בלאט 10 פון 55

נשלח: זונטאג מאי 26, 2013 4:21 pm
דורך היימישער ליטוואק
פרענטש וואנילע האט געשריבן:דער בעל תפילה וואס ווארט ביז ס'איז שוין זיכער דא כאטשיג 21 מענטשען אויסגעטרעטען בעפאר ער נעמט זיך אנהויבען די הויכע שמונה עשרה.


מ'דארף ווארטן פאר רוב, און אולי אפילו פאר רובא דרובא, פון דעם ציבור. דאס איז א טעות אז תיכף ווען עס איז דא תשעה עונים הייבט דער ש"ץ אן די תפלת החזרה.

נשלח: זונטאג מאי 26, 2013 4:57 pm
דורך wassup
די מענטשען וואס ווען זיי גייען און טוילעט מאכן זיי זיכער צו משפיע זיין אויך פארן טוילעט זיץ
אדער די מענטשען וואס האבן א מנהג נישט צו פלאשן ווען זיי זענען פערטיג מאכן

נשלח: זונטאג מאי 26, 2013 5:04 pm
דורך בעל הבית
ווען מען טאטע קאלט מיך אן, די ווייסט יענער צענטע קאזין מאכט היינט חתנוה א אור-אור אייניקילס עס וואלט געפעסט די זאלסט גיין

איי ער האט נישט קיין דעם אנאונג הא די העלל איי עם

DAM IDEA WHO THE HELL IM

נשלח: זונטאג מאי 26, 2013 5:05 pm
דורך שמעקעדיג
wassup האט געשריבן:די מענטשען וואס ווען זיי גייען און טוילעט מאכן זיי זיכער צו משפיע זיין אויך פארן טוילעט זיץ
אדער די מענטשען וואס האבן א מנהג נישט צו פלאשן ווען זיי זענען פערטיג מאכן


קאווע טרינקער האט געשריבן:און דו רופסט זיי נאך אן "מענטשן"?....

נשלח: מיטוואך מאי 29, 2013 2:50 pm
דורך שמעקעדיג
קומסט אן צו א שמחה, דער בעל שמחה האט געבעטן יעדער זאל זיין דארט אויף 7:00, שטייצעך קענסט נישט / ווילסט נישט זיין דער ערשטער, אבער שטרענגסט זיך אן לכה"פ צו זיין אויף 7:30 אדער 7:45.
צו דיין אנטוישונג איז דא קוים מזומן... דו פרובירסט כאפן א שמועס מיט די חברה דארט, מען שפילט אביסל מיטן סעלפאן, צי מען קוקט די נייעס צי מ'שפילט א געים, און מ'ווארט...
צוביסלעך קומען אן נאך אפאר און נאך אפאר, שוין דא א מנין אדער צוועלף חברה, מ'זעצט זיך ארום, יעדער אויף זיין פלאץ וואס ער האט געכאפט.
יעדער איז דאך געוויס הונגעריג, אמער, אז כ'האב א שמחה גיי איך זיך נישט פארפליישיגן אינדערהיים.. ווארט מען (געדולדיגערהייט?) מען זאל אנהייבן טיילן די פארציעס.

אבער לשוא חיכיתי. מ'האט זיך שוין געוואשן, אריינגעביסן אין דעם הארטן שאלעשידעס בילקע, איינגעטינקען אין די קאול-סלאו וואס ווארעמט זיך שוין פון 4:00 נאכמיטאג אויפן טיש מיט עטליכע פליגן ארום, און דא האלט מען.
מען קען נאך נישט טיילן ווייטער, ווייל נאך נישט יעדער איז דא!! מען דארף נאך ווארטן!

וואט דע העק? חוטא נשכר? יענער קומט דער לעצטער, לאזט זיך ווארטן, האלט אויף 2 מנינים אידן, און יעדער דארף זיך האלטן הונגעריג ווייל די פעניאקעס האבן זיך נאך נישט באקראצט?
און דו ווילסט נאך אז קומענדיגע שמחה זאל איך "פליז" קומען באצייטענס? א שטויס!

נשלח: מיטוואך מאי 29, 2013 5:15 pm
דורך יואב
די רעסטוראנטן וועלעכע האבן נאר "איין" סייז קאפ פאר סמאדיס, מילקשעיק וכדומה.
און 99% איז דאס די גאר גרויסע סייז.
וואס די גהינם! כ'האב יעצט אריינגעריקט א שיינעם מאלצייט, און איך דארף יעצט בלויז א קליין שווענק.
איך דארף נישט קיין גרויסע סיי ווייל איך דארף פשוט נישט יעצט אזוי סך, און סיי ווייל איך קען באשטיין צו צאלן יעצט 2.50 פאר א קליינע, ווי איידער 5.75 פאר א גרויסע.
וואס קאסט ענק רעסטוראנטן זיך איינצוהאנדלן קלענערע קאפס?
א מין נידריגע וועג צו מאכן געלט.

בלומבערג וויל נאר קליינע, און זיי ווילן נאר גרויסע. ;)

נשלח: מיטוואך מאי 29, 2013 5:39 pm
דורך געפילטע פיש
ווען מענטשן רוקן זיך אן צו די "עקספרעס" ליניע אין סופערמארקעט מיט אנגעפולטע וואגאנען, עגלות מלאים כל טוב מצרים, אין א גרויסע סיין הענגט דארט פאר'יתום'ט "נאך 6 אייטעמס!", אנטשולדיגט, איך קען איך העלפן רעכענען? זיבן און צוואנציג פלוס צוויי און דרייסיג איז נישט איקוועלס >6. שטיי איך אזוי נעבעכדיג מיט מיינע דריי אייטעמס, קריצענדיג די ציינער, באלד בלייב איך אן ציינער, הייבט זיך אן צו מאנאווירן נאך א אנגעפאקטע קערידזש וואס איז באלד גרעסער פון דער וואס שטופט איר, "איז דיס די עקספרעס לעין?" "יעס, פאר דאוז הו נאו הוא טו קאונט!" זאג איך מיט א איינגעהאלטענע צארן. ע"כ המעשה, וכך הוה.

פון וואו נעמט זיך די פרעכהייט פון די געמיינע יונגען? האסט זיבן אכט אייטעמס פארשטיי איך, מ'מאכט עפעס א לבוד, גוד אחית, מספר קטן, מיילא, אבער שטיין דארט מיט די ערב פסח ארדער, איי מין, יאשקע! ווי אראגאנט קען מען זיין?

נשלח: מיטוואך מאי 29, 2013 5:48 pm
דורך יואב
געפילטע דו האסט א שפראך :)

נשלח: מיטוואך מאי 29, 2013 6:10 pm
דורך שמעקעדיג
מיין גראסערי וואלט זיי פארשיקט צום נעקסטן רעזשיסטער.
אבער דאס נעמט נאך נישט אוועק די העזה פון די חזירים.

נשלח: מיטוואך מאי 29, 2013 6:26 pm
דורך יואב
שמעקעדיג האט געשריבן:מיין גראסערי וואלט זיי פארשיקט צום נעקסטן רעזשיסטער.
אבער דאס נעמט נאך נישט אוועק די העזה פון די חזירים.

מסתם קויפסטו אין די גראסעריס וואו ס'דרייען זיך מער ארבייטערס ווי אייטעמס.

נשלח: מיטוואך מאי 29, 2013 6:47 pm
דורך מאטי
און איך בין טויט גערעגט און אנגעווייטאגט אויף די אלע וואס רעגן זיך אויף די מענטשן וואס פירן זיך ווי אויבן דערמאנט... קענסט נישט האבן אביסל טאלעראנץ? הא?? זיי זענען נאר הומאן ביאינגס.. וואאאאא יוי בין איך אויפגערעגט...

נשלח: מיטוואך מאי 29, 2013 7:27 pm
דורך לייבעלע
אין מאנסי האט מען איבערגעדרייט די שטאט פאר וואוטס, מען האט באקלעיבט אלע בתי מדרשים ווענט מיט אלע מינע איבערגעטריבענע שרעקעוודיגע צעטלען און אלע שטאנגען אין די גאסען אין יעדע ווינקעל האט זיך געטוהן א סאמאטאכע פון טאוולען צודרייט צו ווערן
און בנוסף צו אלעם האט מען בעצם היום הזה געקאלט יעדע 6 מינוט און געשריגן אכטונג!! ראטעוועט אייער עתיד ETC, שוין געוואואט 6 מאל, אבער די פאון קאלס קומט ווייטער אן רחמנות,
פון דעים אליינס קען מען פלאצען, אסאך חבירים גייען נישט שטימען וועגן די קאפ דרייענישט פון די קלאמפערשטע עסקנים,
אבער עס קומט מארגען, ווער האט געווינען? נעמט איין א טויט שטיל שוויייגעניש, קיינער ווייסט נישט, מען רעדט נישט, נאר די אלע בעטנדע צעטלעך מיט צוקראכטע הייזער מיט פאליציי אויף די באסעס בלייבען דארט הענגען ווי צו דערמאנען א זכר לחורבן.
פארוואס אין דע וועלט מעג איך נישט וויסען ווער איז ארויס דער זיגער? קומט נישט פאר די וואוטערס מינעמום אזויופיל מענטשלעכקייט? שעים אן יו,

נשלח: דאנערשטאג מאי 30, 2013 12:33 am
דורך petergrifin
לייבעלע אז די װעסט זײ געבן א לײק װעלן זײ דיך לאזן װיסען

נשלח: דאנערשטאג מאי 30, 2013 11:44 am
דורך לייבעלע
ווי א שירעם נאך א רעגען אנטשולדיגען זיי זיך יעצט

הערה צו לייבעלע

נשלח: דאנערשטאג מאי 30, 2013 12:42 pm
דורך berlbalaguleh
איין זאך איז זיכער אז די "עסקני מוסדות התורה" פון מאנסי דארפן זיך לערנען שרייבן אידיש און לשה"ק. אדער דינגען א טויגליכן "פרוף ריעדער".

נשלח: פרייטאג מאי 31, 2013 12:57 pm
דורך שמעקעדיג
לייבעלע, אונז פילן דיין פעין!
--------------------------------------
עס איז פאראן נאך א זאך, וואס ס'רעגט מיך גראדע נישט אויף, אבער ס'מאכט מיך לאכן אבזערווירענדיג וואס טוצעך דא.
זינט איך בין געבוירן געדענק איך מסיבות פאר ארימעלייט, א טיי אווענט דא און דארט, א דינער פאר די מוסדות, א פארטי פאר די צדקניות, וכן הלאה.
איך געדענק נאך די שיינע סיינס פון "ש.מ.ח.ה." האנט געשריבן מיט פארשידענע קאלירן מארקערס, אוי האט עס געהאט א זיסע חן, חבל על דאבדין.

מעשה שטן הצליח און אידן האבן אנגעהויבן איינצעווארפן דעם חומת הלוקסוס, יעדער ערלויבט זיך קארס מיט שיינע הייזער, און מען מאכט פענצי שמחות, בשעת די אינפלאציע טוט זיך דאס איריגע, און די וועידזשעס בלייבן ביים אלטן 10 אויסגעקארגטע דאלער א שעה, און אזוי איז דער דלות געוואקסן, און מסיבות פאר ארימעלייט וועלכע ברעכן אונטער איז געשטיגן מיום ליום, בעסער געזאגט נאכט נאך נאכט, יעדע פאר גאסן האט א באזונדערע, און אזוי אויך יעדע געגענט, עיר ועיר שבט ושבט, און די איינציגע וועלכע פארדינען דערויף זענען די שיינע גראפיקער וועלכע שפראצן ארויף ווי שוואמען נאך א רעגן, און זיי מאכן הערליכע איינלאדונג צעטלען מיט אויג-פארכאפענדע גראפיקס, צו איינפלוסן די פארגאפטע צוקוקער אז צו די מסיבה מוז מען גיין.

האט אנגעהויבן הערן א צעמישעניש. ווי קען א מענטש געדענקען אזויפיל מסיבות? 25 טיי אווענטס אין א נאכט? סיז שווער צו האלטן קאפ!
זענען די חכמים יודעי מדע געפאלן אויף א גאונ'ישע המצאה, ויקרא שמו בישראל, מען האט אנגעהויבן טיילן נעמען פאר יעדע מסיבה, אזוי קען מען גרינגער געדענקען.
אנהויב איז נאך געווען גאנץ נארמאלע נעמען, ווי "מסיבת מתיר אסורים" אדער זוקף כפופים, מסיבת הצלת נפשות, א.א.וו
אזוי אויך האט יעדע מסיבה און כינוס פאר אידישקייט באקומען א צונאמען, "כינוס כלל ישראל", "הצלת הדורות", "הדר קבלוה", "לשמור ולעשות", "על חומותיך", אן דעם דראמאטישן נאמען איז קיין מסיבה ניט.
אבער ווי זר זהב האט שוין געשריבן אין די "לשמור ולעשות" אשכול, אז ווי לאנג דער סידור לויפט נישט אויס, קען מען טרעפן כסדר נייע נעמען, און אז דער סידור ענדיגט זיך נעמט מען דעם חומש'ל, אדער סתם מען טראכט אויף נעמען.

די לעצטיגע פאר יאר זענען מיר עדות אויף א אויפשטייגן אין כינוסים ומסיבות, און גלייכצייטיג מאדנע נעמען וועלכע ברענגט ארויס א מאדנע שמייכל אויף אלע צוקוקער.
למשל, לעצטע וואך איז אין וומסב"ג געווען א מסיבה "בגפו". איך האב נישט געקענט סטאפן לאכן. א שאד אז איך געדענק שוין נישט אלע קוריאזע און קאמישע נעמען, אבער איך וואלט געעפענט א אשכול צו פאראייביגן די נעמען, און ארויסברענגען א שמייכל אויף די ליינערס ליפן.

נשלח: מיטוואך יוני 19, 2013 8:51 pm
דורך זר זהב
ס'רעגט מיר אויף אז בלעם'ס אייזל האט געדארפט שטארבן בלויז חס צו זיין אויף בלעמ'ס כבוד, ס'באדערט מיר

נשלח: מיטוואך יוני 19, 2013 8:57 pm
דורך גנדי
ס'רעגט מיר אויף צו זעהן ווי צענדליגע משפחות פאקן זייער גאנצע הויז אריין אין א ווען און מוטשענען זיך ארויס צו גיין אין קאנטרי.

איך האב מער רחמנות...

נשלח: מיטוואך יוני 19, 2013 9:23 pm
דורך קאווע טרינקער
זר זהב האט געשריבן:ס'רעגט מיר אויף אז בלעם'ס אייזל האט געדארפט שטארבן בלויז חס צו זיין אויף בלעמ'ס כבוד, ס'באדערט מיר

נישט געפערליך, ס'דא פון איר אייניקלעך וואס רעדן איר שפראך עד היום הזה.

נשלח: דאנערשטאג יוני 20, 2013 12:09 am
דורך אבגד
ווען ביי הויכע שמו״ע איז דא א איד וואס ענטפערט אמן מיט א שלשלת און א פזר צוזאמען, אריינגעדרייט מיט׳ן קרני פרה, און צו מאל באניצט ער זיך אויך מיט׳ן ירח בן יומו, - און ווען די בעל תפלה האט די חוצפה אנצוהייבן די קומענדיגע ברכה פאר ער האט זיך גע׳ענדיגט אויסגארגלען, קומט ער מיט א טענה: דו ווייסט אז דו ביסט מיך מכשיל מיט א אמן חטופה.....

נשלח: זונטאג יולי 14, 2013 11:44 pm
דורך משה געציל
אז איך האב געקויפט א דזשי. פי. עס. ביים היימישן סוחר מקיים צו זיין דעם וחי אחיך עמך. און דער סוחר האט מיר נישט געקענט זאגן בעפאר אז ווען איך וועל ווילן אפדעיטען די מעפס וועט עס מיר קאסטן תבלין ותקלין.
אז איך ספענד שוין יא די פאר טאללער, קענסטו מיר נישט זאגן אז פאר נאך אפאר גראשן האב איך איינס וואס האט אפדעיטעס פריי פון אפצאל?

נשלח: זונטאג יולי 14, 2013 11:46 pm
דורך געפילטע פיש
בועלי אימהות! נעקסט טיים מאך זיכער אז די GPS מאדעלקע האט די אות M נאכדעם, דאס מיינט געווענליך אז די מעפ אפדעיטס זענען פריי.

נשלח: זונטאג יולי 14, 2013 11:51 pm
דורך אבגד
געפילטע פיש האט געשריבן:בועלי אימהות!.

וואס איז פשט????