בלאט 8 פון 10

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 27, 2016 5:51 pm
דורך תורה ומדע
טו עפעס דערצו...

Re: סטעטן איילענד- נייע ישוב?

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 27, 2016 5:52 pm
דורך mevakesh
תורה ומדע האט געשריבן:טו עפעס דערצו...

מיינסט איך זאל ארויסמאפן؟
עס איז אויף מיין ליסטע אבער נישט די ערשטע זאך

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 28, 2016 11:33 am
דורך תורה ומדע
מוזט נישט זיך ארויסציען, דיינע קינדער וועלען ביי דיפאלט וואינען אין א שטעטעל פון 1000 אידישע משפחות אזוי ווי אינדערהיים מיט א רב, מלמד, שמש און מקוה איד/ענע.
פרנסה וועט מען האבען פון עמעזאן וכדו" אדער מיט דעם וואס מען וועט גיין אין די לאקעל סיטי קאללעדשעס און לערנען א פראפעסיע.
חדר, ישיבה, און מיידל סקול וועט זיך פיהרען דורכען אב"ד ור"מ שליט"א וואס וועט אויפגענומען פון בעה"ב נישט געצוואונגען אויפן עולם וויל ער איז נושא חן ביי כ"ק אדמור.
כשרות וועט מען נוצען דער כשרסטער הכשר אין אמעריקא וואס רופט זיך OU.
לאקאלע און גרויסע רביס וועלען מוזען האבען וואס צו פארקויפען אז נישט וועלען מענטשען אנטלויפען קיין אומאן.
ואידך קענט איהר אליין דמיונ'ען

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 21, 2016 10:22 am
דורך שבת אחים
איך האב געהערט אז סהאט זיך געפענט א נייע וויזניצער שטיבל אין סטעטן איילענד מיט דרייסיג וויזניצער אינגעלייט, והנה בין איך ״מוחה בכל תוקף״ (מיטן נוסח פונעם מאנסיער פעטער) איך בין וויזניצער רבי פון סטעטן איילענד- די עכטע וויזניץ מיט די ארגאנעילע ״אהבת ישראל״!

פון די אנדערע זייט, דערמאנט מיך א מעשה שהי׳ ווען סערט ויז'ניץ האט געפענט א תלמוד תורה אין בני ברק נאנט צו שיכון וויזניץ האט דער ישיעות משה ז״ל מרוב חכמתו געפרעגט זיין קאזין דער סערט ויזניצער רבי ז״ל פארוואס האט איר געפענט א ת״ת נאנט צו מיר?, זאג דער סערטער מה נפשך אויב בין איך וויזניץ וואלט איר געדארפט זיין בשמחה אז ס׳עפענט זיך נאך א וויזניצער מוסדות אין ב״ב, ווידער אויב בין איך נישט וויזניץ וואס בין איך אנדערש פון אלע אנדערע מוסדות וואס עפענען זיך אין ב״ב?.

איך זאג קלאר יענע שטיבל איז נישט וויזניץ די עכטע וויזניץ בין איך!

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 21, 2016 10:52 am
דורך shlomyg
berlbalaguleh האט געשריבן:תורה ומדע: ווייל ס'איז נישט דא גענוג קינדער פון די זעלבע עידזש צו אויפמאכן אפילו איין כיתה. און וואס איז מיט די אנדערע גרופס...?!
די איינציגע פראקטישע סאלושן וואלט געווען אז מ'זאלל אויפמאכן אן אומפארטייאישע תלמוד תורה און מיידל שולע. איז אבער הדרא קושיא לדוכתיה. ווייל א סאטמערע וועט נישט לערנען צוזאמען אין איין קלאס מיט א בעלזער אדער גערער. די זעלבע איז מיט די 2 גרופירונגען פון וויז'ניץ. אדער באבוב...!


In Lakewood, you have Satmar, Belz , Bobiv, Viznitz in one classroom

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 21, 2016 11:18 am
דורך berlbalaguleh
שלומי-ג: איז עס טאקע א חידוש. און ווערט צו באגריסן. מהם ילמדו וכן יעשו. אבער דער מציאות איז, ביי 99% פון די גרופירונגען, אז א יעדער וועט זיך וועללן האלטן צו זיין גרופ. נאך א מזל מ'דאוונט אין איין ביהמ"ד מכורח ההכרח. (גענוצט א מאדנע לשון)... :lol: :roll:

Re: סטעטן איילענד- נייע ישוב?

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 21, 2016 11:29 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
shlomyg האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן:תורה ומדע: ווייל ס'איז נישט דא גענוג קינדער פון די זעלבע עידזש צו אויפמאכן אפילו איין כיתה. און וואס איז מיט די אנדערע גרופס...?!
די איינציגע פראקטישע סאלושן וואלט געווען אז מ'זאלל אויפמאכן אן אומפארטייאישע תלמוד תורה און מיידל שולע. איז אבער הדרא קושיא לדוכתיה. ווייל א סאטמערע וועט נישט לערנען צוזאמען אין איין קלאס מיט א בעלזער אדער גערער. די זעלבע איז מיט די 2 גרופירונגען פון וויז'ניץ. אדער באבוב...!


In Lakewood, you have Satmar, Belz , Bobiv, Viznitz in one classroom

ווייל כמעט קיינער איז נישט עכט חסידיש. וויפיהל בחורים אין לעיקוואוד גייען שטאפענע היטען? וכדו' פון די סימני האדיקות.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 21, 2016 12:20 pm
דורך שבת אחים
berlbalaguleh האט געשריבן:שלומי-ג: איז עס טאקע א חידוש. און ווערט צו באגריסן. מהם ילמדו וכן יעשו. אבער דער מציאות איז, ביי 99% פון די גרופירונגען, אז א יעדער וועט זיך וועללן האלטן צו זיין גרופ. נאך א מזל מ'דאוונט אין איין ביהמ"ד מכורח ההכרח. (גענוצט א מאדנע לשון)... :lol: :roll:


יעדע מעידשער חסידות האט היינט א שטיבל אין לעיקוואד און עס וועט לכאורה נישט נעמען לאנג ווילאנג יעדע חסידות וועט עפענען אייגענע מוסדות דארט, די רבנים וועלן נישט צולאזן אזא מין צומישעניש פון חסידות׳ן וואס איז ממש כעין די ׳דור הפלגה׳. יעדע חסידות וויל קענען געוועלטיגן אויף זייערע קעלבלעך און זיי קענען קאנטראלירן און האלטן ‏hostage די מענטשען מיטן סטראשענען אז מ׳וועט ארויסווארפן די קינדער פון די מוסדות.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 21, 2016 12:26 pm
דורך אייז קריעם
שבת אחים האט געשריבן:איך האב געהערט אז סהאט זיך געפענט א נייע וויזניצער שטיבל אין סטעטן איילענד מיט דרייסיג וויזניצער אינגעלייט, והנה בין איך ״מוחה בכל תוקף״ (מיטן נוסח פונעם מאנסיער פעטער) איך בין וויזניצער רבי פון סטעטן איילענד- די עכטע וויזניץ מיט די ארגאנעילע ״אהבת ישראל״!

פון די אנדערע זייט, דערמאנט מיך א מעשה שהי׳ ווען סערט ויז'ניץ האט געפענט א תלמוד תורה אין בני ברק נאנט צו שיכון וויזניץ האט דער ישיעות משה ז״ל מרוב חכמתו געפרעגט זיין קאזין דער סערט ויזניצער רבי ז״ל פארוואס האט איר געפענט א ת״ת נאנט צו מיר?, זאג דער סערטער מה נפשך אויב בין איך וויזניץ וואלט איר געדארפט זיין בשמחה אז ס׳עפענט זיך נאך א וויזניצער מוסדות אין ב״ב, ווידער אויב בין איך נישט וויזניץ וואס בין איך אנדערש פון אלע אנדערע מוסדות וואס עפענען זיך אין ב״ב?.

איך זאג קלאר יענע שטיבל איז נישט וויזניץ די עכטע וויזניץ בין איך!

זארג דיך נישט, איך הער זיי רופן זיך וויזניץ-מאנסי בסטעטן איילענד.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 21, 2016 3:14 pm
דורך וואלווי
ס'קען נאך איין טאג ווערען וויזניץ מאנסי סטעטן איילענד גיבערס...

נשלח: מיטוואך יאנואר 04, 2017 5:40 pm
דורך תורה ומדע
לויט ווי איך הער איז דא אסאך פאליטיק בעייני העיר כשרות, מקוואות, עירוב וכו'. עס איז א גוטער סימן פון א אידישער שטאדט..

נשלח: מיטוואך יאנואר 04, 2017 7:22 pm
דורך שבת אחים
תורה ומדע האט געשריבן:לויט ווי איך הער איז דא אסאך פאליטיק בעייני העיר כשרות, מקוואות, עירוב וכו'. עס איז א גוטער סימן פון א אידישער שטאדט..


לכתחילה מאי קסבר?, מעהר דיטעלס ביטע, Do tell.

נשלח: מיטוואך יאנואר 04, 2017 7:26 pm
דורך [NAMELESS]
שבת אחים, הייסט אז דו בוסט פון די רבנים וואס פליען אין הימל. דו ווייסט נישט וואס טוט זיך אין שטאט. ווי זענען דיינע גבאים?

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 4:32 am
דורך שבת אחים
בן אדם האט געשריבן:שבת אחים, הייסט אז דו בוסט פון די רבנים וואס פליען אין הימל. דו ווייסט נישט וואס טוט זיך אין שטאט. ווי זענען דיינע גבאים?

בעוונותינו הרבים, די היינטיגע פני הדור,וואס קען מען טאהן ?. פאזיצע פאר גבאים/גבאי׳טע׳ס איז עוועלעיבאל ביטע זיך מעלדן מיט א אפליקאציע צו מיין סעקראטערי ר׳ שרגא https://www.google.com/url?sa=i&rct=j&q ... 5000797260

נשלח: דאנערשטאג מערץ 30, 2017 2:51 pm
דורך תורה ומדע
לויט ווי מיין קרוב, א סטעטן איילענדער,גיט איבער, האט די סיטי מסכים געווען צו צאהלען פאר די באססעס פון די קינדער, תושבי סטעטן איילענד, אין אללע ברוקלינער מוסדות. די באדזשעט פאר דעם איז אין די מיליאנען דאללארן א יאהר.

נשלח: דאנערשטאג מערץ 30, 2017 3:59 pm
דורך די קעניג פין אמעריקע
די גאנצע סטעטן איילענד אידיע לעבט נאך? שוין לאנג נישט געהערט דערוועגען.

נשלח: דאנערשטאג מערץ 30, 2017 6:17 pm
דורך יודישע שרייבער
shlomyg האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן:תורה ומדע: ווייל ס'איז נישט דא גענוג קינדער פון די זעלבע עידזש צו אויפמאכן אפילו איין כיתה. און וואס איז מיט די אנדערע גרופס...?!
די איינציגע פראקטישע סאלושן וואלט געווען אז מ'זאלל אויפמאכן אן אומפארטייאישע תלמוד תורה און מיידל שולע. איז אבער הדרא קושיא לדוכתיה. ווייל א סאטמערע וועט נישט לערנען צוזאמען אין איין קלאס מיט א בעלזער אדער גערער. די זעלבע איז מיט די 2 גרופירונגען פון וויז'ניץ. אדער באבוב...!


In Lakewood, you have Satmar, Belz , Bobiv, Viznitz in one classroom

[tag]shlomyg[/tag], פון וועלכע חדר אין לעיקוואד רעדסטו?

נשלח: דאנערשטאג מערץ 30, 2017 6:22 pm
דורך יודישע שרייבער
תורה ומדע האט געשריבן:לויט ווי איך הער איז דא אסאך פאליטיק בעייני העיר כשרות, מקוואות, עירוב וכו'. עס איז א גוטער סימן פון א אידישער שטאדט..

איך האב געהערט פון איינער וואס זיין ברודער וואוינט דארט אז דער רב (איך געדענק נישט די נאמען) לאזט נישט עפענען נאך בתי מדרשים/מנינים... אבער איינער האט אים גוט ציגעפיקסט ווען אדמו"ר מתוא"י איז געקומען און יא געמאכט א מנין.
[tag]שבת אחים[/tag] דו ווייסט מער דיטעילס?

נשלח: דאנערשטאג מערץ 30, 2017 6:30 pm
דורך שבת אחים
nope

איך וואוין נישט אין די היימישע סטעטן-איילענד געגענט, סאיז 2 מייל פון מיין הויז, איך האב מיין אייגענע שיכון... איך האב נישט קיין אהנונג וואס סגייט דארט פאר. איין זאך ווייס איך מיין ברודער האט יעצט געקויפט א הויז אין ווילעברוק, ער האט זיך געצויגן פון ב״פ און ער מיט זיין בני בית זענען העכסט צופרידן, און אזוי אויך אפאר פון מיינע אנדערע חברים וואס האבן זיך געצויגן קיין ס״א קוקן אויס זייער העפי און צופרידן פון זייער טויש.

נשלח: מאנטאג מאי 01, 2017 3:10 pm
דורך תורה ומדע
לויט ווי איך הער פון מיינס א קרוב, וואקסט דער עולם אין סטעטין איילענד גאר גרויס. די בלאזיא זאגט צו טרענספארטעישאן פאר די מוסדות און א סיטי באס יעדע האלבע שטונדע פון און צו בארא פארק. לא יאומן וואס אונזערע עסקנים קענען אלץ.

נשלח: מאנטאג מאי 01, 2017 4:06 pm
דורך שבת אחים
ווי ווייט אוועק האלט סטעטן איילענד אז אויף victory Boulevard זאל ווירבלען מיט אמן יהא שמא רבא באסעס???

נשלח: מאנטאג מאי 01, 2017 4:37 pm
דורך [NAMELESS]
דוכט זיך אז קיין סטעטן איילענד מופן אזעלכע וואס זענען אביסל אויפגעקלערט אונטערן טיש און זיי האבן קליינע געפילטערטע סמארטפאונ'ס, אדער גייען זיי באקומען, און א חלק פון זיי דרייען זיך שוין ארויף די פייעס ר"ל. זיי זענען לכאורה אינספערירט געווארן פון שבת אחים. אבער משא"כ קיין בלומענבערג, דזשערסי סיטי און לעיקוואד פאר'ן די מער פרומע עולם, די וואס די טאטעס דרייען זיך מיט די פליפ פאונ'ס און די קינדערלעך מיט די שומרים קארדס.

נשלח: מאנטאג מאי 01, 2017 10:43 pm
דורך שבת אחים
בן אדם האט געשריבן:דוכט זיך אז קיין סטעטן איילענד מופן אזעלכע וואס זענען אביסל אויפגעקלערט אונטערן טיש און זיי האבן קליינע געפילטערטע סמארטפאונ'ס, אדער גייען זיי באקומען, און א חלק פון זיי דרייען זיך שוין ארויף די פייעס ר"ל. זיי זענען לכאורה אינספערירט געווארן פון שבת אחים. אבער משא"כ קיין בלומענבערג, דזשערסי סיטי און לעיקוואד פאר'ן די מער פרומע עולם, די וואס די טאטעס דרייען זיך מיט די פליפ פאונ'ס און די קינדערלעך מיט די שומרים קארדס.


האלאו! רעדט דיך איין! ווער איז אויפגעקלערט? סאיז אנגעקומען אפאר באסעס מיט פרישע גורער חסידים וואס שמעקן פון טיים-ציגערעטלעך, מיט די שווארצע קורצע הויזלעך און זאקעלעך, איינער פון זיי האט מיר פארציילט במסיח לפי תומו אז ווען די טאטע שפארט זיך איין מיטן דאס׳ל (נאכן באקומען רשות פון זיין משפיע-זיין ראביי) דעקט ער צו מיט א האנטוך די ״שיינעדיגע וועקער זייגער״ ווי אויך שטופט ער אפאר האנטיכער אינטער די טיר ווייל עס קען נאך אריינשיינען לייט פון די דיינוג רום.

אפשר די וואס מופן קיין בלומבערג און זשערזי סיטי זענען נאך פרומער, זייערע ווייבער גייען אנגעטוהן איינגעוויקלט אין די שווארצע העלבראנץ אנגעפישטע כאלאטן.