בלאט 9 פון 10

נשלח: דאנערשטאג אפריל 11, 2013 1:07 am
דורך קאווע טרינקער
בד''וו, איך האב זיך נישט באצויגען אויף דיין גרעפיקס נאר אויף די נאמען

נשלח: דאנערשטאג אפריל 11, 2013 1:47 am
דורך געפילטע פיש
די נאמען געפעלט מיר יא עפעס מורא'דיג...

נשלח: דאנערשטאג אפריל 11, 2013 7:53 am
דורך איך אויך
וואס איז שלעכט מיט פלעין ענד סימפל 'א גלעזל קאווע'?

נשלח: דאנערשטאג אפריל 11, 2013 9:12 am
דורך קאווע טרינקער
שלעכט איז גארנישט. די שאלה איז נאר ווי קריעטיוו אדער טיפיקעל דער נאמען איז.
א גוטע נאמען דארף מרמז זיין דער אינהאלט אויך.
למשל, יעצט איז מיר צוזאמגעפאלען א נייע נאמען.
The Choice to Taste

נשלח: דאנערשטאג אפריל 11, 2013 9:16 am
דורך גנדי
Maybe for a tagline:

Wake Up and Smell the Coffee!o

נשלח: דאנערשטאג אפריל 11, 2013 9:17 am
דורך נייגעריגער
קאווע טרינקער: פארוואס נישט עפעס אויף מאמע לשון? דער בלעטל גייט דאך [דאכטצעך] אויף דעם שפראך זיין געשריבן!!!

נשלח: דאנערשטאג אפריל 11, 2013 9:20 am
דורך קאווע טרינקער
מצליח האט דאס שוין דורך געבראכען וד''ל.
פאר סאם ריזען אידישע נעמען זענען נישט צו משוגע ווערן, ואכמ''ל

נשלח: דאנערשטאג אפריל 11, 2013 9:28 am
דורך חזקיהו המלך
ס'גוט צי האלטען אין קאפ אז מען רעדט דא פין סך הכל א פרימיטיווע אומזיסטע צייטונג געשריבען דורעך וואלענטירען פאר די וואס ווילען האבען עפעס לייטיש צי ליינען שבת, ס'נישט קיין וועלטס אויסגאבע אין נישט קיין גראפיקס פארמעסט, אין אז ס'וועט זיך ציוואקסען אין ווערען שענער אין בעסער איז הכל רווח,

די נאמען וועט לכאורה זיין דערווייל "דאס קאווע בלעטל", דאס איז געווען וואס מייניך די מערסטע ניק'ס האבען געשריבען אז זיי האבען ליב,

קריטיקירער וועט אלעמאל זיין, אין די ציל איז נישט אז ס'זאל נישט זיין קיין קריטיקירער, נאר אז רוב פין די וואס ליינען עס זאלען הנאה האבען, אין דרך אגב זאלען די קריטיקירער אויך הנאה האבען אז זיי האבען אויף וואס צי קריטיקירען,

אין פארשטייט זיך אז מען וועט פרובירען צי ווערען בעסער לויט וויפעל מען קען, אין לויט די וואלענטירענדע טאלאנט וואס וועט זיין צי הילף,

נשלח: דאנערשטאג אפריל 11, 2013 9:42 am
דורך גימפל
חזקיהו, יעצט אז מהאט שוין בשטימעט א נאמען, וועלן מיר למעשה די וואך שבת האבען עפעס לייטש צו ליינען?

נשלח: דאנערשטאג אפריל 11, 2013 9:48 am
דורך לעמיל
גימפל קוק דא

נשלח: דאנערשטאג אפריל 11, 2013 9:53 am
דורך לעמיל
איך מיין אז באריסטא אדער איינער פון די הנהלה זאל שרייבען א ארטיקעל די ווארט פון די הנהלה

נשלח: דאנערשטאג אפריל 11, 2013 9:55 am
דורך קאווע טרינקער
דער קעניג נעמט דאס זייער ערענסט.
איך פארמאך מיין מויל.

נשלח: דאנערשטאג אפריל 11, 2013 11:48 am
דורך טאמבל סאס
אינטרעסאנט אז קיינער האט עס נאכנישט דערמאנט. מ'קען אפ' נעמען אפאר אינטרעסאנטע אשכולות-שמועסן פון די חברי השטיבל און עס אויסשטעלן א ברוך און בערל סטייל. פארשטייט זיך נאר מיט מער טיילנעמער. און מ'וועט אביסל מגיה זיין די שטומפיגע וויצלעך אדער שארפע לשונות, צו 'ומן הבהמה אשר אננו טהורה'.

איך בין גרייט צו מגיה זיין.
איך קען מיך פשוט נישט פארפליכטן אויף א זאך וואס איך באקום נישט באצאלט, און איך קען נישט פאראויסוויסן אויב איך וועל יעדע וואך-צוויי זיין האבן צייט דערצו. אבער דאס בין איך זיכער גרייט, זיך צו שלאגן מיטן גבאי וואס וועט עס וועלן מבער זיין. אדער
עס אזוי בטעות איבערלאזן אויף א טישל אין ראדני בין הזמנים פאר מנחה מעריב.

נשלח: דאנערשטאג אפריל 11, 2013 12:02 pm
דורך ממרום שלח אש
בין איך דער איינציגסטער וואס האט נישט קיין שום אינטערעסע אנצושטעקן אנדערע מיט מיינע מיינונגען?
איך וויל בכלל נישט אויפקלערן קיין בחורים אין אינגעלייט, איך וועל מיך נישט פרייען אויב נאך א אינגערמאן באקומט ספקות אין די אמונה.
פאר מיר איז עס גוט, עס וועט שוין נישט ערגער מאכן, עס איז וויכטיג אפילו צו קענען רעדן מיט לייק מיינדעד (פאן אינטענדעד) פיפעל.
אבער איך האב נישט קיין מיסיאנערישע נויגונגען, איך זוך נישט צו צוברעקלען מיין אייגענע קאמיוניטי פון אינעווייניג.
בין איך טאקע דער יחיד דא?

נשלח: דאנערשטאג אפריל 11, 2013 12:13 pm
דורך אביגדור
לכאורה נישט.

נשלח: דאנערשטאג אפריל 11, 2013 12:21 pm
דורך חזקיהו המלך
ממרום שלח אש האט געשריבן:בין איך דער איינציגסטער וואס האט נישט קיין שום אינטערעסע אנצושטעקן אנדערע מיט מיינע מיינונגען?
איך וויל בכלל נישט אויפקלערן קיין בחורים אין אינגעלייט, איך וועל מיך נישט פרייען אויב נאך א אינגערמאן באקומט ספקות אין די אמונה.
פאר מיר איז עס גוט, עס וועט שוין נישט ערגער מאכן, עס איז וויכטיג אפילו צו קענען רעדן מיט לייק מיינדעד (פאן אינטענדעד) פיפעל.
אבער איך האב נישט קיין מיסיאנערישע נויגונגען, איך זוך נישט צו צוברעקלען מיין אייגענע קאמיוניטי פון אינעווייניג.
בין איך טאקע דער יחיד דא?


ח"ו מען רעדט נישט דא פין א מיסיאנערישע פאשקעוויל,(עכ"פ נישט ווילאנג איך האב א שייכות דערמיט) מען רעדט פין א געשמאקע ליין מאטריאל, אין נישט יעדע זאך וואס איז נישט אין שפאן מיט די אנגענומענע מיינונג אין א פלאץ איז מיסיאנעריש,
אין ווער רעדט נאך פין ציברעכען א קאמיונעטי, ??!!, כאילו דא דרייען זיך א באנדע משומדים וואס זיכען צי אונטער ברענגען כלל ישראל פין אינווייניג, ???

ס'אלעמאל דא פארשידענע מיינונגען, פארגעס נישט אז ווי ס'דא צווי אידען איז דא דריי דעות, אבער מיר אלע זענען מאמינים בני מאמינים, אין מיר וועלען אזוי בלייבען

נשלח: דאנערשטאג אפריל 11, 2013 12:24 pm
דורך לעמיל
גוט געזאגט חזקיהו

נשלח: דאנערשטאג אפריל 11, 2013 12:25 pm
דורך ממרום שלח אש
רוחה"ק נזרקה

נשלח: דאנערשטאג אפריל 11, 2013 12:36 pm
דורך טאמבל סאס
חלילה ווער רעדט פון אנשטעקן.. איך האלט דען אז איך בין אנגעשטעקט??
איך וויין היינט פארוואס איך האב נישט געוואוסט און געליינט אלץ בחור פארשידענע קריטיש וויכטיגע זאכן, (און פון זיי זאכן וואס ווערן אויסגעשמועסט אין קאווע) וואס וואלטן מיר אביסל געהאלפן, און פארמיטן אזויפיהל עמערס יסורי הגוף והנפש אין בוכשטעבליכן זין פון ווארט. !!!
מען שטעקט קיינעם נישט אן, מען העלפט אנדערע אידישע דעפרעסטע אונטערדרוקטע נשמות, מיט אביסל זאלבאם אויל.
אינאיינוועגס וויל איך מיך באציעהן אויף נייגעריגער'ס אויבן דערמאנטע תגובה. די ציהל פון דעם בלעטל אויב עפעס, איז נישט נאך א בלאט, און נאך א איד אויפ'ן מארקעט. אויסדריקליך נישט. פון די [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל] איז שוין דא גענוג. נאר פשוט ווי פרענקלין זאגט, אביסל פון די אנדערע זייט מטבע. אויב נישט לוינט זיך נישט דאס גאנצע עסק. און יא! מיר דערשרעקן זיך נישט פון פאטשקעווילן און אטאקעס. אויב וועט מען עס מוזן פארקויפן אויף בראדוועי אין די זעלבע געשעפטן ווי די בחורים'לעך קויפן די פורנו מאגאזינ'ס, סאו בי איט! (בעסער ווי יעצט איז עס זיכער, ווייל יעצט איז עס נאר אוועילעבל אויפ'ן אינטערנעץ) אפשר וועט עס זיי צוריקהאלטן אביסל, און אנשטאט יענץ וועלן זיי קויפן דאס.

נשלח: דאנערשטאג אפריל 11, 2013 12:56 pm
דורך גנדי
I THINK SOMEONE SHOULD WRITE A CLEAR MISSION STATEMENT - So we all are on the same page

נשלח: דאנערשטאג אפריל 11, 2013 12:59 pm
דורך שמעקעדיג
קאווע טרינקער האט געשריבן:אבער נעכטען האב איך זיך דערמאנט פון קופרניקוס אויסשפריץ, לויט ווי ער שרייט דארט וואלט איך קורא שם געווען דעם גליון
רבותינו, הגיע זמן ק"ש
רבנים, your time is up, ק"ש נעמט איבער.

און נאכדעם וועלן די טאטעס און ראשי ישיבות שרייען צו זייערע בחורימ'לעך:
נא, אויפשטיין! ס'איז שוין סוף זמן ק"ש!

נשלח: דאנערשטאג אפריל 11, 2013 1:16 pm
דורך berlbalaguleh
לעמיל האט געשריבן:גוט געזאגט חזקיהו

זייער גוט געזאגט. ווייל איך האב געוואלט ארויסברענגען דעם זעלבן געדאנק.

נשלח: דאנערשטאג אפריל 11, 2013 1:35 pm
דורך נולד מאוחר
גנדי האט געשריבן:I THINK SOMEONE SHOULD WRITE A CLEAR MISSION STATEMENT - So we all are on the same page

יעדער שרייבער האט דאך אן אנדערע mission