בלאט 8 פון 12
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 08, 2021 8:13 pm
דורך קהל'ס נער
נפה האט געשריבן:זופ מיט מאנדלען האט געשריבן:פרייוויליג האט געשריבן:[tag]חכמת שלמה[/tag]
איך האב גראדע הנאה פון חכמת שלמהס באריכטן, נישט יעדער האט געדולד אפצוזיצן פאר שעהן מיטהאלטן די טרייעלס, און חכמת ברענגט א היפש קלארן בילד פון וואס דארט טוט זיך, זיינע אנאליזן זענען א געשיכטע פאר זיך אבער די באריכטן זענען גאר גוט.
זיינע באריכטען זענען זייער נישט באגלייבט און אובייקטיב
איך האלט אז עס איז א מעלה אז א מענטש זאגט אויף וועלכע זייט ער איז אזוי ווייסט מען צי נעמען זיינע נייעס מיט א לעפל זאלץ.
משא"כ די "געוועיזענע צייטונג" די נ.י. טיימס (קרעדיט: המשומד אנדרו קלאוואן) וואס קומט מיט א מכלומר'שטן אביעקטיווער שטאנדפונקט, זענען דא מענטשן וואס גלייבן זייערע פאלשע נייעס.
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 08, 2021 10:10 pm
דורך ליב צו וויסן
כ'פארשטיי אז מיין Opinion אין די נושא איז זייער נישט פאפולאר,
פארט פיל איך פאר וויכטיג זיי ארויפצוברענגען. (מיט אנטשולדיגונג פאר די אלע וואס איך צושטער זייערע "קנאות'דיגע" תגובות

).
אפט געשריבענע תגובה דא:
לב טהור פירן זיך אויף ווי אכזרים, משוגעים וכו, און דעריבער דארף מען זיי דערביטערן די יארן, אוועקנעמען זייערע קינדער, און זיכער מאכן אז זיי האבן נישט קיין וואוין ארט.
נקודה למחשבה:
וואס פונקטליך אין זייערע מעשים גיט די רעכט אזוי צו האלטן?
דאס אז זיי פירן זיך אויף עקסטרעם?? פאני לבוש?? שטרענגע מאדנע סדר הלימודים?? עסן ווייניג סארט עסן??
נו, אונז פירן זיך אויך אויף עקסטרעם און מאדנע אין די
גוים'ס אויגן..!
ווער איז דער וואס מאכט אפ אז אונזער מאדנעקייט איז אויסגעהאלטן אבער זייערס דארף מען עוקר מן השורש זיין, אזש ביז צוכאפן זייערע קינדער?
דאס אז זיי מאכן חתונה ביי די 12, 13??
נו, אונז מאכן חתונה ביי די 17, 18.. א זאך וואס איז אפגעפרעגט אין סיי וועלכע מאדערנע סאסייעטי.
שוין אפגערעדט אז ביז 100 יאר צוריק האבן אונז אויך חתונה געמאכט ביי די 12... נו, אז איינער איז אונז אונטערשטעליג מיט 100 יאר דארף מען שוין צוכאפן זיינע קינדער??
מען קען גיין אזוי ווייטער און ווייטער.
מיין הויפט נקודה איז: די טענות דא זעהן אויס ווי די טענה פון יענקי אויף שראלי.. שראלי דו ביסט זייער נישט וואויל! פארוואס האסטו גענומען 3 לאלי'ס אן מאמי'ס רשות? איך האב דאך נאר גענומען 1...
(כמובן אז אויב די מעשה פון די פרוי וואס מען האט געצווינגען צו עסן תחינה איז אמת, איז עס א גאנץ אנדערע הלכה. אבער כ'בין דאך אבער דייקא נישט קיין גלייבער פון מעשיות..)
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 08, 2021 10:37 pm
דורך [NAMELESS]
די עוולה פין לב טהור איז נישט אז זיי פירן זיך אנדערש, די עוולה איז א זיי באצוינגען זיך צי פירן אנדערש, מרת טעלער האט עדות געזאגט אין געריכט אז מ'האט איר געלייגט אין חרם, אין אוועקגענומען די קינדער פארן נישט אויספאלגן די איסור אויף אייער,
Re: טרייעל פון האדמו"ר מלב טהור שליט"א
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 08, 2021 10:43 pm
דורך תוהו ובוהו
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:די עוולה פין לב טהור איז נישט אז זיי פירען זי אנדערש, די עוולה איז א זיי באצוינגען זיך צי פירען אנדערש, מרת טעלער האט עדות געזאגט אין געריכט אז מהאט איר געלייגט אין חרם, אין אוועקגענומען די קינדער פארן נישט אויספאלגן די איסר אויף אייער,
המממ..
און ביינונז?
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 08, 2021 11:23 pm
דורך נפה
טראכטכמוני האט געשריבן:@נפה קענסט אפשר אנווייזן וואו איר האט איינגעזען אז ער באריכטעט נישט אמת'דיג אין זיינע לענגערע באריכטן (וואב אגב, יעדער קען אליין מיטהאלטן רוב פון זיי) אז איר מאכט אים אזוי אוועק מיט א פערטל תגובה?
דעס אז ער פילט אפענערהייט פאר איין זייט מאכט אים לדעתי נאך מער נאמן זעענדיג וואו ער באריכטעט פונקט אזוי זאכן וואס זענען געווען "שלעכט" פאר זיי
למשל
די תגובה שרייבט ער ״ . זי האט געזאגט אז זי וויל נישט זען איר ברודער נחמן אין תפיסה און זי איז אים מוחל אויף אלעס, זי וויל פשוט טון אלעס וואס זי קען צו האבן אירע קינדער. זי האט געזאגט אז זי זאגט אלס פאר אירע קינדער יעדע נאכט ווען מען גייט שלאפן, און מען זאגט רבונו של עולם הריני מוחל (זי האט ערקלערט די תפילה), אז אונז זענען מוחל יעדן איינעם, און דער אויבערשטער זאל אונז מוחל זיין. עס איז געווען זייער הארציג״ ע״כ
און די ווארהייט האט זי דערציילט ווי נחמן האט איר געטריט געמיין און געפייניגט און ווען מען האט איר געפרעגט צו זי וויל זען נחמן אין תפיסה האט זי געזאגט אונזער רעליגיע לערנט אונז אויס אז מיר דארפן מוחל זיין יעדעם און זי האט צוטירט דעם ריבונו של עולם הריני מוחל
״אויך איז געווען זייער פילפארביג, ווען מען האט אויפגעשפילט עטליכע רעקארדירונגען ווי די וויינגארטן ברידער רעדן מיט איר און מיט די צוויי קינדער, ווי אויך א טעלעפאנישע געשפרעך פונעם רבי'ן שליט"א. טייל שמועסן איז גאנץ נארמאל, אנדערע זענען טענה'רייען מיט קולות. כמובן אז אלעס איז אויף אידיש, בשעת עס איז געווען ענגלישע טרענסקיפס (איך שרייב עס גוט?). מען האט איר אויסגעפרעגט איבער דעם.״ ע״כ
באמת איז דארט געווען זידלינגען און סטראשערייען ווי אזוי איינער פון די הנהלה ( איך האב פארגעסן ווער) זאגט איר אז אונז גייען גיין ביז בלוט די לעצטע אראפ בלוט מיט קולי קולות אין א געפערליכער כעס אויסברוך
ווייטער, ״דאן האט זיך אנגעהויבן די קראס עקזעמענעישן. דער לויער האט איר אויסגעפרעגט, ארויסברענגענדיג די געשיכטע וואס האט זיך אפגעשפילט ווען זי איז אנטלאפן פון גוטאמאלא, אז זי האט גענומען די גאנצע קהילה פון גרים, זיי זענען דארט אנגעקומען צווייע פארטאגס און געמאכט א חורבן, ארומגעגאנגען מיט שטעקענעס און געהאקט יעדן וואס איז זיי געשטאנען אין וועג, כולל די טאטע וואס איז געלעגן אויפן ערד, און אזוי האבן זיי ארויסגענומען די קינדער פון די קהילה. אויך האט ער ארויסגעברענגט אז זי איז געקומען מיט די קינדער קיין ניו יארק, אן זאגן די טאטע פון דעם, וואס דאס איז אומלעגאל״ ע״כ
דער לויער האט עס טאקע געפרעגט אבער עס איז געווארן אויפגעוויזן אז די פעטש וואס איז געגאנגען צווישן די גרים און לב טהור האט גארנישט געהאט מיט איר און אויך אז פון לב טהור׳ס זייט האט מען געשאסן מיט גאנס און אז ווען זי איז ארויסגעגאנגען האט איר איינער באפאלן מיט א מעסער
און אויך אז די גוטעמאלא פאליס האבן איר געגעבן די קינדער זי האט נישט זיי אליין גענומען
מען קען מאריך זיין און איבערגיין יעדע תגובה זיינע אבער איך האב נישט געהערט רוב פון די טרייעל והאמת עד לעצמה
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 08, 2021 11:33 pm
דורך רביה''ק זי''ע
תוהו ובוהו האט געשריבן:טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:די עוולה פין לב טהור איז נישט אז זיי פירען זי אנדערש, די עוולה איז א זיי באצוינגען זיך צי פירען אנדערש, מרת טעלער האט עדות געזאגט אין געריכט אז מהאט איר געלייגט אין חרם, אין אוועקגענומען די קינדער פארן נישט אויספאלגן די איסר אויף אייער,
המממ..
און ביינונז?
דו דערמאנסט מיר פון יענע מעשה פון יענער רב וואס האט אין א דרשה פארפירט איבער דאס הארבקייט פון רעדן לשון הרע, ״רעדן לשון הרע איז פונקט אזא עבירה ווי עסן חזיר!!״ האט ער אויסגעשריגן מיט פאטאס, הערט ער ווי איינער שושקעט זיך אונטער צו זיין חבר ״האסטו געהערט וואס דער רב האט אקוראשט געזאגט?! עסן חזיר איז נישט אזוי געפערליך, סך הכל איז עס ווי רעדן לשון הרע...״
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 09, 2021 12:17 am
דורך חכמת שלמה
נפה, ביסט א ליגענער!
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 09, 2021 12:30 am
דורך קהל'ס נער
חכמת שלמה האט געשריבן:נפה, ביסט א ליגענער!
זיי ביטע מסביר פארוואס ער איז א ליגענער, @נפה האט זיך מסביר געוועין פארוואס ער האלט דיך פאר א ליגענער, די קענסט עים נישט אפפרעיגן מיט א פראסטע "די ביסט א ליגענער" די דארפסט זיך מסביר זיין.
איך ווייס נישט ווער איז די אמת'ע ליגענער (אקסי-מורון

), אבער סתם אויסברעכן א סטעיטמענט אן קיין דעקונג, איז נישט אויף ק"ש סטאנדארט.
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 09, 2021 12:54 am
דורך נפה
חכמת שלמה האט געשריבן:נפה, ביסט א ליגענער!
יוש
ליגענט איך ???
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 09, 2021 1:06 am
דורך חכמת שלמה
קהל'ס נער האט געשריבן:חכמת שלמה האט געשריבן:נפה, ביסט א ליגענער!
זיי ביטע מסביר פארוואס ער איז א ליגענער, @נפה האט זיך מסביר געוועין פארוואס ער האלט דיך פאר א ליגענער, די קענסט עים נישט אפפרעיגן מיט א פראסטע "די ביסט א ליגענער" די דארפסט זיך מסביר זיין.
איך ווייס נישט ווער איז די אמת'ע ליגענער (אקסי-מורון

), אבער סתם אויסברעכן א סטעיטמענט אן קיין דעקונג, איז נישט אויף ק"ש סטאנדארט.
ער האט קודם אויסגעבראכן, נישט איך (קוק דרייצן תגובות צוריק).
יעדער וואס האט בפועל מיטגעהאלטן די קארט, וועט מודה זיין און מסכים זיין אז איך בין געווען אקאראט. מיינע אייגענע אנאליזן זענען דאך געווען אייגנס, אבער די באריכטן פון קארט זענען געווען פונקטליך, אפילו ווען עס איז געווען קעגן לב-טהור, האב איך גערעדט און געזאגט אביעקטיוו, וועלכע עדות עס איז געווען גוט פאר וועלכע זייט. איך האב גארנישט באהאלטן. נפה קומט און פארדרייט זאכן, זאגנדיג אפענע שקרים. מען האט איר קיינמאל נישט געפרעגט צי זי וויל זען נחמן אין תפיסה. זי האט קיינמאל נישט געזאגט אז מען איז איר באפאלן מיט גאנס און מיט א רעוואלווער. זי האט קלאר געזאגט אז זי האט אליין גענומען די קינדער, אדער אז זי האט געבעטן אנדערע זאלן דאס נעמען פאר איר. דאס וואס נפה שרייבט איז נישט אקאראט.
יעדער וואס האט מיטגעהאלטן דעם קארט, וועט מסכים זיין צו מיר.
און... איך גיי זיך נישט אראפלאזן און זיך דינגען מיט נפה אויף יעדע שטות.
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 09, 2021 1:16 am
דורך קהל'ס נער
חכמת שלמה האט געשריבן:קהל'ס נער האט געשריבן:חכמת שלמה האט געשריבן:נפה, ביסט א ליגענער!
זיי ביטע מסביר פארוואס ער איז א ליגענער, @נפה האט זיך מסביר געוועין פארוואס ער האלט דיך פאר א ליגענער, די קענסט עים נישט אפפרעיגן מיט א פראסטע "די ביסט א ליגענער" די דארפסט זיך מסביר זיין.
איך ווייס נישט ווער איז די אמת'ע ליגענער (אקסי-מורון

), אבער סתם אויסברעכן א סטעיטמענט אן קיין דעקונג, איז נישט אויף ק"ש סטאנדארט.
ער האט קודם אויסגעבראכן, נישט איך (קוק דרייצן תגובות צוריק).
גערעכט ס'קומט אויך פעטש פאר דעים, (כ'האב עים ערשט יעצט
דא אנגעפראסקעט, זיינע באקען זענען עים נאך רויט)
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 09, 2021 1:23 am
דורך נפה
אז די ווילסט זיך נישט טענה׳ען איז נישט
עס קען אז איך בין נישט אזוי מדייק איך האב עס נישט געהערט אראפצושרייבן עס קען זיין אז מען האט איר געפרעגט צו זי איז ברוגז אויף נחמן נישט צו וויל אים זען אין תפיסה
לגבי די גאנס האט מען נישט גערעדט אז מען איז איר באפאלען נאר אז בשעת די פייט איז געווען גאן פיינר מצד לב טהור
לגבי די מעסער האב איך עס נישט געהערט פון איר נאר נאכגעהערט סא ווייס איך נישט
לגבי די קינדער ווענדט זיך וועלכע קינדער אזוי עטס אליין שרייבט
דאאון אנפאנג האב איך אויך געטראכט wow קוק ווי אזוי ער שרייבט אזוי אמת׳דיג אבער נאכען זען די תגובה וואס איך האב צוגעלינקט
האב איך געטוישט מיין מיינונג
דער עיקר האט מיר דארט געבאדערט די וועג ווי אזוי דו לייגסט אראפ די רעקארדינגס פון די טעלעפאון קאלס
Re: טרייעל פון האדמו"ר מלב טהור שליט"א
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 10, 2021 11:17 am
דורך ריפארטער
ווען האט די זשורי אנגעפאנגען די דעליבערעישאנס?
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 10, 2021 12:17 pm
דורך נפה
נחמן העלבראנץ און מאיר ראזנער זענען געפונען געווארען שולדיג אויף אלע קאנטס
יעצט רעדט מען פון די צוויי לב טהור וועבסיידס וואס פאבלישען דאקומענטס און רעקארדינגס פון די קעיס אנטקעגן די געזעץ
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 10, 2021 1:36 pm
דורך לך לך
נפה האט געשריבן:נחמן העלבראנץ און מאיר ראזנער זענען געפונען געווארען שולדיג אויף אלע קאנטס
יעצט רעדט מען פון די צוויי לב טהור וועבסיידס וואס פאבלישען דאקומענטס און רעקארדינגס פון די קעיס אנטקעגן די געזעץ
וואס ערווארט זיי?
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 10, 2021 2:29 pm
דורך moneyminded
זיי זיצן יעצט אין תפיסה ? אויב יא, וואו?
איז ערווארטעט יעצט נאך אזא שטרענגע פסק אז די גאנצע קולט וועט נעלם ווערן?
Re: טרייעל פון האדמו"ר מלב טהור שליט"א
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 10, 2021 2:39 pm
דורך אייער שפייז
לך לך האט געשריבן:נפה האט געשריבן:נחמן העלבראנץ און מאיר ראזנער זענען געפונען געווארען שולדיג אויף אלע קאנטס
יעצט רעדט מען פון די צוויי לב טהור וועבסיידס וואס פאבלישען דאקומענטס און רעקארדינגס פון די קעיס אנטקעגן די געזעץ
וואס ערווארט זיי?
Two leaders of the Lev Tahor cult have been found guilty by a jury on all charges pertaining to the 2018 Shabbos kidnapping of two children who escaped the cult, and now face life in prison.
https://www.theyeshivaworld.com/news/he ... arges.html
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 10, 2021 3:42 pm
דורך נפה
moneyminded האט געשריבן:זיי זיצן יעצט אין תפיסה? אויב יא, וואו?
איז ערווארטעט יעצט נאך אזא שטרענגע פסק אז די גאנצע קולט וועט נעלם ווערן?
זיי זיצן דא אין ניו יארק,
און לכאורה גייט זיך ליידער גארנישט טוישן אזוי ווי ביז יעצט ווען זיי וואנדערן ארום איבעראל רח"ל.
אגב עס איז נאכנישט דא קיין פסק נאר דער דזשורי האט געזאגט גילטי, אבער דער שופט האט נישט געאורטיילט קיין יארן וכדומה.
פאר מער קענסטו זען
דא
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 10, 2021 11:43 pm
דורך חכמת שלמה
איך האב נישט מיטגעהאלטן היינט ביים טרייעל. אבער איך האב געהערט, אז דער דזשארדזש האט עפעס גערעדט איבער נייעס פון קארט וואס מען האט ארויסגעליקט. האט ער געמיינט דאס וואס מיר שרייבן דא?
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 11, 2021 12:22 am
דורך טראכטכמוני
ער האט גערעדט וועגן 'עווידענס' וואס איז געליקט, לכאו' אויף די צוויי סייטס 'דשאסטיס פאר יאנטע' און 'לב טהור אינפא'
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 11, 2021 12:50 am
דורך נפה
יא ער האט קלאר גערעדט פון דאקומענטן וואס ליגט אויף א סייט און עס איז אנטקעגן די געזעץ.
די שאלה צו די געזעץ איז חל נאר אויף די באשולדיגטע, און אפי' אויב נישט, ווייס איך נישט צו עס גייט אן אין גוטעמאלא.
ער האט געזאגט אז מען דארף אויסגעפינען צו די אנגעקלאגטע האבן עס ארויסגעלייגט, למעשה האט עס א נאמען ווער עס פירט די סייטס און אויך ליגט עס שוין כמדומני נאך פאר די קארט.
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 11, 2021 1:04 am
דורך חכמת שלמה
קודם כל, איך מוז באדויערן דעם געפערליכן פסק וואס איז היינט ארויסגעקומען. איך ווייס נישט וואס צו זאגן, בפרט אז די קהילה בכלל איז אויף צרות, צושפרייט אויף דריי פלעצער, וואס פון יעדע פלאץ וויל מען זיי ארויסווארפן. זיי דרייען זיך ארום בעירום ובחוסר כל, מען האט זיי אוועקגענומען זייערע רענצלעך, זיי האבן גארנישט מיט זיך, קוים די קליידער וואס איז אויף זיי, און דאס איז אויך טיילווייז צוריסן, נאך די קלעפ וואס זיי האבן דארט געכאפט. א פרוי איז היינט אריין אין שפיטאל, מען האט איר צוגענומען פון דארט אלע קליידער. איך קען אייך נישט זאגן וואס מען מאכט מיט דארט. מען נוצט די אונטערוועש פאר דייפערס פאר די קינדער, ס'איז ממש גארנישט דא. דאס אלעס איז בשעת די ראשי העדה זענען אין תפיסה, יעדער איינער פארנומען מיט די אייגענע פראבלעמען... אוי, גאט זאל אפהיטן. ווער ווייסט וואס וואס דא וועט זיין...
צו אונזער ענין: דעם געפערליכן פסק איז בלויז צו פארדאנקען די כתב אישום וואס די גאווערמענט האט שפעטער פארראכטן. פון אנהויב האט מען נישט גערעדט פון טשיילד אביוז, און פון סעק.. קריימס. ס'איז געווען א פשוט'ע קידנעפינג קעיס. דאס וואלט נאך אריבערגעגאנגען גאנץ בחסד. מיטהאלטנדיג דעם טרייעל קען איך זאגן אז דאס האט געהאט געזונטע לעכער און ס'וואלט נישט געווען אזוי געפערליך. די צווייטע העלפט, וואס מען האט צוגעלייגט שפעטער, דאס האט געמאכט דעם שווארצן בילד און דאס האט גורם געווען צו די געפערליכע מצב.
צווישן מיר און ענק: פון אנהויב האט דאס קיינער נישט אנגעקוקט ווי א סעק. קריים. ווער האט געקלערט דערפון? - ס'איז געווען א פשוט'ער קידנעפינג קעיס, אזוי איז געווען די כתב אישום, אזוי האט מען געשמועסט איבעראל, עס האט נישט עולה על הדעת געווען פון קיינעם - כולל די גאווערמענט - אז מען רעדט פון אזעלכע סארט זאכן. יעדער פארשטייט אז נישט דאס איז געווען די כוונה דא. ווען זיי נעמען דעמאלס א פליה, וואלטן זיי אפגעקומען מיט צוויי דריי יאר, און מען האט זיי דעמאלס געגעבן אזא פליה, וואס זיי האבן אפגעווארפן. זענען זיי דעריבער געזעצן דריי יאר, נאך איידערן משפט. חיים יאנקל אליינס, האט געהאט די געלעגנהייט - עטליכע מאל - ארויסצוגיין פון תפיסה, אן גארנישט. ער האט כמעט גארנישט געדארפט זיך מחייב זיין און ער וואלט געקענט בלייבן מיט א קלין רעקארד. האט ער נישט געוואלט, כהוראת כ"ק מרן אדמו"ר תמ"ל (באמת האט ער געקלערט דערפון, דער רבי האט אים נישט געלאזט - די רעגירונג האט נישט ממש עפעס קעגן אים, זיי וואלטן אים געוואלט באפרייען).
צוריק צו אונזער נושא: פון אנהויב איז דאס נישט אנגעקוקט געווארן פאר א שמוץ קריים. שפעטער ווען די רעגירונג האט געזען אז זיי האבן גאנץ א שוואכע קעיס, האבן זיי צוגעלייגט געפערליכע טשארדזשעס. פון אנהויב האבן מיר געקלערט אז די גאנצע מטרה איז, דערמיט צו ברענגען די וויינגארטן ברידער קיין אמעריקע, מיר האבן געהאלטן אז עס מיינט נישט די ארעסטירטע אין אמעריקע. ליידער שטעלט זיך ארויס אז יא, דאס האבן זיי געמיינט. פשוט, ווייל אן דעם וואלט די קעיס נישט געווען אזוי שטארק. דערמיט האבן זיי געבויט א שטארקע קעיס.
ווער ס'האט מיטגעהאלטן דעם טרייעל, האט געזען, אז דער נושא האט בעיקר פארשווארצט די צורה פון לב-טהור בכלל, און פון די מעשה בפרט (מיר האבן אייך אראפגעגעבן טעגליכע באריכטן, טריט ביי טריט). עס איז קלאר אז ווען נישט די נושא, וואלט דער מצב נישט געווען אזוי געפערליך. אבער וואס קען מען טון? - אזוי האט זיך עס אויסגעשטעלט.
וואס דאס מיינט, יעדער וואס טראכט אביסל אריין (און ביטע טראכטן מיט לאגיק, נישט בלויז מיט אטאקירן - איך בין אויך א מענטש), אז באמת זענען זיי נישט אזוי שולדיג אין די ספעציפישע געשיכטע. והראיה, אז קיינער האט לכתחילה נישט געטראכט אז עס האט צו טון מיט סעק. ס'האט פשוט נישט עולה על הדעת געווען. בלויז שפעטער האט מען דאס צוגענייט אויפן קעיס. דאס מיינט אז מען דארף האבן א גאוניש'ן פשעטל ארויפצודרייען די נושא, אז מען האט געמיינט סעק. אביוז, אז די פירער פון לב-טהור האבן געהאט די איינציגסטע כוונה, צו ברענגען די מיידל צו א פלאץ, אז דער זכר זאל עס טון צו איר, דוגמת די גוי'אישע רויבער וואס כאפן מיידלעך און פארקויפן זיי אלס שפחות מין צו דריטע וועלט לענדער, היל"ת רח"ל. מיטן צווייטן כתב אישום, האט עס די גאווערמענט אראפגעלייגט אויף דעם וועג, אז פשוט דאס איז געווען די כוונה פון די קינדנעפינג, איר צו ברענגען צום זכר וכו'.... און אלס ראיה דערצו האט מען אראפגעברענגט די נושא פון מיינערס אין לב טהור, און נאך ענינים וואס מען קען דאס פונקט אזוי ארויפפאקן אויף אנדערע חסידי'שע מקומות, וואס ברענגט ארויס אז די כוונה פון די קידנעפינג איז געווען בלויז דערפאר.
אין אנדערע ווערטער, מען האט עס געמאכט אויסקוקן, אז די דזשורי זאל דאס זען ווי א קארניבאלישע געשיכטע, ווי מען כאפט מיידלעך אינמיטן גאס, זיי צו ברענגען צו זכרים פון די קהילה וכו' (איך האב זיך שוין אויסגעלערנט דער ווארט דא אויף דעם - "מאחורי אלערט"...). דאס, און בלויז דאס, האט געמאכט א גאר טונקעלע בילד אויף די דזשורי, און דאס האט געמאכט דעם שווערן פסק.
אבער אזוי ווי מיר האבן שוין ערווענט, פון אנהויב האט קיינער נישט געקלערט דעם וועג. יעדער האט פארשטאנען אז די כוונה איז געווען, אז זי זאל צוריקקומען צו לב טהור, און אטאמאטיש אויך צו איר מאן (די גוי'אישע געריכטן האבן פיל מאל אנערקענט נישואין אין אזעלכע פעלער), קיינער האט נישט געקלערט פון איר מאכן א שפחת מין - סעק. סלעיוו וכו'. און טאמער וואלט דאס געווען די נושא, וואלטן זיי געהאט גוטע שאנסן צו געווינען דער משפט.
אין אנדערע ווערטער מיינט דאס: אז באמת זענען זיי נישט אזוי שולדיג, אבער דאס איז די גאווערמענט! - זיי האבן זיך פארטשעפעט מיטן גאווערמענט, זיי האבן נישט געוואלט נעמען קיין פליה, און זיי האבן פארפירט דא און דארט, ואכמ"ל, האט מען זיי געוויזן דעם וועג... טשעפע זיך נישט מיט אונז...
לסיום, איך וויל שטארק בעטן. איך בין א מענטש מיט געפילן, פונקט ווי יעדער איינער. ביטע נישט שעלטן, אטאקירן און באליידיגן. עס קלאפט מיר שטארק אראפ און עס טוט מיר וויי ווען מען טוט דאס. איר קענט רעדן לגופו של נושא, אבער נישט אראפקלאפן. איך ווער זייער וויי-געטון ווען מען טוט דאס. איך בין אויך א מענטש און איך האב געפילן פונקט ווי יעדער אנדערער. למעשה טוה איך אייך א טובה, איך האב געברענגט טעגליכע באריכטן און איך מיין אז איך בין געווען זייער אויפריכטיג, און יעצט בין איך אויך מיט דעם דאזיגן באריכט. באציט זיך צו מיר מענטשליך, רעדטס לגופו של ענין און קלאפט מיר נישט אראפ, ביטע.
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 11, 2021 6:40 am
דורך בת קול
ב"ה די קארט האט איינגעזעהן וואס דאס איז. **** טרעפיקינג בתפארתו.
נעמט איז די צייט פאר עסקנים זיך צו ווענדן צו די משפחות און זיי העלפן קומען קיין אמעריקא זיך שטעלן אויף די פיס.
זיי צושפרייטן- א משפחה אין מאנסי, א משפחה אין ק"י א.א.וו. אז די פארשאלטענע כת זאל מער נישט האבן קיין קיום.