בלאט 9 פון 55
נשלח: דאנערשטאג מאי 02, 2013 2:46 pm
דורך שמעקעדיג
איך רעג מיך אסאך אויף דרייווערס וועלכע זענען איגנארענט, זיי פארגעסן צו בלינקען (סיגנאלן, פאר די פראפעסארן), זיי כאפן נישט אז די היי-ביעמס ארבעט זיי, אדער אז זיי האבן בכלל נישט אנגעצינדן די העדלייטס, און נאך.
אט האט איר אן ארטיקל וועלכע איז מדברת מתוך גרוני:
http://www.thecarconnection.com/news/10 ... bably-wont
נשלח: דאנערשטאג מאי 02, 2013 8:36 pm
דורך petergrifin
שמעקעדיג האט געשריבן:איך רעג מיך אסאך אויף דרייווערס וועלכע זענען איגנארענט, זיי פארגעסן צו בלינקען (סיגנאלן, פאר די פראפעסארן), זיי כאפן נישט אז די היי-ביעמס ארבעט זיי, אדער אז זיי האבן בכלל נישט אנגעצינדן די העדלייטס, און נאך.
אט האט איר אן ארטיקל וועלכע איז מדברת מתוך גרוני:
http://www.thecarconnection.com/news/10 ... bably-wont
שמעקעדיג איך רעג זיך אויף די זעלבע זאכן (כמעט) װי דיר אין שוין לאנג געװאלט שרײבען ענליכ׳ס
קען זײן ״גרעיט מײנדס טינק עלײק״?

נשלח: דאנערשטאג מאי 02, 2013 9:01 pm
דורך berlbalaguleh
ונבנתה העיר האט געשריבן:מען דארף נישט נאכמאכן\פארענפערן\אויסזעהן ווי דעם גוי.
וואס פאר א מין צירוף מילים איז דאס 'דעם גוי'? אדער זאג 'גוים' אדער 'א גוי', איהר הייסט אפשר י.מ. סופר?
עס קען זיין אז אין דיקדוק איז עס יא אויסגעהאלטן, פונקט ווי 'דער דייטש', אבער עס רעגט מיר נאכאלץ אויף.
ס'איז בכלל נישט אויסגעהאלטן עפ"י דקדוק. והשנית. דער נאמען "י.מ.סופר" איז א "פסעוודאנים" אדער א "פענטאם" אדער א "מיראזש". (נישט קיין מיליטערישע עראפלאנען). נאר א סימבאל פון א קרומען פארשוין, א היפאקריט פונ'ם ערגסטן סארט.
נשלח: דאנערשטאג מאי 02, 2013 9:05 pm
דורך געפילטע פיש
petergrifin האט געשריבן:שמעקעדיג איך רעג זיך אויף די זעלבע זאכן (כמעט) װי דיר אין שוין לאנג געװאלט שרײבען ענליכ׳ס
קען זײן ״גרעיט מײנדס טינק עלײק״?

וועלכע דרייווער רעגט זיך נישט אויף אנדערע דרייווערס? איך פאר די נארמאלע ממוצע'דיגע ספיד, יענער וואס דרייווט שנעלער ווי מיר פליט ווי א חיה, ווער ס'פארט שטייטער ווי מיר דרייווט ווי א באבע, בערך אזא בחינה ווי "מער פון מיר איז א פרומאק, ווייניגער - א שגץ".
נשלח: דאנערשטאג מאי 02, 2013 9:29 pm
דורך שמעקעדיג
נישט ממש. איך פרוביר זייער שטארק צו זיין מענטשליך ווען איך דרייוו. און אויך ווען איך פארק. און דעריבער פארדריסט מיר ווען אנדערע זענען קעיר-לאז.!
נשלח: דאנערשטאג מאי 02, 2013 9:47 pm
דורך gehlungen
שמעקעדיג האט געשריבן:איך רעג מיך אסאך אויף דרייווערס וועלכע זענען איגנארענט, זיי פארגעסן צו בלינקען (סיגנאלן, פאר די פראפעסארן), זיי כאפן נישט אז די היי-ביעמס ארבעט זיי, אדער אז זיי האבן בכלל נישט אנגעצינדן די העדלייטס, און נאך.
אט האט איר אן ארטיקל וועלכע איז מדברת מתוך גרוני:
http://www.thecarconnection.com/news/10 ... bably-wont
I get very nervous when a driver parks in REVERSE in a spot where 2 cars have place to park comfortably !
נשלח: דאנערשטאג מאי 02, 2013 9:48 pm
דורך זר זהב
מיר באדערט ווען איינער שרייבט אין ענגליש וואס ס'באדערט אים. לאל...
נשלח: דאנערשטאג מאי 02, 2013 9:50 pm
דורך שמעקעדיג
און מיך באדערט ווען איינער שרייבט LOL אין אידיש (לאל). וואט די העק? (הינט: מען שרייבט אשפ"ג..)
נשלח: דאנערשטאג מאי 02, 2013 9:51 pm
דורך gehlungen
זר זהב האט געשריבן:מיר באדערט ווען איינער שרייבט אין ענגליש וואס ס'באדערט אים. לאל...
ZEIR" take it easy lol
נשלח: דאנערשטאג מאי 02, 2013 9:51 pm
דורך זר זהב
אבער געלונגען שרייבט געווענליך לאל
נשלח: דאנערשטאג מאי 02, 2013 9:52 pm
דורך זר זהב
איר זעהט....?!?!
נשלח: דאנערשטאג מאי 02, 2013 9:54 pm
דורך gehlungen
זר זהב האט געשריבן:איר זעהט....?!?!
In english LOL makes sense !
נשלח: זונטאג מאי 05, 2013 2:29 am
דורך יואב
דער קיצלהאפטיגען תלושה גדולה וועלעכער באגניגט זיך נישט מיט בלויז געבן מזל טוב פארן בעל שמחה זעלבס, נאר לאזט זיך ארויס אויף א יאגד ארום דעם זאל, און אויף וועמען ער האט נאר א חשש אז ער האט דאס מינדעסטע שיכות מיטן בעל שמחה, פאלט אלס קרבן צו זיין וואנזיניגן ווינטשעריי.
איר קענט האלטן אינמיטן א שמועס, עסן, רעדן אויפן טעלעפאון, טעקסן, און דער נערווען קריכענדע מאניאק וועט נישט אפטרעטן ווי לאנג איר רייכט נישט צוריק די האנט, נאכגעפאלגט מיט א לייכטן שאקל מיט די קאפ, און א קליינעם אויסשפרייט אויף די לעפצן, ווי צו זאגן אי"ה ביי אייערס א שוואגער אויף שמחות.
נשלח: זונטאג מאי 05, 2013 2:35 am
דורך מאטי
די לחיים וואונטשערס, ביי יעדע שמחה יארצייט ווען ספארשמעקט זיך זיי צו טרינקען אביסל שנאפס מאכן זיי א רינגע ראנגע רויזי ווי דער שמש ביים סעודת ברית מילה צו באטאפן יעדנס האנט פלאך אפגעזען וואס איז אויפן מאמענט אנגעקלעבט דערויף.....
נשלח: זונטאג מאי 05, 2013 2:42 am
דורך יואב
דער וואנזיניגער געשמאקער שיכור פורים, וועלעכע מיט זיין וויין אנגעגאסענעם קלעבהאפטיגן בעקיטשע, ווארפט זיך ארויף אויף מיר ווי א בהמה, ווי צו זאגן שמעקט נאר מיין שטינקעדיגע ברעכבארן מויל, און שוויצבארע צוויבלדיגע ארעמעס.
דאן וועט ער זיך נעמען שרייען, או! איך בין נישט קיין איד, איך וויל תשובה טאהן, איר האלט איך קען נאך ????????????????????????????
דערנאך וועט ער מיט זיין פארסאפטען אטעם אריינמירמלען אין מיין אויער. יואב, דו ווייסט דער אייבערשטער האט דיך ליב ??? דו ווייסט דערפון ???
דו ווייסט דו ביזט א צדיק ??? או ! וואס וועט זיין מיט מיר.
דאן וועט ער זיך ארויסלאזן אין א ווילד צעדרייטן טאנץ, ווי ער וועט נישט אויפן ביט קלאפן מיט די פיס כאילו המן דרייט זיך ביי מיר אין שטוב, און מיר אריינשלעפן אין זיין משוגעהאפטיגן טאנץ פונעם בער, עד שיבלו שפתותי מלומר די.
נשלח: זונטאג מאי 05, 2013 2:57 am
דורך גנדי
הדר קבלוה פלאקאטען...
נשלח: זונטאג מאי 05, 2013 3:38 pm
דורך מאטי
דער געלט גייער וואס לאזט נישט אויס דעם ש״ץ , מעג ער האלטן אינמיטן שרייען ה׳ הוא האלקים מיט פארמאכטע אויגן וועט דער פאדערן דאס זייניגע אן דיסקרימינאציע.
נשלח: זונטאג מאי 12, 2013 10:23 am
דורך שמעקעדיג
די מענטשן וועלכע זינגען דעם שנעלן לא תבושי ניגון נאך שטייטער ווי דעם טרויעריגן לכה דודי ניגון, זיי קריכן מיר אויף די געהירן,
און טאמער וויל איינער זינגען אביסעלע שנעלער ווי עס פאסט, נעמען זיי זיך האקן אויפן טיש אדער קלאטשן אזוי לאנגזאם ווי א טשוכעפאכע און מאכן זיכער אז קיינער קען זיי נישט איבערשרייען און מנצח זיין.
נשלח: זונטאג מאי 12, 2013 11:54 am
דורך פרענטש וואנילע
דער בעל תפילה וואס ווארט ביז ס'איז שוין זיכער דא כאטשיג 21 מענטשען אויסגעטרעטען בעפאר ער נעמט זיך אנהויבען די הויכע שמונה עשרה.
נשלח: מאנטאג מאי 13, 2013 1:35 am
דורך petergrifin
מײן װעקער זײגער
נשלח: זונטאג מאי 26, 2013 2:36 am
דורך wassup
די מענטשען וואס גייען און מקווה פארן שויער און בפרט און די זומער
נשלח: זונטאג מאי 26, 2013 2:38 am
דורך קאווע טרינקער
wassup האט געשריבן:די מענטשען וואס גייען און מקווה פארן שויער און בפרט און די זומער
און דו רופסט זיי נאך אן "מענטשן"?....
נשלח: זונטאג מאי 26, 2013 1:13 pm
דורך berlbalaguleh
moti107 האט געשריבן:דער געלט גייער וואס לאזט נישט אויס דעם ש״ץ , מעג ער האלטן אינמיטן שרייען ה׳ הוא האלקים מיט פארמאכטע אויגן וועט דער פאדערן דאס זייניגע אן דיסקרימינאציע.
מעשה שהי' . כ'האב געדאוונט פאר'ן עמוד (אין יאר). האב איך געהאט א מנהג אראפצולייגן קוואדערס אויפ'ן טיש נעבן עמוד פאר די געלט גייערס. א יעדער האט גענומען א קוואדער און געגאנגען ווייטער. איין טאג קומט זיך אן א אידל און --מעשה חכם-- געט ער א שאר אריין דעם גאנצן הויפן קוואדערס און אפגעפוצט. דער אידל האט שוין מער קיין פרוטה נישט באקומען פון מיר. ר'האט נאך געהאט די חוצפה --און עקשנות-- צו קלאפן א לענגערע צייט.... ענד אוו סטארי.