[center]דרייצנטע קאפיטל:
המשך פון רבי יוסף'ל אלס דריטער רבי אין אמשינאוו.[/center][center]למעלה מן הזמן.[/center]שבת פלעגט מען 'אנהייבן' דאווענען שחרית, ממש פאר חצות, און ענדיגן דאס דאווענען ארום דריי אזייגער... נוסח אמשינאוו. דאס איז אבער געווען א דירעקטע תוצאה פונעם טיש פרייטאג צונאכטס, וואס האט זיך אויך אנגעהויבן ארום חצות הלילה, און פלעגט זיך ענדיגן פארן עלות השחר.
זיין איידעם, ר' הערשל מונק, האט אמאל מגדיר געווען וויאזוי ס'האט אויסגעזען אין אמשינאוו ביי ר' יוסעלע: 'דער שווער האט געבעטן מ'זאל ברענגען מים אחרונים, און נח משמש האט עס גענומען אויפן רעיון, שלום אסטראווער פארעט זיך, יעקב פסח איז געלאפן ברענגען, אבער קיין מים אחרונים איז נישט געווען'...
אזוי אויך האט מען אמאל אנגעפרעגט זיין זון, ר' איציקל אמשינאווער פון אמעריקע, וואס איז געווען דער סדר אין אמשינאוו בנוגע מעביר סדרה זיין, צו פרייטאג פאר חצות, צו פרייטאג נאך חצות, צו שבת. האט ר' איציקל געזאגט: 'סדר אין אמשינאוו? ס'גוט'... און ער האט דעמאלס דערציילט, אז ווען ס'געווען דער אפיציעלער זמן צו זאגן סליחות אין אמשינאוו, האט דער שמש אנגעצונדען די לעכט אין ביהמ"ד, אבער ביז ווען מ'האט אנגעהויבן צו זאגן סליחות, האבן די לעכט זיך שוין געהאט אויסגעלאשן און מ'האט געדארפט אנצינדען נייע לעכט, 'אזא סדר איז געווען אין אמשינאוו' - האט ער אויסגעפירט...
ר' יוסף'ל האט א שידוך געטון פאר זיין זון ר' יעקב דוד'ל אמשינאווער [גע'הרג'עט געווארן ביים וועלט מלחמה, הי"ד], מיט דער טאכטער פון ר' שלמה יאסקאוויטש, אן איידעם ביים אמרי אמת מ'גור. דער אמרי אמת איז געווען באוואוסט אלס א דייקן אין זמן, און דערפאר איז ר' יוסעלע געקומען פונקטליך אין צייט צום שידוך שליסן. אבער למעשה האט זיך דער וואגאן פונעם אמרי אמת צובראכן אינמיטן וועג, און ער איז אנגעקומען אפאר שעה שפעט. האט דער אמרי אמת געזאגט: 'אז מען איז זיך נאר משדך מיט אמשינאוו, פארשפעטיגט מען שוין'...
[center]בקרב קדושים תתהלל.[/center]דער אמרי אמת פון גור, האט געהאלטן גאר גרויס פון ר' יוסף'ל. און יעדעס מאל ער איז דורכגעפארן אמשינאוו, האט ער אפגעשטאט א באזוך ביי ר' יוסף'ל. אפילו פארן רעביצין פון ר' יוסף'ל האט ער זיך אמאל אויפגעשטעלט – אלס כבוד פון איר גרויסער מאן. אזוי אויך האט דער רעביצין פונעם אמרי אמת געבעטן פון ר' יוסף'ל, אז ער זאל אנוואונטשן איר מאן ער זאל נאך אונטערפירן זייער בן זיקונים - דער פני מנחם - וואס איז נאך דעמאלס געווען א קינד, אונטערן חופה. ר' יוסף'ל האט אנגעוואונטשן, און זיין ברכה איז נתקיים געווארן.
ווערן דער מהריי"צ מליובאוויטש האט חתונה געמאכט זיין טאכטער מיטן לעצטן ליובאוויטשן רבי'ן, ר' מנחם מענדל, האט ר' יוסעלע זיך משתתף געווען, און ער איז אנגעקומען אינמיטן א מאמר חסידות פונעם מהריי"צ. לכבודו האט דער מהריי"צ מפסיק געווען אינמיטן דעם מאמר [וואס איז גאר א געהויבענע מעמד אין חב"ד. פרעגטס [tag]ונבנתה העיר[/tag]], און ער האט געהייסן דעקן דעם טיש פאר רבי יוסעלע, און נאכדעם האט ער אים געבעטן רשות צו ממשיך זיין מיטן זאגן דעם מאמר!
אזוי אויך דער מלך ישרא"ל, רבי ישראל טשארטקאווער, האט אים זייער שטארק מעריץ ומחבב געווען. און ווען ר' יוסעלע איז אמאל געווען ביי אים אין וויען אויף א שבת, האט ער אים געזעצט לעבן זיך ביים שבת'דיגן סעודה, און האט אים מורא'דיג מכבד געווען [דאס איז געווען נאכן צווייטן כנסיה גדולה פון די אגודה, וואו ר' יוסעלע האט אנטיילגענומען און געהאלטן א דרשה, און אויך דארטן האט מען אים אפגעגעבן גרויס כבוד אלס איינער פון די צדיקי הדור].
[center]אחרית ימיו.[/center]אין לעצטן יאר פון זיין לעבן, איז ר' יוסף'ל געווארן זייער אפגעשוואכט, און פון צרות ישראל - וואס ווי אויבנדערמאנט האט ער עוסק געווען כסדר אין העלפן אידן ועסקנות - איז ער קראנק געווארן אויפן הארץ, און ער האט זיך אריבערגעצויגן צו וואוינען אינעם קור-ארט אטוואצק, וואו זיין יונגערער ברודער - רבי שמעון שלום, האט געפירט זיין אייגענער עדה זייט זייער פאטער'ס פטירה.
אין טאג פון זיין פטירה, איז ער געלעגן אזוי אפגעשוואכט בלי הכרה. אבער ווען ס'איז געקומען דער זמן קרי"ש, האט ער זיך אויפגעוועקט און זיך אפגעגאסן די הענט און געליינט קרי"ש. נאכדעם איז ער נאכאמאל צוריקגעפאלן צו זיין פריערדיגן מצב, און די ליפן האבן זיך געשאקלט ביז די פטירה.
ר' יוסעלע איז נסתלק געווארן ביום ג' שבט תרצ"ו, און מ'האט אים געפירט קיין ווארשע, וואו מ'האט אים מספיד געווען בבכי תמרורים, במעמד אלפים ורבבות מישראל ובהשתתפות גדולי אדמור"י פוילן. און מ'האט אים געלייגט לעבן דעם טאטן, אינעם אהל אין ווארשע.
[center]תמונת ציון רבי יוסף מאמשינאוו:[/center][center]קברו של רבי יוסף מאמשינאוו:[/center][center]הניח זרעו כמותו.[/center]פופצן קינדער האט ר' יוסעלע געהאט, כולם אהובים כולם ברורים. אפאר זענען אוועק יונגערהייט, און די איבריגע זענען גע'הרג'עט געווארן ביים קריג. חוץ פון איין זון, ר' איציקל, וואס האט איבערגעפלאנצט דאס אמשינאווער הויף נאכן קריג אין אמעריקע. זיין עלטערער ברודער, ר' יעקב דוד'ל השני מאמשינאוו, האט איבערגענומען דאס רבי'סטעווע אין אמשינאוו נאכן טאטנס פטירה אין שנת תרצ"ז, אבער נאך אפאר יאר איז ער גע'הרג'עט געווארן דורך די דייטשן הי"ד.
באזונדער דארף אנגעמערקט ווערן ר' יוסעלע'ס עבודה מיט זיינע טעכטער נאכן ערשטן וועלט מלחמה. ווען דער רוח ההשכלה איז שטארק געווארן אין גאנץ פוילן, און אפילו אין רבי'שע שטובער זענען ל"ע געווען קרבנות וואס זענען אוועקגעפאלן פון אידישן וועג. נאכמער מסוכן איז געווען די מצב ביי די מיידלעך. דאן האט ר' יוסעלע מחליט געווען צו מאכן א שיעור מיט זיינע טעכטער, כדי זיי צו האלטן נאנט צו זיך. אזוי אויך אין די ימים טובים, פלעגט ער שמועסן און פארברענגען מיט זיי. ביז זיי האבן זיך געשפירט נענטער צו אים, ווי צום רעביצין. ס'געווען אמאל ערב יום כיפור, אז דער שמש האט גערופן דעם רבי'ן צו כל נדרי, און ער האט נאך עוסק געווען מיט די טעכטער...
וחפץ ה' בידו הצליח, אז ער האט געהאט צען טעכטער, און ער האט זיי אלע חתונה געמאכט צו חשוב'ע אידן, און אפילו צו אדמורי"ם מפורסמים. [ליידער זענען אלע אומגעקומען דורך די דייטשן ימ"ש, הי"ד]. צווישן די בארימטע איידימער זיינע האבן זיך געפונען די פאלגנדע:
רבי בנימין פלטיאל מארגנשטערן אב"ד סטארדין [א זון פון סאקאלאווער רבי ר' יצחק זעליג. א רעכטער אייניקל פונעם קאצקער].
רבי יעקב שרגא פייוול זינגער אב"ד אסטראווע [א זון פון אלכסנדרער רב, ר' יצחק מאיר, וואס איז געווען אן איידעם ביים תפארת שמואל מאלכסנדר]. פון אים איז געבליבן איין צווייגעלע, נעמליך זיין זון דער אלטער אלכסנדער רבי פון אמעריקע.
רבי אלימלך מווישקאווע [א זון פון דער ראדזימינער רבי, ר' יעקב ארי'. א רעכטער אייניקל פונעם קאצקער. אגב, ר' יעקב ארי' איז געווען אן איידעם ביי ר' מנחם'ל אמשינאווער].
רבי אלימלך האלשטוק אב"ד נאשעלסק [א זון פון אסטראווצער רבי, ר' יחזקאל'ע].
רבי שמואל שלמה ליינער האדמו"ר מראדזין [בן רבי מרדכי יוסף מראדזין].
אינעם נעקסטן קאפיטל: דער פערטער אמשינאווער רבי, רבי איציק'ל פון אמעריקע [וועם איך האב נאך זוכה געווען צו זען אלס קינד].