נשלח: מאנטאג אוגוסט 17, 2020 9:02 am
אין ליכט פון דעם היסטארישן שלום מיט די פאראייניגטע אראבישע עמיראטן, און די ידיעות איבער א ברייטערן שלום מיט מערערע אראבישע מדינות אין דער געגנט, האב איך זיך דערמאנט אין א קליינינקען אהין-און-צוריק ויכוח וואס איך האב געהאט דא אמאל אויף קאווע-שטיבל. פאלגנד איז א קורצער אויסצוג, וואס משום מה איז מיר פונקט דער טייל געבליבן איינגעקריצט אין זיכרון. פרעג פארוואס...
פלאוויוס האט געשריבן:דערווייל קניפט מדינת ישראל כסדר אן אלס ווארעמערע באציאונגען מיט ארומיגע אראבישע מלוכות אין דער סביבה (...) דער עתיד פון מדינת ישראל, ווי א חבר פאר דער אראבישער סביבה (אבער ליידער נישט פאר פאלעסטינע) איז פול מיט האפנונג.
פלאוויוס האט געשריבן:ישראל קאפקע האט געשריבן:דיין חלום פון אנגעווארימטע באציאונגען צווישן מ.י. מיט די אראבישע און מוסלעמענער פאפולאציעס אין מיטל מזרח איז בלויז דאס א חלום פון חלומלאנד.
איך פארשטיי אז דו האסט געשלאסן די מעגליכקייט פון דעבאטירן דעם פרט. בין איך מכבד דיין רצון...![]()