בלאט 8 פון 10

נשלח: מיטוואך אפריל 10, 2013 2:42 pm
דורך איך זאג דיר
ס'איז דא אזויפיל פון וואס צו שרייבן, אטו כי רוכלא ליחשיב וליזיל, לאמיר שוין זען ווי מ'קומט ארויס מיט דעם אזוי געגארטן בלעטל וואס מ'וועט צוכאפן ווי הייסע פיצא, אויך האלט איך אז מ'זאל דעם בלעטל א נאמען געבן. "דער פענסטער" און אונטער די דאזיגע ווערטער זאל שטיין מיט קליינע אותיות "צו די וועלט" ווי צו זאגן אז דער בלעטל איז דער פענסטער צו די וועלט,

נשלח: מיטוואך אפריל 10, 2013 7:09 pm
דורך חזקיהו המלך
אפדעיטעד:


קאלום'ס וואס זענען דערווייל שוין דא:

מיטל מזרח אנאליז ............................... ממי_שאמרו

הליכות והלכות ................................... משה געציל

סיפורי צדיקים .................................... מורינו הרב

פין די ארכיוון ............ א אלטע גוטע ארטיקעל אויסגעגראבען פין קאווע שטיבעל אדער אייוועלט

חינוך אין השקפה ................................ יאיר

קאנספיראציע קאלום ............................ חזקיהו המלך

גרויסע מעשיות אויף קליינע מענטשען ........... קאווע טרינקער

היסטאריע קאלום ............................... היסטאריקער

קארטון - קאריקאטור ............................ גנדי

געזעהן אין געהערט - אבזערוואציעס פין א מענטשען באבאכטער- .... יואליש

א געדאנק אין הלכה .................... היימישער ליטוואק

* ווערט געזוכט איינער צי אנאליזען איבער אינטערנאציאנאלע פאליטיק,
* ווערט געזיכט איינער צי באריכטען נייעס אין אנעקדאטען פין היימישע קרייזען,
* אינטערנאציאנאלע ניק'ס, ווערט א קארעספאדאנט פין אייער שטאט, לאנד,

נשלח: מיטוואך אפריל 10, 2013 7:56 pm
דורך היימישער ליטוואק
חזקיהו המלך האט געשריבן:אפדעיטעד:


קאלום'ס וואס זענען דערווייל שוין דא:


איך האלט אז אזוי ווי אלע גליונות דארפן מיר אויפקומען מיט א טהים באטיטעלנדיג יעדע קאלום מיט א קאווע-פארבינדענער קעפל. איך האב געשריבן עטליכע דוגמאות. טייל פון זיי געפעלן מיר אויך נישט, סאו האט נישט מורא צו קריטיקירן

אריענטל קאווע

מיטל מזרח אנאליז ............................... ממי_שאמרו

קוה אל ה'
הליכות והלכות ................................... משה געציל

איבער א גלעזל קאווע
סיפורי צדיקים .................................... מורינו הרב

אלטע קאווע
פין די ארכיוון ............ א אלטע גוטע ארטיקעל אויסגעגראבען פין קאווע שטיבעל אדער אייוועלט

קאווע גלעזל פון א מחנך
חינוך אין השקפה ................................ יאיר

וואס ליגט אונטער די קאווע
קאנספיראציע קאלום ............................ חזקיהו המלך

גרויסע מעשיות אויף קליינע מענטשען ........... קאווע טרינקער

טעם פון א פארצייטישע קאווע
היסטאריע קאלום ............................... היסטאריקער

קאווע'רטון
קארטון - קאריקאטור ............................ גנדי


ניכר בכוסו
געזעהן אין געהערט - אבזערוואציעס פין א מענטשען באבאכטער- .... יואליש


א געדאנק אין הלכה .................... היימישער ליטוואק

* ווערט געזוכט איינער צי אנאליזען איבער אינטערנאציאנאלע פאליטיק,
* ווערט געזיכט איינער צי באריכטען נייעס אין אנעקדאטען פין היימישע קרייזען,
* אינטערנאציאנאלע ניק'ס, ווערט א קארעספאדאנט פין אייער שטאט, לאנד,

נשלח: מיטוואך אפריל 10, 2013 8:14 pm
דורך ברוין
נייעס קען מען פשוט צוזאמענעמען שעפטיל'ס טעגליכע נייעס באריכטן. עס ליגט דארט אלעס און נאך מיט א שפריץ פון הומער

נשלח: מיטוואך אפריל 10, 2013 8:18 pm
דורך [NAMELESS]
אה, שלום עליכם ברוין!!
יא, איך האב באמערקט אז די פעלסט

נשלח: מיטוואך אפריל 10, 2013 8:47 pm
דורך ברוין
פארוואס קען מיין קהלה נישט האבן אזא באטעמטע ראש הקהל? גיי פיגער

נשלח: מיטוואך אפריל 10, 2013 9:02 pm
דורך אביגדור
אינטרעסאנט.

נשלח: מיטוואך אפריל 10, 2013 9:32 pm
דורך גימפל
מען פלאנירט דא נעמען, שרייבערס, קעפלעך און וואס נישט, א דאטום פאר די ערשיינונג פון די ערשטע אויסגאבע, איז דא עפעס א פלאן? אדער מען שפינט דא סתם זיסע פאנטאזיעס?

נשלח: מיטוואך אפריל 10, 2013 9:44 pm
דורך געפילטע פיש
קו ועגול............שלום בית ביילאגע

נשלח: מיטוואך אפריל 10, 2013 10:11 pm
דורך newkave
וואס וועט זיין מיט אביסל דיקעפינעיטעד?

נשלח: מיטוואך אפריל 10, 2013 10:18 pm
דורך יואליש
כ'וועל שרייבן די וועטער און זמנים.

ווער געדענקט ווען "דער איד" פלעגט האבן א האלבע בלאט פאר וועטער, גענוי מיט די הומידיטי און פרעסיפיטאציע פאר מעלבוירן, כאילו די אידענע וואס וויל וויסן צו זי זאל אנטהון די נעווי אדער גרויע "טאפ" איז שטאק אינטערעסירט אין די פארע מעסטונג.

נשלח: מיטוואך אפריל 10, 2013 10:23 pm
דורך יאיר
כ'האב אמאל שפאצירט אויף די וויליאמסבורגער גאסן אין א גרינעם דאנערשטאג, און אן אלטע פרוי שרייט ארויס פון פענסטער, "זאג נאר, וואס איז היינט, דאנערשטאג אבער פרייטאג?!" איך האב געענטפערט אז ס'איז דאנערשטאג, און זי האט אפגעאטעמט מיט פארלייכטערונג. ערשט דעמאלט האב איך יורד געווען לעומק דעתו פונ'ם ווייטן בליק פון סאטמאר רב וועלכער האט געהייסן שרייבן דעם דאטום אויפ'ן איד.

נשלח: מיטוואך אפריל 10, 2013 11:00 pm
דורך אביגדור
יואליש האט געשריבן:כ'וועל שרייבן די וועטער און זמנים.


וויכטיג.

נשלח: מיטוואך אפריל 10, 2013 11:20 pm
דורך לעמאן דזשוס
אן עדיטאריעליסט האסטו שוין? א צייטונג אן א ווארט פונעם צייטונג איז ווי 'מצליח' ווילסט אזוי אויסזעהן?

נשלח: מיטוואך אפריל 10, 2013 11:56 pm
דורך בן תמליון
איך וואלט געשריבן אן ערצעהלונג אין פארזעצונגען, וועל איך מוזן האפן דער בלעטל זאל אנגיין נישט צו לאזן דעם עולם אינמיטן די מעשה.

נשלח: דאנערשטאג אפריל 11, 2013 12:10 am
דורך קאווע טרינקער
בן תמליון האט געשריבן:איך וואלט געשריבן אן ערצעהלונג אין פארזעצונגען, וועל איך מוזן האפן דער בלעטל זאל אנגיין נישט צו לאזן דעם עולם אינמיטן די מעשה.

מיט אזעלכע מהרסים ווי דו, ווי מנשה בן חזקיהו בשעתו... קען דער קעניג נישט פירען קיין טיש.

נשלח: דאנערשטאג אפריל 11, 2013 12:16 am
דורך קאווע טרינקער
"קאווע בלעטל" איז צו כיתה ח'דיג.
אפשר דאס

of Coffee קאפ Our

יא, דאס איז, ס'געפעהלט מיר. זהו.

נשלח: דאנערשטאג אפריל 11, 2013 12:24 am
דורך קאווע טרינקער
:like
איך לייק מיך אליינס, ווייל כ'לייק דאס.

נשלח: דאנערשטאג אפריל 11, 2013 12:30 am
דורך פוןדעסטוועגןדאך
יואליש האט געשריבן:כ'וועל שרייבן די וועטער און זמנים.

ווער געדענקט ווען "דער איד" פלעגט האבן א האלבע בלאט פאר וועטער, גענוי מיט די הומידיטי און פרעסיפיטאציע פאר מעלבוירן, כאילו די אידענע וואס וויל וויסן צו זי זאל אנטהון די נעווי אדער גרויע "טאפ" איז שטאק אינטערעסירט אין די פארע מעסטונג.
א שיינער פלפול בענין די וועטער

נשלח: דאנערשטאג אפריל 11, 2013 12:34 am
דורך נולד מאוחר
איינער האט רב וואקסמאן'ס אימעל עדרעס?
כוויל עם עס שיקען ווי נאר סקומט ארויס. פארן נעקסטען כינוס כלל ישראל, וועט ער טראכטן צוויי מאל פאר ער איז מזלזל אונעם כח פונעם אינטערנעט.

נשלח: דאנערשטאג אפריל 11, 2013 12:36 am
דורך atmybest
מען זאל עס רופן 'קאווע שטינק' ע'ש אותו צדיק...

נשלח: דאנערשטאג אפריל 11, 2013 12:58 am
דורך אביגדור
קאווע טרינקער האט געשריבן:"קאווע בלעטל" איז צו כיתה ח'דיג.
אפשר דאס

of Coffee קאפ Our

יא, דאס איז, ס'געפעהלט מיר. זהו.

יא?

נשלח: דאנערשטאג אפריל 11, 2013 1:00 am
דורך נולד מאוחר
איך גלייך נישט די 'our' סאיז אביסעל ברסלב דיג קולטיש.