בלאט 8 פון 11

נשלח: דינסטאג יולי 22, 2014 9:53 pm
דורך ישראל קאפקע
אפטעמיסט האט געשריבן:"בוך" בלשון יחיד שרייבט מען מיט א וואו, בלשון רבים שרייבט מען "ביכער" מיט א יוד, וכן "ביכל".

דאס זעלבע איז מיט פוס-פיס שוך-שיך ברודער-ברידער וכו'
לשון יחיד איז מיט א ואו, און לשון רבים מיט א י,
חוץ ווען מען וויל זאגן קליינטשיג זאגט מען אויך מיט א י, למשל פיסעלע, שיכעלע, ברידערל, אפילו בלשון יחיד.

נשלח: דינסטאג אוגוסט 19, 2014 11:19 pm
דורך אפטעמיסט
אז דער פרעימער פון מדינת ישראל שרייבט אזוי איז מן הסתם ריכטיג, אבער איז דען טאקע אזוי? אט ליינט זיך דער ערשטער פאראגראף פון ביבי נתניהו'ס בריוו צו דאס יהדות הגולה: the Jewish people always comes together. איז דען נישט ריכטיג צו שרייבן come (בלשון רבים)?

[tag]פידלער[/tag] קום ארויס פון דיין לאך.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 24, 2014 5:41 pm
דורך נפש יהודי
איך וויל מאכן א קליינע באמערקונג בנוגע נוצן דעם ריכטיגן טערמין צו ווערטער. כ'האף דאס וועט נישט פארדריסן פאר דעם אזרח הלמאי ס'קומט זיך דא א גר, און נאך בעפאר'ן כאפן א טבילה דא כדת ודין זוכט ער שוין יענעמ'ס טעותים. דער אמת איז אז איך גראב אריין מיין קאפ אין דעם אקטיוון פאעזיע-פארמעסט זע איך אך ורק שעפערישקייט פון א גאר הויכן קאליבער. פארט זע איך ווי א קליין טעות ווערט נאכאנאנד איבערגע'חזר'ט. איך קלער אז אפשר וועלן די וועלכע האבן דעם גרייז מיך דאנקבאר זיין ווי איידער צייגן רוגזה.

פאעזיע איז נישט דאס ריכטיגע ווארט צו באציען זיך צו א poem. ס'איז ליבערשט דער אלגעמיינער טערמין אין דער צווייג פון שריפט וואס מען רופט אויף דער ענגלישער שפראך "poetry".

דאס ליד זעלבסט ווערט אויף יידיש גערופן "פאעמע". אויף ענגליש poem.

דער מחבר, אויף ענגליש poet, ווערט אויף יידיש גערופן א דיכטער.( טייל שרייבן דאס ווי אין ענגליש, פאעט.)

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 24, 2014 6:03 pm
דורך נפש יהודי
אבטולמוס האט געשריבן:
אפטעמיסט האט געשריבן:אז דער פרעימער פון מדינת ישראל שרייבט אזוי איז מן הסתם ריכטיג, אבער איז דען טאקע אזוי? אט ליינט זיך דער ערשטער פאראגראף פון ביבי נתניהו'ס בריוו צו דאס יהדות הגולה: the Jewish people always comes together. איז דען נישט ריכטיג צו שרייבן come (בלשון רבים)?

[tag]פידלער[/tag] קום ארויס פון דיין לאך.


[tag]אפטעמיסט[/tag], "דזשואיש פיפל" איז א יחיד, הגם דאס "פיפל" איז צוזאמענגעשטעלט פון א רבים.

גערעכט. אזוי ווי גרופע, עולם וכדו', ווערטער וואס אין באדייטונג באציען זיי זיך טאקע צו א רבים, אבער זיי ווערן גענוצט בלשון יחיד.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 24, 2014 6:17 pm
דורך ישראל קאפקע
[tag]נפש יהודי[/tag]
אז מיר האבן שוין יא אזא קענער אין אידיש, לאמיר פרעגן, וויאזוי זאגט מען 'פעינטינג' אין אידיש, איך נוץ געווענליך 'געמעל', איז פאראן עפעס א בעסערן ווארט?

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 24, 2014 6:19 pm
דורך אפטעמיסט
דאס ווייס איך; אזוי מען שרייבט "דער עולם" וכדו'. דארף מען אבער שרייבן comes?

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 24, 2014 6:28 pm
דורך מאטי
ישראל קאפקע האט געשריבן:[tag]נפש יהודי[/tag]
אז מיר האבן שוין יא אזא קענער אין אידיש, לאמיר פרעגן, וויאזוי זאגט מען 'פעינטינג' אין אידיש, איך נוץ געווענליך 'געמעל', איז פאראן עפעס א בעסערן ווארט?

גוגל טרענסלעיט "פעינטינג" פון ענגליש-עיברית איז "ציור."
"ציור" פון עיברית-אידיש, זאגן זיי "צייכענונג"

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 24, 2014 6:31 pm
דורך נפש יהודי
ישראל קאפקע האט געשריבן:[tag]נפש יהודי[/tag]
אז מיר האבן שוין יא אזא קענער אין אידיש, לאמיר פרעגן, וויאזוי זאגט מען 'פעינטינג' אין אידיש, איך נוץ געווענליך 'געמעל', איז פאראן עפעס א בעסערן ווארט?

מ'קען אויך נוצן מאלעריי. איך בין אגב נישט אזא ידען. כ'האב נאר אן אינטערעס אין דעם פעלד, איך בין דא ללמוד פונקט צו נאך מער ווי אויף ללמד.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 24, 2014 6:56 pm
דורך כוכב
צי נאך מער.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 24, 2014 7:27 pm
דורך נפש יהודי
אפטעמיסט האט געשריבן:דאס ווייס איך; אזוי מען שרייבט "דער עולם" וכדו'. דארף מען אבער שרייבן comes?

דאס ווארט people קען ווערן גענוצט סיי בלשון רבים ( ווי געווענליך), און אויך בלשון יחיד. אין יענעם פאל איז דאס א לשון יחיד, און צו מאכן אזא ווארט פאר א לשון רבים וועט דאס ווערן peoples. דאס איז ספעציעל ווען מ'וויל זיך באציען צו א גרעסערער גרופע פון מענטשן, א באפעלקערונג וכדו'.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 24, 2014 7:37 pm
דורך נפש יהודי
כוכב האט געשריבן:צי נאך מער.

גערעכט. כ'האב געמאכט א טעות. דאכט זיך אבער אז אין דעם היימישן אידיש נוצט מען צי נאר פאר שלעפן.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 24, 2014 7:39 pm
דורך כוכב
צי אזוי צי אזוי שרייבט מען אויך על פי רוב מיט א 'צי'.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 24, 2014 7:42 pm
דורך אפטעמיסט
ריכטיג איז צו שרייבן "צי" וכן נוהגים, אבער פון מרת ראטה איז משמע אז "צו" איז נישט גרייזיג. אלו ואלו דברי אלוקים חיים.

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 29, 2014 1:01 pm
דורך ונבנתה העיר
'ראיות', נישט 'ריאות', חוץ אז מען מיינט לונגן.

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 2:00 pm
דורך ונבנתה העיר
איך 'זוך' מיינע גלעזער - 'איך זיך' איז א דאבעל נעגאטיוו ;)

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 2:21 pm
דורך ברסלבער
ונבנתה העיר האט געשריבן:'ראיות', נישט 'ריאות', חוץ אז מען מיינט לונגן.

לונגען

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 5:10 pm
דורך שמן זית
בנוגע צו\צי איז די חילוק פשוט.

איך האב גערעדט צו ראובן, ער האט זיך געמאכט ווי ער הערט נישט, האב איך אים געגעבן א צי זיין רעקל.

כן נראה פשוט לענ"ד.

איינער איז מחולק?

נשלח: מיטוואך אפריל 08, 2015 1:46 pm
דורך ונבנתה העיר
זה הוא, נישט זה הא.

די טעות שטאמט לכאורה פון די ליטווישע/ישראלישע הברה.

נשלח: מיטוואך אפריל 08, 2015 9:07 pm
דורך כוכב
שמן זית האט געשריבן:בנוגע צו\צי איז די חילוק פשוט.

איך האב גערעדט צו ראובן, ער האט זיך געמאכט ווי ער הערט נישט, האב איך אים געגעבן א צי זיין רעקל.

כן נראה פשוט לענ"ד.

איינער איז מחולק?


די כללים זענען שוין כמה פעמים אויסגעשמועסט געווארן.
רוב שרייבער האלטן זיך צו דעם כלל, ווען צי דינט אלס אדער, צי אזוי צי אזוי, טאג צי נאכט, צי יא צי ניין, שרייבט מען צי נישט צו.

נשלח: מיטוואך אפריל 08, 2015 9:11 pm
דורך berlbalaguleh
מאטי האט געשריבן:
ישראל קאפקע האט געשריבן:[tag]נפש יהודי[/tag]
אז מיר האבן שוין יא אזא קענער אין אידיש, לאמיר פרעגן, וויאזוי זאגט מען 'פעינטינג' אין אידיש, איך נוץ געווענליך 'געמעל', איז פאראן עפעס א בעסערן ווארט?

גוגל טרענסלעיט "פעינטינג" פון ענגליש-עיברית איז "ציור."
"ציור" פון עיברית-אידיש, זאגן זיי "צייכענונג"

מאטי: גוגל טרענסלעיט איז ראנג. (עז יוזשועל.). ווייל די ענגלישע איבערטייטש פון צייכענונג איז "סקעטש". און דאס טוט נישט באשרייבן א הערליך געמאלן בילד...!

נשלח: מיטוואך אפריל 08, 2015 9:36 pm
דורך געפילטע פיש
אפטעמיסט האט געשריבן:דאס ווייס איך; אזוי מען שרייבט "דער עולם" וכדו'. דארף מען אבער שרייבן comes?

שרייבסט דער עולם קומט אדער דער עולם קומען?

נשלח: מיטוואך אפריל 08, 2015 9:37 pm
דורך געפילטע פיש
מיר האט מען מגיה געווען אין פה-סח פון אודך (נאכאמאל) אויף עודך. איז דאס טאקע גערעכט? איך ווייס אז דאס קומט פון אודך כי עניתני וואס מ'זאגט איבער צוויי מאל.

נשלח: מיטוואך אפריל 08, 2015 9:43 pm
דורך berlbalaguleh
געפילטע פיש האט געשריבן:מיר האט מען מגיה געווען אין פה-סח פון אודך (נאכאמאל) אויף עודך. איז דאס טאקע גערעכט? איך ווייס אז דאס קומט פון אודך כי עניתני וואס מ'זאגט איבער צוויי מאל.

געפילטע: דאס ריכטיגע ווארט איז "עודך". נאר מ'נוצט דאס ווארט "אודך" פון הלל אלס א מליצה...!