בלאט 10 פון 10

נשלח: דאנערשטאג אפריל 11, 2013 1:36 pm
דורך קינות גירושין
גייט אויך זיין א קינדער אפטיילונג?
אדער זיי מוזן ווייטער ליינען די געגלע מחנים ביכער?

נשלח: דאנערשטאג אפריל 11, 2013 3:25 pm
דורך לעמאן דזשוס
קינות גירושין האט געשריבן:גייט אויך זיין א קינדער אפטיילונג?
אדער זיי מוזן ווייטער ליינען די געגלע מחנים ביכער?


זיי מוזן נישט.

אבער לעניית דעתי איז די מחניים סעריע גאר א הערליכע זאך פאר קינדער.

ווילסט ענדערש זיי זאלן ליינען קטלא קניא אדער קיוריאס דזשארדזש? געזונטערהייט.

נשלח: דאנערשטאג אפריל 11, 2013 3:38 pm
דורך שמעקעדיג
לעמאן דזשוס האט געשריבן:לעניית דעתי איז די מחניים סעריע גאר א הערליכע זאך פאר קינדער.

AGREE

נשלח: דאנערשטאג אפריל 11, 2013 4:23 pm
דורך טאמבל סאס
איך הויב שוין אן צווייפלען דערין. כ'האב היינט געזען אין א בעקבות אבותינו (מנחם מענדל'ס שוואגער מיין איך) ווי ער שרייבט ברוסטן!!! רחמנא יצילנו.
כ'דארף ענק אוודאי נישט זאגן אז מנחם מענדל האט געשריבן די מחנים אויך.

נשלח: דאנערשטאג אפריל 11, 2013 4:25 pm
דורך [NAMELESS]
מחניים איז א שיינע סיריעס פאר קינדער. און ניין, זיי וועלן נישט איינשלאפן מיט א מורה נבוכים, אדער א מיטל מזרח אנאליז.

על דא נאמר השנאה מקלקלת את השורה. נישט אייביג איז יענעמס גראז גרינער.

נשלח: דאנערשטאג אפריל 11, 2013 4:28 pm
דורך גנדי
לעמאן דזשוס האט געשריבן:
קינות גירושין האט געשריבן:גייט אויך זיין א קינדער אפטיילונג?
אדער זיי מוזן ווייטער ליינען די געגלע מחנים ביכער?


זיי מוזן נישט.

אבער לעניית דעתי איז די מחניים סעריע גאר א הערליכע זאך פאר קינדער.

ווילסט ענדערש זיי זאלן ליינען קטלא קניא אדער קיוריאס דזשארדזש? געזונטערהייט.


די מחניים סעריע גאר א הערליכע זאך פאר קינדער - AGREE

ווילסט ענדערש זיי זאלן ליינען קטלא קניא - ניין
קיוריאס דזשארדזש - יא. איך האב זיי דאס געקויפט, און עס ליגט אין די קינדרס ביכל שאפע נעבן מחניים ביכער.

נשלח: דאנערשטאג אפריל 11, 2013 5:05 pm
דורך קינות גירושין
איך פרינט ארויס פאר מיין 11 יעריגע ארטיקלען פון דא למשל היסטארי פון ממי שאמרו, אין שיינע רייכע ארטיקלען פון אייוועלט ( לעצטענס פון סייענס ,משוגע שיין, און פון נ״ך , אסאך שיינע זאכען פון לכתחילה אריבער )פארוואס זאל ער נישט קענען ליינען נארמאלע ארטיקלען ?
דישטערן ומתעסף ליינט ער אפ אין איין טאג.

נשלח: דאנערשטאג אפריל 11, 2013 5:14 pm
דורך [NAMELESS]
עס איז מיר באמת א קאמפלימענט. יישר כוח.

אבער צו קען ער שוין פארשטיין די חילוק פון אסטראלאגיע ביז אסטראנאמיע?
פון סוניס און שיע'ס?
יוסיפון וכו׳
זעהט אויס ווי דו האסט א קינד א שטארקע בעל דעת

נשלח: דאנערשטאג אפריל 11, 2013 5:19 pm
דורך קינות גירושין
ממי_שאמרו האט געשריבן:עס איז מיר באמת א קאמפלימענט. יישר כוח.

אבער צו קען ער שוין פארשטיין די חילוק פון אסטראלאגיע ביז אסטראנאמיע?
פון סוניס און שיע'ס?
יוסיפון וכו׳
זעהט אויס ווי דו האסט א קינד א שטארקע בעל דעת

קינדער קענען פארשטיין סאך מער וואס אונז מיינען, זיי האבען געוואלדיגע כוחות , נאר מדארף זען אנשטאט זיי זאלען ליינען פון קרעטשמע רבי פויער ארענדע מרשא און מאניש און נאך גארביטש ,זיי אנצופילען מיט נארמאלע זאכען

נשלח: מאנטאג אפריל 15, 2013 6:07 pm
דורך איך זאג דיר
ונבנתה העיר האט געשריבן:
בענדזשאמין פרענקלין האט געשריבן:לעצטענס איז א סטייל צו מרמז זיין די ווייב'ס נאמען אויך ווייל שלי שלה וכ'ו (בעיקר אין לעיקוואוד),

איהר האט קיינמאל געהערט פון ריצוי קודם החיבו"ר?...

אפשר קאנט איר אזוי גוט זיין און מסביר זיין וואס איר מיינט?

נשלח: מאנטאג אפריל 15, 2013 6:14 pm
דורך יואליש
כ'מיין אז די "השנאה מקלקלת השורה" איז געווארן קלישע און קען מיטיילען די שיקזאל פון "והמסתעף."

נשלח: דאנערשטאג מאי 23, 2013 9:39 am
דורך שמעקעדיג
קאווע בלעטל: חלום חלמתי ואיני יודע מה היא ואין פותר אותו.
יהא זכרו ברוך וינוח בשלום על משכבו עדי יקיצו וכו'

נשלח: דאנערשטאג יוני 13, 2013 12:17 pm
דורך לעמיל
דא האט זיך עס נישט אויסגעארבעט אבער אין אייוועלט גייען זיי יעצט אונהייבען ארויס געבען יעדע וואך און די זומער ארויסגעבען א זומער אויסגאבע אונגעפירט דורך ידידי הרב געלעגער
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=3&t=20133

נשלח: דאנערשטאג יוני 13, 2013 12:21 pm
דורך שמעקעדיג
שוין געזעהן. מען רעדט נישט פון יעדע וואך אין דעם זומער, נאר אן "איינמאליגע" זומער אויסגאבע.
נישט קיין פארגלייך צו א וועכענטליכע זאך.

און ס'איז א גרויסע חילוק פון אייוועלט מאטעריאל צו ק"ש, והמ"י.

נשלח: דאנערשטאג יוני 13, 2013 12:49 pm
דורך לעמיל
איך מיין דו האסט א טעות זיי ווילען מאכען יעדע וואך און די זומער נישט א איינמאליגע זאך

נשלח: דאנערשטאג יוני 13, 2013 1:14 pm
דורך שמעקעדיג
דאס איז געלעגערס ווערטער:

איבער שבת איז מיר אריין אין קאפ צו שטיפן פאראויס די פלאן פון ארויסקומען מיט א שיינע אויסגאבע דורך די אייוועלט שרייבערס.

מיין פלאן איז אז די אויסגאבע זאל זיין עוועילעבל צו דאונלאודן מיטוואך בעפאר דער עולם פארט אין קאנטרי אז מ'זאל דאס קענען מיטנעמען פאר שבת אין קאנטרי און עס מיטטיילן מיט אנדערע.

נשלח: דאנערשטאג יוני 13, 2013 1:41 pm
דורך נפתלי
שמעקעדיג האט געשריבן:דאס איז געלעגערס ווערטער:

איבער שבת איז מיר אריין אין קאפ צו שטיפן פאראויס די פלאן פון ארויסקומען מיט א שיינע אויסגאבע דורך די אייוועלט שרייבערס.

מיין פלאן איז אז די אויסגאבע זאל זיין עוועילעבל צו דאונלאודן מיטוואך בעפאר דער עולם פארט אין קאנטרי אז מ'זאל דאס קענען מיטנעמען פאר שבת אין קאנטרי און עס מיטטיילן מיט אנדערע.


איך קלער פון אריין לייגן נאטירליך'ס קאנטרי ארטיקל אלס פארזעצונג.

נשלח: מאנטאג יוני 17, 2013 12:01 pm
דורך לעמיל
שמעקעדיג קוק וואס געלעגער האט נעכטען געשריבען

אויסגאבע # 2
דורך געלעגער » זונטאג יוני 16, 2013 3:19 pm

די ערשטע אויסגאבע איז כמעט פארטיג און מ'ארבעט שוין אויף די צווייטע אויסגאבע ב"ה.

ווילן מיר יעצט מעלדן אז אונזער אומפארגעסליכע חשובע מייסד "קרעמער" זז"ג האט באוויליגט צו געבן אן אויסשליסליכע אינטערוויו פאר די אויסגאבע און די שאלות און תשובות וועלן פאבליצירט ווערן אין די צווייטע אויסגאבע אי"ה.

איר קענט אריין שיקן אייערע שאלות צום מערכת צום אויבן דערמאנטן אימעיל אדרעס. די סאבדזשעקט פון די אימעיל זאל זיין "שאלות צום אינטערוויו" מיר האפן צוצושטעלן א זיסע אינהאלטסרייכע אינטערוויו בעזר השם.

נשלח: מאנטאג יוני 17, 2013 12:23 pm
דורך שמעקעדיג
אויב אזוי, הייב איך הענט. הצדק אתך.

נשלח: מאנטאג יוני 17, 2013 12:27 pm
דורך לעמיל
שמעקעדיג האט געשריבן: הצדק אתך.

ווי געווענטליך

נשלח: מיטוואך אפריל 15, 2015 9:37 pm
דורך [NAMELESS]
נישטערנדיג צווישן די ארכיוון פון די אלטע אשכולות, האב איך אריינגע'באמפ'ט אין דעם אשכול.
10 בלעטער פון זיסע חלומות - פאר צוויי יאר צוריק - ארויסצוקומען מיט א גליון שע"י אנ"ש ק"ק ק"ש.

על כן בואו ונחזיק טובה להאי גברא רבא ויקירא, מרנא ורבנא [tag]כוכב[/tag] שליט"א, וואס האט דאס באוויזן מיטן פה סח! און זאגאר אן ערנסטער קונטרס פון 100 בלעטער ויותר, אויף א שיינעם פארמאט!