בלאט 8 פון 22

נשלח: זונטאג יוני 09, 2013 2:51 pm
דורך שמעקעדיג
יעצט באקומען

היום!! פעדערעל פלאזא!! לחלל שם שמים!
דער אייבערשטער וויל אינז ווייזען אז ענק ווארפען זיך מיט בחורים, קען ער בעסער!!!...
רשעי ישיבות.....הערטס ענק אויף צו ווארפען מיט די טייערע בחורי חמד וועט בטל ווערן די גזירה..!!

נשלח: זונטאג יוני 09, 2013 2:55 pm
דורך איך אויך
סאונדס לייק מוסטר פון כווייס-נישט-וויזוי-מען שרייבט-זיין-ארגאניזאציע.

נשלח: זונטאג יוני 09, 2013 2:57 pm
דורך שעפטל
מ'ענדיגט די לעצטע דעטאלן....
IMG-20130609-WA064.jpg
IMG-20130609-WA064.jpg (102.23 KiB) געזען געווארן 2905 מאל

נשלח: זונטאג יוני 09, 2013 2:58 pm
דורך שמעקעדיג
איך בין סתם נייגעריג, איך קען זיך נישט אויס אין מאנהעטן,
וואס איז דער פלאץ?

נשלח: זונטאג יוני 09, 2013 2:59 pm
דורך שעפטל
יעצט באקומען!!! (כ'האב עס נישט קאנפירמט)

הגאון הגדול ר' מתתי' סולומון שליט"א המשגיח, נכנס כעת לישיבה בלייקווד והורה לציבור לנסוע לעצרת, הוא אמר ששאל את המשגיח הגאון ר' דן סגל שליט"א מה דעתו של ראש הישיבה הגראי"ל שטיינמן שליט"א, וענה לו שלא אמר אף פעם לא לנסוע לעצרת.

נשלח: זונטאג יוני 09, 2013 3:05 pm
דורך יצמחפרקני
שמעקעדיג האט געשריבן:איך בין סתם נייגעריג, איך קען זיך נישט אויס אין מאנהעטן,
וואס איז דער פלאץ?


אזא נייגעריגער, ווארטס אויס בלויז 1 שעה וועסטו אליין זעהן!

עס איז הארט נעבן סיטי-האל! דאס ווייסטו יא? ממש ביים ברוקלין בריק, נישט ווייט פון די געוועזענע טווין טאוערס

נשלח: זונטאג יוני 09, 2013 3:06 pm
דורך יואליש
כ'האב פרובירט צו העלפן נוטרונא יארן צוריק. זיי זענען נישט מער פון א אפיס און א ראטערי פאן. קיין שום עקספערטיז אין מידיא, פאליטיקס, און קאמיוניקאציע. אבער דען איגען, די אלע אקטיוויטעטן זענען ממילא פארן אינערליכע עולם. קען מיר איינער זאגן וואס מיינט א סוקסעספול פראטעסט, א סוקסעספול מידיא קאמפעין? וואס איז די ציל און וויאזוי מעסט מען סוקסעס. איז די פראטעסט געצילט צו טוישן דעת האומה"ע (אראפנעמען די חרון אף, צו ניצען סאטמערע לינגא)? אויב יא, ווייסט איינער ווי די דעת שטייט יעצט, אז מ'זאל קענען מעסטן צו די מערכה מאכט פראגרעס? איז דא פאקוס גרופעס? אנטקעטעס? אדער איז די ציל צו ווירקען אויף ישראל'ס פאליסיס לגבי חרידים? דאס איז שוין גרינגער צו מעסטן, הגם נישט אזוי גרינג צו לינקן עס צו די איינע פראטעסט פון דריי שעה אין א ווינקעל אין מאנהעטן אויף א וויקענד נאכמיטאג.

אבער מיין עקספעריענס איז געווען אז די ציל פון פראטעסטן איז אז סאטמאר זאל שפירן פאר זיך אליין אז די מערכה וואס האט אמאל עקזעסטירט (הגם איבערגעטריבן אין איינפלוס אין די סאטמאר'ע מיינד) גייט ווייטער אן, דאס גיט א סענס אוו שטאלץ אינעם סאטמארן אידענטיטעט (וואס איז באמת וויכטיג), ווי אויך איז דא די דיימענשאן פון די מיהו סאטמאר קאמפלעקס, ווי יעדער פרובירט צו צייגן איך בין די אוטענטישע סאטמאר. ממילא ערווארט איך אז דער איד און דער בלאט זאלן האבן אויפן פראנט פעידזש אז די ניו יארק טיימס מיטן וואל סטריט זשורנאל האבן דאס געקאווערט, און אז פאליציי האט געשאצט, און אז ס'האבן געפלאסן אוטובאסן און זיך געשלענגעלט קאראוואנען, בייגעלייגט מיט אויסצוגן פון אפאר בלאג פאוסטס, און טריאמפירן אז מאז היתה ישראל לגוי איז נאכנישט געווען אזא הפצה פון די שיטה. אבער באמת אויב איינער זאל שפענדן די געלט, וואלט אן אנטקעטע מסתם געוויסן אז מער מענטשן ווייסן צו זאגן פון מציצה בפה און מאלעסטעשאן מיסברויכן אין סאטמאר ווי ווייסן צו זאגן אז א שיטה עקזעסטירט.

חרון אף מיין פיס.

נשלח: זונטאג יוני 09, 2013 3:09 pm
דורך שעפטל
חלק אויבן אן
IMG-20130609-WA069.jpg
IMG-20130609-WA069.jpg (78.96 KiB) געזען געווארן 2869 מאל

נשלח: זונטאג יוני 09, 2013 3:11 pm
דורך קאווע טרינקער
יעצט באקומען, (כ'ווייס נישט פון וועלכע חצר דאס איז)

נשלח: זונטאג יוני 09, 2013 3:19 pm
דורך קאווע טרינקער
שעפטל האט געשריבן:חלק אויבן אן

ס'פעלט א פינטל אין די ה"א פון "תילה".
בד"וו, פארוואס האט מען משנה געווען דעם קמ"ץ? רח"ל, ס'קומט צו זיין רינדיג פון אונטען.

נשלח: זונטאג יוני 09, 2013 3:20 pm
דורך יידל
נישט געוואוסט אז פעדעראל פלאזא איז הר הקודש.

נשלח: זונטאג יוני 09, 2013 3:34 pm
דורך דעת תורה
דער לעיקוואודער עולם קומט אין גרויסן.

אנשי חזו"א 5 טוען וואס זיי קענען צו בויען ר' שמואל און שוואך מאכן הגראי"ל'ס השפעה.

נשלח: זונטאג יוני 09, 2013 3:35 pm
דורך קאווע טרינקער
יידל האט געשריבן:נישט געוואוסט אז פעדעראל פלאזא איז הר הקודש.

ס'איז מיר אויך געווען א פלא, אבער ערשט פראביר איך צו דערגיין ווער דער "אדמו"ר שליט"א" איז.

נשלח: זונטאג יוני 09, 2013 3:38 pm
דורך יואליש
צו אפלערנען די פראטעסט מיז מען האבן עט ליעסט צען יאר פאליטיק, חסידיש און ליטוויש, אונטערן פאסיק. און דאס איז צו לערנען אויבערפלעכליך. צו יורד זיין לעומקה של דברים מיז מען זין אויסגעקאכט אין יעדן חצר, יעדן קוויטל פארצימער, יעדע סארט בעקישע, און יעדן סארט קנייטש אינעם היט.

נשלח: זונטאג יוני 09, 2013 3:52 pm
דורך ענן כבד
קינדער פראטעסטירן

נשלח: זונטאג יוני 09, 2013 4:08 pm
דורך בן תמליון
IMG-20130609-WA0000.jpg
IMG-20130609-WA0000.jpg (61.86 KiB) געזען געווארן 4582 מאל

נשלח: זונטאג יוני 09, 2013 4:32 pm
דורך טעפל
בן תמליון האט געשריבן:
IMG-20130609-WA0000.jpg

די לייק האסטו באקומען פארן מיך מאכען לאכען, אבער דעם רעבין וואס האט עס געשריבען וואלט איך איבערגעלייגט און דערלאנגט מיט א קרבן מנחה טאוול...

נשלח: זונטאג יוני 09, 2013 4:42 pm
דורך מאן דאמר
YWN האט יעצט אן ארטיקעל אז עס דרייט זיך ארום א געפעלטשטן בריוו פון ר' חיים קנייבסקי אז מען זאל זיך יא באטייליגען ביי דעם הפגנה, אן אנדער בריוו האבן זיי וואס זיי זאגן אז דאס איז אוטענטיש, וואו ער שרייבט אז מען זאל זיך נישט באטייליגען, ווידעראום ביי לכה דודי האב איך געלעזן א בריוו פון ר' אלי בער אז ער האט באקומען א תשובה פון ר' חיים דורך זיין זון ר' שלמה מען זאל זיך יא באטייליגען, קען עמיצער דאס מפרש זיין דא?
http://www.theyeshivaworld.com/news/Gen ... Torah.html

נשלח: זונטאג יוני 09, 2013 4:46 pm
דורך זר זהב
YWN וויל נישט אז ס'זאל זיין א פראטעסט. הער נישט אויס וואס דער האט טעמפערט משוגענער שרייבט

נשלח: זונטאג יוני 09, 2013 4:56 pm
דורך מאן דאמר
אבער וואס איז פשט פון די סתירה מיט ר' אלי בער'ן און די בריוו וואס גייט ארום אז ער האט געזאגט מען זאל נישט גיין?

נשלח: זונטאג יוני 09, 2013 5:05 pm
דורך קאווע טרינקער
מאן דאמר האט געשריבן:אבער וואס איז פשט פון די סתירה מיט ר' אלי בער'ן און די בריוו וואס גייט ארום אז ער האט געזאגט מען זאל נישט גיין?

ס'וועט זיין א "שיעור כלאלי", אוואו מ'וועט דוירעך טוהן דעם נוישע בעיון.

נשלח: זונטאג יוני 09, 2013 5:19 pm
דורך [NAMELESS]
מאן דאמר האט געשריבן:YWN האט יעצט אן ארטיקעל אז עס דרייט זיך ארום א געפעלטשטן בריוו פון ר' חיים קנייבסקי אז מען זאל זיך יא באטייליגען ביי דעם הפגנה, אן אנדער בריוו האבן זיי וואס זיי זאגן אז דאס איז אוטענטיש, וואו ער שרייבט אז מען זאל זיך נישט באטייליגען, ווידעראום ביי לכה דודי האב איך געלעזן א בריוו פון ר' אלי בער אז ער האט באקומען א תשובה פון ר' חיים דורך זיין זון ר' שלמה מען זאל זיך יא באטייליגען, קען עמיצער דאס מפרש זיין דא?
http://www.theyeshivaworld.com/news/Gen ... Torah.html


זר זהב האט געשריבן:YWN וויל נישט אז ס'זאל זיין א פראטעסט. הער נישט אויס וואס דער האט טעמפערט משוגענער שרייבט

די בריוו איז יא אמת?? מ'קען משוגע ווערן יעדע פינעף מינוט איז דא אנדערע בריווען. פארוואס זאל איך גלייבען YWN אז ס'איז געפעלטשט אז איך זעה קלאר ר' חיים'ס כתב יד?? איך גלייב נישט אז סאטמאר וואלט זיך אראפגעלאזט צו אזא נידעריקייט צו פעלשען א בריוו פון ר' חיים נאר ווייל זיי ווילן נאך מענטשען

נשלח: זונטאג יוני 09, 2013 5:22 pm
דורך שעפטל
הרה"ח ר' מרדכי אלעזר הירש הי"ו אדמיניסטראטאר מוסדות סאטמאר (מהר"א) וויליאמסבורג האט געעפענט די מעמד און אויסגערופן הרב יצחק גליק, מנהל התאחדות הרבנים צו דינען אלס יושב ראש