נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 17, 2013 5:33 pm
איינער פארשטייט וואס דער "האחד בא לגור וי-טיפוש" וויל דא?
http://vps9000.inmotionhosting.com/~kavesh6/
http://vps9000.inmotionhosting.com/~kavesh6/viewtopic.php?t=2091
מאנדלבאום האט געשריבן:אן אריינגיין אין הוכחות צו איז יא דא כפירה אדער נישט,
אן אריינגיין אין א משא ומתן וואס איז דער גדר פון כפירה,
אן דן זיין בכלל צו איז דא ליצונות פון אידישיזם אדער נישט,
אן נעמען אין באטראכט צו איז דא הפקרות אין ענינים שהצניעות יפה להם אדער נישט.
איין זאך אבער, גענוג אויף מעורר זיין חשבון נפש.
מיט וואס באשולדיגט מען "קאווע שטיבל"?
מיט וואס באשולדיגט מען "אייוועלט"?
"קאווע שטיבל" שרייט חי וקים, אז זי איז כלל נישט הפקרות'דיג, נאר ערליך וואויל און פיין וואס היטן אידישקייט שטרענג,
"אייוועלט" שרייט חי וקים, אז זי איז כלל נישט מצומצם'דיג נאר ערליך וואויל און פיין וואס היטן אידישקייט שטרענג,
טא פארוואס באשולדיגט מען איטליכן מיט אן אנדער שולד?
העי... א בילבול פון "אייוועלט"....
העי... "קאווע שטיבל" פלאצט פון קנאה...
אלעס פיין און וואויל, אבער ווארום 'טוט זיך אן' דאס אויף דעם, און יענץ אויף דעם?