בלאט 7 פון 22

נשלח: זונטאג יוני 09, 2013 11:20 am
דורך שמעקעדיג
דאס לעצטע איז א חידוש! בני יואל שטעלט זיך צו!
וואס איז נעקסט? א בריוו פון נטורי קרתא?
משיח'ס צייטן...

נשלח: זונטאג יוני 09, 2013 11:25 am
דורך smartinof
שעפטל האט געשריבן:א בריוו אין ארץ ישראל (מערקט אז הג"ר חיים האט יא געהייסן גיין)
779687985.gif

וואס מיינט דאס באשמורות הבקר ביום ב' ה' תמוז

נשלח: זונטאג יוני 09, 2013 11:32 am
דורך דעת תורה
דאס איז א אלטע בריוו פון פאריאר. דער ציל איז צו ווייזן אז ר' חיים האלט פריוואט פון הפגנות, נאר ווען ער הערט אז הרב שטיינמאן לאזט נישט זאגט ער אויך אז ניין. ובאמת כן מבואר במכתב בניו מיום עש"ק העעל"ט, ובזה מיושבין כל הסתירות בזה כמין חומר.

אינצווישן איז ארויסגעקומען א פרישער בריוו, וואס טעפל האט אויבן געברענגט. סאיז הויך יום טוב דארט. אין די פארומ'ס האט מען אפירגעזוכט א אלטע בריוו פון ווי די ווערטער פון רבי חיים זענען גענומען געווארן און ארויף געפעיסט דאויפן היינטיגן בריוו...

ווער עס געדענקט דער בלאט פון חשון תשס"ג כאפט וואס איך מיין...

נשלח: זונטאג יוני 09, 2013 11:53 am
דורך חזקיהו המלך
קאווע טרינקער האט געשריבן:כל ימי הייתי מצטער, מתי יבוא לידי ואקיימנה.
מ'האט מיך אויסגעלערנט אז מ'טאר נישט זיין קלוגער פון רבנים, מ'דארף פאלגען אפילו מ'פארשטייט נישט.
ביז יעצט דענק איך נישט א רוף פון רבנים אויף א זאך וואס איך פארשטיי נישט. נישט אז אלעמאל איז מיין דעת תורה ענדליך צו זייער דעת תורה, אבער יש מקום, איך קען הערן וואס זיי ווילן פון מיר.
אבער היום הזה, דעם היינטיגען עצרת איז ממש beyond מיין השגה. כ'האב נישט געטראפן א פה מפיק זאל מיר מסביר זיין פארוואס חרדים דארפען נישט גיין אין מיליטער, וויאזוי קען מען זיין גלייכגילטיג און צוקוקען ווי מזרחי'ניקס שטעלן זיך איין זייער לעבען צו שוצען זייערע ברודער און שוועסטער, אזויווי די תורה פארלאנגט אז אין סומכין על הנס וכו'.
איך קען הערן אז דער רוח אינערהאלב די מיליטער איז נישט געאייניגט פאר שומרי תורה ומצוות, נו, אויף דעם איז דא אן עצה, ווי מער פרומע חיילים ס'וועלן זיין, אלץ מער וועט מען זיך רעכענען מיט זיי. אבער צו פראטעסטירן על לא דבר?! לא מבין.
ע"כ, יעצט איז די פאסיגע געלעגנהייט אוועק צו קוקען פונעם אייגענעם פארשטאנד, און זיך גענצליך איבערגעבן בידי אחרים, ככל אשר יורוך.


כ'פארשטייי נישט וואס די פארשטייסט נישט, יעדע טאטע וואס האט א בחור אין די מיליטער יארען פארשטייט אז ס'איז קרוב צי א גזירת שמד,
איי די מזרח'יסטן גייען נו זאלען זיי אויך נישט גיין, מען דארף נישט זיין צי קלוג צי פארשטיין וואס זיי ווילען דערמיט,
די ארמיי אליין דענק איך זאגט אז זיי דארפען נישט די חרדים, נאר די מדינה זיכט א געלעגענהייט צי האבען א השפעה אויף די חינוך פין די חרדים, ס'האט נישט מיט די מיליטער, ס'איז נאר די תירוץ,

ס'איז א גזירת שמד, ס'איז נישט קאמפליצירט צי פארשטיין, זיי דרייען נאר אן די פראפעגאנדע כאילו מען וויל פשוט אז די חרידים זאלען אויך גיין אין מיליטער פונקט ווי די פרייע, וואס ביי דע וועי, זייער אסאך לינקע גייען נישט אין די אראבער גייען אויכנישט, נאר זיי האבען זיך פארלייגט אויף די חרדים, פאר אנדערע סיבות, זיי צי אפשמדען, אזוי ווי זיי האבען שוין ליידער געטוהן צי טויזענטער ספרדישע קינדער ר"ל,

נשלח: זונטאג יוני 09, 2013 12:56 pm
דורך זר זהב
New York - The Rabbinical Council of America (RCA), the largest Orthodox rabbinic group in North America, deplores the attempt of a small but vocal group to undermine the image Americans have of strong, unshakeable, wall-to-wall Jewish support of Israel.
Two chassidic communities well known for their rejection of a Jewish state have agreed to a joint rally in Manhattan on Sunday, June 9.
Rabbi Shmuel Goldin, RCA President, said, “It is an insult to the memory of the Satmar Rov, ob"m, that his disciples a generation later would take to the streets to publicly aid the many enemies who stand ready to destroy, G-d forbid, the Jewish State - and all Jews. For all his well-known opposition to a secular state, he always put the protection of Jewish lives first. It is unthinkable that as the largest Jewish community in the world deals with a nuclear threat from Iran, a military front opening with Syria, and the mushrooming of global anti-Semitism, that he would have countenanced aiding and abetting our enemies.”

Rabbi Mark Dratch, Executive Vice President of the RCA, added, “We call on all Jews, Orthodox and not, to redouble their efforts to explain to their fellow Americans their commitment to the Jewish State and its central position in their thinking, even when they find fault with certain positions of its government, as happens with the policies of any true democracy.”

נשלח: זונטאג יוני 09, 2013 12:58 pm
דורך שעפטל
הג"ר דוד מ'בריסק
IMG-20130609-WA051.jpg
IMG-20130609-WA051.jpg (25.12 KiB) געזען געווארן 4331 מאל

נשלח: זונטאג יוני 09, 2013 12:59 pm
דורך זר זהב
דער פערד פון RCA מאכט זיך כאילו ער ווייסט נישט אז די פראטעסט איז נישט נאר א סאטמארע זאך. און ער נוצט נאך סאטמארע רב פאר זיין אגענדע.

נשלח: זונטאג יוני 09, 2013 1:07 pm
דורך מאראנצןזאפט
בכל אופן, קאווע גייט היינט נאכאמאל ברעכן א רעקארד מיט די צאל באזוכער.
מיר זענען אייביג די געווינער, כולנו למערכה.

נשלח: זונטאג יוני 09, 2013 1:18 pm
דורך BAL TSHIVA
diff האט געשריבן:Dont understand reason for protest. You claim they have nothing with Judaism. On what base are you telling them what to do? You don’t like, move to jordan

If they don't like the Torah way let them move to Jordan we yiden shomer Torah belong in eretz hakodesh

נייע בריוו!! ר' חיים קנייבסקי הייסט יא גיין צום פראטעסט??

נשלח: זונטאג יוני 09, 2013 1:44 pm
דורך [NAMELESS]
יעצט באקימען אין אימעיל די בריוו און איך בין שוין אינגאנצען צומישט......

נשלח: זונטאג יוני 09, 2013 2:00 pm
דורך חזקיהו המלך
בילד

בילד

נשלח: זונטאג יוני 09, 2013 2:02 pm
דורך זר זהב
LRYN2G.jpg
LRYN2G.jpg (75.91 KiB) געזען געווארן 4495 מאל

נשלח: זונטאג יוני 09, 2013 2:03 pm
דורך חזקיהו המלך
ווי גייט מען עס קענען מיטהאלטען לייוו אויפען אינטערנט ?

נשלח: זונטאג יוני 09, 2013 2:07 pm
דורך BAL TSHIVA
דעם זונטאג נאכט, נאכן גרויסן געווינס פונעם טעילאר כינוס, באקומט הרב וואכטפויגל א פאון-קאל פון הירצקע צוויבל, אז מ'האט שוין אנאנסירט דעם גרויסן עצרת און מ'האט שוין רעדנערס און א פלאץ. אלעס אלעס איז מסודר. הרב וואכטפויגל רופט אן ר' יצחק שטערן און פרעגט צי עס איז טאקע ביים מדינת ישראל קאנסולאט? ווייל מ'האט דאך געשמועסט אז מ'וועט עס מאכן ערגעץ וואו די ליטווישע קרייזן וועלן אויך קענען גיין![/quote]
Wow! As an outsider reading here the satmar politics for a few months now I was wondering who is right and which side just spins ?
As a Talmud of the Rosh Yeshiva and being close to him I know what was going on I most tell you Rabbi Zalmens side are excellent spinners (LIARS) but I'm not going my self in to trouble and quote what the Rosh Yeshiva shlita expressed himself in the past Weeks on Rabbi zalmens people it wasn't a happy family as you try to play it out

נשלח: זונטאג יוני 09, 2013 2:12 pm
דורך ברסלבער
שמעקעדיג האט געשריבן:דאס לעצטע איז א חידוש! בני יואל שטעלט זיך צו!
וואס איז נעקסט? א בריוו פון נטורי קרתא?
משיח'ס צייטן...

די נטורי קרתא גייען אייביג צו די פראטעסטן, און זיי נוצן עס אויס פאר זייערע צוועקן, זיי רעדן צו די פרעסע לויט ווי זיי פארשטייען, און דערנאך לייגן זיי עס אויף זייער וועב-סייט, אז די אלע צענדליגע טויזנטער אידן זענען אויך אויף זייער זייט.
זכה מלאכתן נעשית ע"י אחרים...

נשלח: זונטאג יוני 09, 2013 2:12 pm
דורך גאלד
זר זהב האט געשריבן:
LRYN2G.jpg


COWERDS

נשלח: זונטאג יוני 09, 2013 2:19 pm
דורך זר זהב
BAL TSHIVA האט געשריבן:Wow! As an outsider reading here the satmar politics for a few months now I was wondering who is right and which side just spins ?
As a Talmud of the Rosh Yeshiva and being close to him I know what was going on I most tell you Rabbi Zalmens side are excellent spinners (LIARS) but I'm not going my self in to trouble and quote what the Rosh Yeshiva shlita expressed himself in the past Weeks on Rabbi zalmens people it wasn't a happy family as you try to play it out

put up or shut up

נשלח: זונטאג יוני 09, 2013 2:22 pm
דורך איך אויך
טעפל האט געשריבן:איז דאס ריכטיג?

מזוייף פון די בריוו.

נשלח: זונטאג יוני 09, 2013 2:29 pm
דורך קאווע טרינקער
OK
שוין צייט די גדולי ישראל זאלן איינזעהן, אז מ'גלייבט שוין נישט זייערע צעטלעך.
אז זיי ווילען ארויסלאזען א קול קורא, זאלן זיי זיך באנוצען מיט יו-טוב. נאר אזוי וועט מען זיי גלייבן.

נשלח: זונטאג יוני 09, 2013 2:40 pm
דורך שעפטל
[center]בדרך התורה נלך! ונצא ברחובה של עיר! לקדש שם שמים![/center]

דעם היינטיגן זונטאג לס'דר "דא גזירת אורייתא" שנת תשע"ג לפ"ק וועט אריינגיין אין די היסטאריע פון כלל ישראל אלס גאהר היסטארישער טאג, ווען רבבות אלפי ישראל פון איבער גרעיטער ניו יארק, ניו דשערזי און אומגעגענט ובראשם מנהיגי ודולי הדור וראשי הישיבות שליט"א, וועלן אי"ה ארויסגיין אין די גאסן פון מאנהעטן מיט קול זעקה גדולה ומרה, און אויסשרייען דעם וויי-געשריי און זיך אננעמען פאר כבוד שמים איבער די ביטערע גזירת גיוס בני ישיבות וואס די ממשלת זדון והכופרים אין ארצינו הקדושה האט פראקלאמירט ר"ל.

דער ציבור ווערט געבעטן צו קומען נאר מיט די פאבליק טראנספארטאציע צוליב וואס עס איז נישט דא קיין פארקינג אין די געגענט.

ביטע אויספאלגן די אנווייזונגען פון די עסקניןם און די פאליציי, און אזוי אויך זיך האלטן רואיג און געלאסן דוירכאויס דעם גאנצן מעמד, אז ס'זאל אי"ה ארויסקומען די מאקסימום שם שמים.

בייגעלייגט איז די מודעות און סדר הבאסעס פון איבעראל אלע געגענטער.

[center]-מי לה' אלי!-[/center]
[center]איש בל יעדר![/center]

נשלח: זונטאג יוני 09, 2013 2:47 pm
דורך געפילטע פיש
קאווע טרינקער האט געשריבן:כל ימי הייתי מצטער, מתי יבוא לידי ואקיימנה.
מ'האט מיך אויסגעלערנט אז מ'טאר נישט זיין קלוגער פון רבנים, מ'דארף פאלגען אפילו מ'פארשטייט נישט.
ביז יעצט דענק איך נישט א רוף פון רבנים אויף א זאך וואס איך פארשטיי נישט. נישט אז אלעמאל איז מיין דעת תורה ענדליך צו זייער דעת תורה, אבער יש מקום, איך קען הערן וואס זיי ווילן פון מיר.
אבער היום הזה, דעם היינטיגען עצרת איז ממש beyond מיין השגה. כ'האב נישט געטראפן א פה מפיק זאל מיר מסביר זיין פארוואס חרדים דארפען נישט גיין אין מיליטער, וויאזוי קען מען זיין גלייכגילטיג און צוקוקען ווי מזרחי'ניקס שטעלן זיך איין זייער לעבען צו שוצען זייערע ברודער און שוועסטער, אזויווי די תורה פארלאנגט אז אין סומכין על הנס וכו'.
איך קען הערן אז דער רוח אינערהאלב די מיליטער איז נישט געאייניגט פאר שומרי תורה ומצוות, נו, אויף דעם איז דא אן עצה, ווי מער פרומע חיילים ס'וועלן זיין, אלץ מער וועט מען זיך רעכענען מיט זיי. אבער צו פראטעסטירן על לא דבר?! לא מבין.
ע"כ, יעצט איז די פאסיגע געלעגנהייט אוועק צו קוקען פונעם אייגענעם פארשטאנד, און זיך גענצליך איבערגעבן בידי אחרים, ככל אשר יורוך.

פארדעם שטייט אין די צעטליך אז ס'איז שטרענג פארבאטן צו רעדן מיט די מידיע, ס'וועלן זיין ספעציעל צוגעגרייט ספינערס וואס וועלן רעדן מיט זיי און איינרעדן א קאץ אין בויך, אויב ציווילע מענטשען וועלן פראבירן מסביר'ן וואס די פראטעסט איז וועט זיין בושות, ווייל קיינער ווייסט נישט גענוי.

בכלל גייט דארט זיין א מורא'דיגע בילבול, די ליטוואקעס קומען דארט אלץ ביטול תעירע, די סאטמוירים אלץ התגרות באומות, און די אגודיסטן וועגן די קיצוצים, און אלע פאראייניגן זיך כאילו די עצם צו גיוס, וואס איז בד"וו נאך נישט אין קראפט, באדערט זיי.

נשלח: זונטאג יוני 09, 2013 2:49 pm
דורך שעפטל
שעפטל האט געשריבן:דער ציבור ווערט געבעטן צו קומען נאר מיט די פאבליק טראנספארטאציע צוליב וואס עס איז נישט דא קיין פארקינג אין די געגענט.

בייגעלייגט איז די מודעות און סדר הבאסעס פון איבעראל אלע געגענטער

וומס.jpg
וומס.jpg (41.42 KiB) געזען געווארן 2907 מאל

בפ.jpg
בפ.jpg (45.08 KiB) געזען געווארן 2907 מאל

קי.jpg
קי.jpg (43.06 KiB) געזען געווארן 2907 מאל

מאנסי.jpg
מאנסי.jpg (39.71 KiB) געזען געווארן 2907 מאל

נשלח: זונטאג יוני 09, 2013 2:51 pm
דורך שעפטל
שעפטל האט געשריבן:דער ציבור ווערט געבעטן צו קומען נאר מיט די פאבליק טראנספארטאציע צוליב וואס עס איז נישט דא קיין פארקינג אין די געגענט.

בייגעלייגט איז די מודעות און סדר הבאסעס פון איבעראל אלע געגענטער

סקווירא.jpg
סקווירא.jpg (41.25 KiB) געזען געווארן 2898 מאל

לעיקוואד.jpg
לעיקוואד.jpg (53.61 KiB) געזען געווארן 2898 מאל