בלאט 7 פון 10
Re: סטעטן איילענד- נייע ישוב?
נשלח: זונטאג מאי 29, 2016 1:41 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
איך האב אמאל געשמועסט מיט א נאנטער תלמיד פון הרב משה פיינשטיין. ער האט מיר פארציילט אז ער האט אמאל פראבירט צו שמועס'ן מיט ר' משה וועגען די וויליאמסבורג בריק. ר' משה האט עס נישט געוואלט האנדלען. מ'איז נישט מערער אויף א זאך וואס דער רבים טוט! איך ווייס אויך אז מענטשען פלעגען גייען צו פוס פון בענסאנהירסט צו הערען ר' משה'ס שבת הגדול דרשה. דער שמש אין ביהמ"ד פלעגט נעמען געלט פון ישיבה, בציווי ר' משה, פארטיילען ביי די מענטשען צו קענען נעמען דער באן אהיים
דער היתר איז געבויט אויף רבוע של עולם ועוד.
Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
נשלח: פרייטאג אוגוסט 26, 2016 9:36 am
דורך תורה ומדע
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 22, 2016 5:12 pm
דורך תורה ומדע
איך הער אז עס קומען אריין איבער טעגליך פיהר הונדערט קינדער פון סטעטען איילענד קיין בארא פארק. מיינס א נאנטער קלערט זיך צו ציען אהין פון ברוקלין. אפשר קעו עמיצער מציע זיין די פראןס און קאנס פונעם ארט.
Re: סטעטן איילענד- נייע ישוב?
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 22, 2016 6:57 pm
דורך קאסטנער
תורה ומדע האט געשריבן:איך הער אז עס קומען אריין איבער טעגליך פיהר הונדערט קינדער פון סטעטען איילענד קיין בארא פארק. מיינס א נאנטער קלערט זיך צו ציען אהין פון ברוקלין. אפשר קעו עמיצער מציע זיין די פראןס און קאנס פונעם ארט.
איז במציאות אז עס איז שוין דא פיר הינדערט קינדער אין זיי האבן נאך נישט קיין מוסדות אויפן פלאץ?
Re: סטעטן איילענד- נייע ישוב?
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 22, 2016 8:00 pm
דורך mevakesh
תורה ומדע האט געשריבן:איך הער אז עס קומען אריין איבער טעגליך פיהר הונדערט קינדער פון סטעטען איילענד קיין בארא פארק. מיינס א נאנטער קלערט זיך צו ציען אהין פון ברוקלין. אפשר קעו עמיצער מציע זיין די פראןס און קאנס פונעם ארט.
עס איז נישט קיין שלעכטע פלאץ אבער עס איז נישט אזוי ביליג דאכט זיך אז א קליינע הויז הייבט זיך אהן די פריזן ביי 750k
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 22, 2016 8:09 pm
דורך berlbalaguleh
תורה ומדע האט געשריבן:איך הער אז עס קומען אריין איבער טעגליך פיהר הונדערט קינדער פון סטעטען איילענד קיין בארא פארק. מיינס א נאנטער קלערט זיך צו ציען אהין פון ברוקלין. אפשר קעו עמיצער מציע זיין די פראןס און קאנס פונעם ארט.
תורה ומדע: 400 איז א שטיקל גוזמא. אפשר 200...!
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 22, 2016 8:24 pm
דורך ירח בן יומו
אז ס'הייבט זיך אן ביי 750K א קליינע הויז איז אויך א גוזמא. ס'איז דא פיינע זאכן פאר ביליגער.
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 23, 2016 3:23 am
דורך berlbalaguleh
ירח בן יומו: נאר פאר די 700קעי. באקומסט דו א באנגעלאו מיט שפענדלעך. א בכבוד'דיגע, פול סייז בריק הויז גייט פאר איבער א מעלאנע אין דעם חשוב'ן סטעטן איילענד אויכעט...!
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 23, 2016 10:22 am
דורך תורה ומדע
איך האב היימט גערעדט מיט א דארטיגער. היינט קומען אריין בלי גוזמא 350 קינדערלעך פער טאג. ביז פסח רעכענט ער אז עס וועט זיין 500 קינדער. לדעתי איז דאס א שטיקעל סכנה.
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 23, 2016 10:26 am
דורך berlbalaguleh
תורה ומדע: ביטע זיי מסביר וואס איז די סכנה. זיי פארן נאר מיט אינספעקטעד, סערטיפייד באסעס און (אזוי האף איך) מיט באשטעטיגטע, לייסנס'ד דרייווערס. אזויפיהל יא. זיי געבן צו צו די עומס און פרעשור אויף די אזוי אויך אנגעשטרענגטע ראודס פון בארא פארק...!
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 23, 2016 10:37 am
דורך בת קול
יא ער מיינט מן הסתם די באסעס.
איך קען נישט מחליט זיין אויב דו בוסט אן אלטע פלאטשיגע אידל, אדער סתם א לץ.
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 23, 2016 10:40 am
דורך berlbalaguleh
בת קול: איך וויל מיך נישט קריגן מיט א (פלאטשיגע) פרוי. ס'פאסט פשוט נישט. אבער ברוב חכמתך, (בלשון סגי נהור) כאפסט דו נישט אז איך בין אליינס א באס דרייווער שוין 41 יאר ב"ה. און איך ווייס א ביסל בעסער ווי א אידענע דעם מהלך פון די באסעס און טרענספארטעישן...

ווען איך וואלט געהאט א ביסל מער רעספעקט פאר דיין אינטעלידזשענס וואלט איך מיך מתווכח געווען מיט די סטאטיסטיקס אויך. איך בין דאך א טייל פון די ס.א. טרענספארטעישן סיסטעם...

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 23, 2016 10:48 am
דורך בת קול
ווידער פארנומען מיט די טרענספארטעישאן.
you are always missing the point.
ווי א ריכטיג אלטע אידל.
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 23, 2016 10:52 am
דורך berlbalaguleh
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 23, 2016 11:16 am
דורך תורה ומדע
דער סכנה איז אז מען טראנספארטירט אזויפיל קליינווארג אויף אזא פארנעם קען דאך עפעס געשען ח"וץ די שאלה איז פארוואס גער למשל עפענט נישט א חדר דארטן אןיפען פלאץ.
נשלח: מוצ"ש סעפטעמבער 24, 2016 9:34 pm
דורך berlbalaguleh
תורה ומדע: ווייל ס'איז נישט דא גענוג קינדער פון די זעלבע עידזש צו אויפמאכן אפילו איין כיתה. און וואס איז מיט די אנדערע גרופס...?!
די איינציגע פראקטישע סאלושן וואלט געווען אז מ'זאלל אויפמאכן אן אומפארטייאישע תלמוד תורה און מיידל שולע. איז אבער הדרא קושיא לדוכתיה. ווייל א סאטמערע וועט נישט לערנען צוזאמען אין איין קלאס מיט א בעלזער אדער גערער. די זעלבע איז מיט די 2 גרופירונגען פון וויז'ניץ. אדער באבוב...!
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 26, 2016 10:41 am
דורך תורה ומדע
אין בארא פארק, מאנסי, און אין לייקבוד געפונען זיך צענדליגער ת"תס אןיף דעם מהלך. מען דארף נאר טרעפען א איד זאל זיך דאס אינטערנעמען. דאכטס זיך מיר אז דער דעברעצינער רב זצ"ל האט געעפענט אזא מאדע חדר אין די זיביציגער יאהרען אין ב"פ.
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 26, 2016 12:58 pm
דורך berlbalaguleh
תורה ומדע: הוי, מי יתן לנו תמורתו. ער איז געווען פון אנ'אנדער וועלט. ליידער היינטיגע צייטן איז דאס כמעט נישט במציאות. איך בין דאך נישט מער ווי א זייטיגער אבזערווירער. אבער כ'האב א סך מאל שוין געטראכט זיך אריינצווארפן אין דעם ענין. פשוט לטובת די אידישע קינדער...!
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 26, 2016 10:49 pm
דורך שמעון וואלף
אמאל איז בכלל געווען אן אנדערע מענטעלעטי. מענטשן זענען נישט געווען אזוי געספאילט אין אלעד הינזיכטן, האט מען געקענט אויך שיקן די קינדער אין א מוסד וואס איז נישט בנשיאות זיין אייגענע כ"ק מרן.
נעם למשל, הערינג. וויפול מינים הערינג איז אמאל געווען? מיט צוויי דריי סארטן איז יעדער געווען העכסט צופרידן. היינט איז דא צענדליגע מינים ועוד ידם נטוי'. אזא קאלער מיט אזא וועזשטעביל אריינגעשניטן, אביסול זיסער און אביסול מער געפעפערט. און אזוי איז עס מיט אלעמען. מ'וויל זיך נישט בייגן קיין כי הוא זה. והיינו טעמא אויף אזויפיל גיטין וואס קומען ליידער פאר.
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 27, 2016 9:40 am
דורך תורה ומדע
במקום שאין איש איז הערינג אויך א פיש... עס קומט מיר אויס אז אין די נעקסטע פופציג יאהר אין אמעריקע ווועט מען צוריקגיין צום אלטען לעבענס שטייגער פון קלענערע שטעטליך כדוגמת סטעטען איילענד, בלומינגבערג, מאנטיסעלאו, און מען וועט מוזען ארויסנעמען די אינסטיטוציעס פון די הענט פון די אדמורים. די אדמורים וועלען משפיע זיין תורה און ירא"ש אהן קאנטראלירען די מוסדות אזוי ווי זייערע זיידעס.
Re: סטעטן איילענד- נייע ישוב?
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 27, 2016 11:16 am
דורך mevakesh
תורה ומדע האט געשריבן:במקום שאין איש איז הערינג אויך א פיש... עס קומט מיר אויס אז אין די נעקסטע פופציג יאהר אין אמעריקע ווועט מען צוריקגיין צום אלטען לעבענס שטייגער פון קלענערע שטעטליך כדוגמת סטעטען איילענד, בלומינגבערג, מאנטיסעלאו, און מען וועט מוזען ארויסנעמען די אינסטיטוציעס פון די הענט פון די אדמורים. די אדמורים וועלען משפיע זיין תורה און ירא"ש אהן קאנטראלירען די מוסדות אזוי ווי זייערע זיידעס.
הלואי ביזטו גערעכט איך בין נאך היבש סקעפטיש
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 27, 2016 5:38 pm
דורך תורה ומדע
דער אמת וועט אייביג באזיגען
Re: סטעטן איילענד- נייע ישוב?
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 27, 2016 5:50 pm
דורך mevakesh
תורה ומדע האט געשריבן:דער אמת וועט אייביג באזיגען
אמת אבער מען קען נישט וויסן ווען דאס געשעהן הלואי ועלן מיר עס דערלעבן