: מאנטאג אפריל 07, 2014 9:26 pm
דורך sefish
ענדערש איך פיהל נישט גוט
נשלח: מיטוואך יוני 25, 2014 7:27 am
דורך שמעקעדיג
מען שרייבט צוריק, נישט צירוק.
ודומה לזה, צוליב, נישט צילוב.
נשלח: דאנערשטאג יוני 26, 2014 1:00 pm
דורך ישמעאל הכהן
נשלח: דאנערשטאג יוני 26, 2014 1:19 pm
דורך רויטע וואנצעס
אויב קוקט מען אן אדמו"ר ווי א ראשי תיבות ווארט איז די ערשטע ריכטיג. אויב ניצט מען עס ווי א סלענג ווארט, קומט לענ"ד בכלל נישט קיין שטרעכלעך.
נשלח: דאנערשטאג יוני 26, 2014 1:29 pm
דורך ישמעאל הכהן
בקיצור יין שרף האט נישט קיין שום צד...
נשלח: דאנערשטאג יוני 26, 2014 2:29 pm
דורך שמעקעדיג
אין א"י איז טאקע אזוי, למשל מען וועט שרייבן (זאגן) תתי"ם און מוצי"ם, פאר אנשטאט די אמת'ע ראשי תיבות ווי "תלמודי תורה" (?) און מורי צדק.
נשלח: זונטאג יולי 20, 2014 2:12 pm
דורך שמעקעדיג
ווי אזוי שרייבט מען, "געווארן" אדער "געווארען" מיט אן ע'?
עס זענען פאראן א געוואלד ווערטער וועלכע קענען געשריבן (געשריבען) ווערן (ווערען) מיט אדער אן אן ע', רוב פראפעסיאנאלע אויסגאבעס שרייבן אן דעם איבריגן ע'. נכלל אלע היינטיגע צייטונגען (חוץ ביי ווערטער וואס עס מאכט א חילוק ואכמ"ל).
אבער אינטרעסאנט אז אין די אלטע צייטונגען פון דער איד פלעגט מען יא שרייבן מיט אן ע', ווי דאס פאלגענדע שטיקל (וואס איך האב
דא מעתיק געווען):
Police.JPG
באמערקט די פאלגענדע ווערטער מיט אן ע', די אלע וערטער וואלטן היינט-צו-טאגס נישט באקומען קיין ע':
וועלען
וועגען
האבען
געשלאגען
צעבראכען
לעצטענס
דאזיגען
באוויזען
געווארען
געגעבען
גלויבען
באשטעטיגען
פונדעסטוועגען
קעגען
סאדיסטישען
נשלח: זונטאג יולי 20, 2014 5:27 pm
דורך איך אויך
אינעם קעפל שטייט געשלאגן (מעגליך עס איז נישט געווען גענוג פלאץ) און אינעם ארטיקל געשלאגען.
נשלח: דינסטאג יולי 22, 2014 10:14 am
דורך אפטעמיסט
"בוך" בלשון יחיד שרייבט מען מיט א וואו, בלשון רבים שרייבט מען "ביכער" מיט א יוד, וכן "ביכל".
נשלח: דינסטאג יולי 22, 2014 10:24 am
דורך שמעקעדיג
יישר כח
![מחוצף :P](./images/smilies/icon_razz.gif)
נישט געוואוסט.