בלאט 10 פון 10

נשלח: דינסטאג מערץ 19, 2019 11:26 am
דורך איסר האטלקי
אדונינו האט געשריבן:לדעתי איז די גלילות פון מאנסי די בעסטע.

אין אוזבעקיסטאן ביסטו שוין געווען?

נשלח: דינסטאג מערץ 19, 2019 12:19 pm
דורך אדונינו
איסר האטלקי האט געשריבן:
אדונינו האט געשריבן:לדעתי איז די גלילות פון מאנסי די בעסטע.

אין אוזבעקיסטאן ביסטו שוין געווען?

דאס האב איך געמיינט צו זאגן, איינס נאך אוזבעקיסטאן, אנטשולדיגט פאר די מיספארשטענדעניש.

נשלח: דינסטאג מערץ 19, 2019 1:09 pm
דורך תורה ומדע
איסר האטלקי האט געשריבן:די סטעטן איילענד פרייזן זענען כמעט ווי בארא פארק. קליינע הייזער, בערך אזויפיל סקווער פיס וואס מ'באקומט אין א בארא פארק קאנדא פארן זעלבן פרייז.

איהר מאכט א טעות. א סינגל פעמילי עטטעטשט הויז מיט א בעיסמענט אין סטעטן איילענד האט בדרך כלל איבער 2000 סקווער פיס, און א שיינעם גארטן פון פארנט און פון הונטען. שטיבלעך, מניינים, גראסערי, פארקס, און פארקינג איז דא לרוב. כתוצאה מזה, גיבן איבער די דארטיגע אז דאס ״קווליטי אוו לייף״ איז גאר הויך. פרייז פאר אזאן הויז איז בלויז ציווישען זעקס און זיבן הונדערט טויזנט דאללער. אין ברוקלין קאסט אזא קאנדאו מער ווי טאפאלט.

נשלח: דינסטאג מערץ 19, 2019 1:10 pm
דורך תורה ומדע
0

נשלח: דינסטאג מערץ 19, 2019 3:21 pm
דורך איסר האטלקי
תורה ומדע האט געשריבן:
איסר האטלקי האט געשריבן:די סטעטן איילענד פרייזן זענען כמעט ווי בארא פארק. קליינע הייזער, בערך אזויפיל סקווער פיס וואס מ'באקומט אין א בארא פארק קאנדא פארן זעלבן פרייז.

איהר מאכט א טעות. א סינגל פעמילי עטטעטשט הויז מיט א בעיסמענט אין סטעטן איילענד האט בדרך כלל איבער 2000 סקווער פיס, און א שיינעם גארטן פון פארנט און פון הונטען. שטיבלעך, מניינים, גראסערי, פארקס, און פארקינג איז דא לרוב. כתוצאה מזה, גיבן איבער די דארטיגע אז דאס ״קווליטי אוו לייף״ איז גאר הויך. פרייז פאר אזאן הויז איז בלויז ציווישען זעקס און זיבן הונדערט טויזנט דאללער. אין ברוקלין קאסט אזא קאנדאו מער ווי טאפאלט.

ריזיגע לאטס און פארקס ארום דאס יא, אבער די ס"ק פער הויז איז פונקט ווי אין ב"פ. מ'צאלט 8 מאות פאר 1500 סקווער פיס.

נשלח: דינסטאג מערץ 19, 2019 3:51 pm
דורך יעקב מענטש
איסר האטלקי האט געשריבן:
ארי נוהם האט געשריבן:די שוואונג האט זיך טאקע אפגעשטעלט, אבער מענטשן האלטן נאך אין איין מופן קיין סטעטן איילענד. היינט איז שוין דא אזויפיל אנדערע פלעצער, אז ס'איז נישט דער אמאליגער אלטערנאטיוו, הגם ס'האט פארט מעלות וואס אנדערע ערטער האבן נישט, וואס ציט טאקע נאכאלץ אהין פרישע משפחות כסדר.

עס מופן קיין סטעטן איילענד בערך צוויי מענטשן א חודש. קיין לינדאן מופט מען טאקע מער, אבער לע"ע איז דער שוואנג איבעראל טויט, יעדער וויל זען וואו ס'וועט זיך למעשה אויסקאכן א ישוב צווישן לעיקוואוד, לינדען און סטעטן איילענד אדער גאר ב"פ וואו מ'בויעט יעצט קרוב צו טויזנט קאנדאוס.

1000 נייע דירות אפי' מ'זאל עס געבן בחינם וועט נישט סאלוון דעם קריזיס לויט וויפיל די פאפולאציע וואקסט, במילא איז מיין נבואה אז אלע שטעטלעך וועלן זיך אפשר רוקן שטייט פאר די נעקסטע יאר צוויי, אבער נאטורליך דארפן יעדע יאר-צוויי צוקומען פרישע עטליכע הונדערט משפחות וואס דערזעהן זיך מיט א גרויס פאמיליע און א צו-קליינע אפט. מיט נאך א קלענערע אינקאם וואס רוב פון זיי גייען עמיגרירן פון ברוקלין, און א געוויסע פראצענט גייען אנקומען צו די נייע חסידישע זיפ קאודס, מאנסי איז שוין זייער שווער זיך אריינצובאקומען ווייל די מוסדות קענען נישט אקצעפטירן נייע קינדער (א געוויסע פראצענט מיט פראטעקציע כאפן זיך אריין אבער ממש א מיעוט) און אויך איז עס שוין טייער פאר די דורכשניטליכע פאמיליע וואס פארמאגט א בודזשעט פון ארום 4-500 טויזנט טאלער פאר אן אייגענעם דיעד.

נשלח: דינסטאג מערץ 19, 2019 5:59 pm
דורך תורה ומדע
איסר האטלקי האט געשריבן:
תורה ומדע האט געשריבן:
איסר האטלקי האט געשריבן:די סטעטן איילענד פרייזן זענען כמעט ווי בארא פארק. קליינע הייזער, בערך אזויפיל סקווער פיס וואס מ'באקומט אין א בארא פארק קאנדא פארן זעלבן פרייז.

איהר מאכט א טעות. א סינגל פעמילי עטטעטשט הויז מיט א בעיסמענט אין סטעטן איילענד האט בדרך כלל איבער 2000 סקווער פיס, און א שיינעם גארטן פון פארנט און פון הונטען. שטיבלעך, מניינים, גראסערי, פארקס, און פארקינג איז דא לרוב. כתוצאה מזה, גיבן איבער די דארטיגע אז דאס ״קווליטי אוו לייף״ איז גאר הויך. פרייז פאר אזאן הויז איז בלויז ציווישען זעקס און זיבן הונדערט טויזנט דאללער. אין ברוקלין קאסט אזא קאנדאו מער ווי טאפאלט.

ריזיגע לאטס און פארקס ארום דאס יא, אבער די ס"ק פער הויז איז פונקט ווי אין ב"פ. מ'צאלט 8 מאות פאר 1500 סקווער פיס.

איבערהויפט נישט. א סקווער פיס אין ב״פ איז זיבן הונדערט דאללער, אפילו אין א קאנדאו. אין סטעטן איילענד אדער מאנסי איז עס פונקט האלב.

נייע מקוה בויעט זיך אין סטעטן איילענד

נשלח: מאנטאג פעברואר 01, 2021 11:32 am
דורך תורה ומדע

טעמפע - פלארידע

נשלח: דינסטאג פעברואר 02, 2021 1:07 pm
דורך מ גפני
אז מ׳רעדט פון נייע ישובים, וויל איך הערן פונעם ציבור וואס דער עולם האלט / ווייסט פון טעמפע - פלארידע. ווי איך הער ציען זיך יעצט אריבער א 20 היימישע משפחות

נשלח: דינסטאג פעברואר 02, 2021 1:39 pm
דורך מהיכי תיתי
הרה"צ די בעלעד רב שליט"א האט זיך די וואך זונטאג אריבערגעצויגן. צוזאמען מיט'ן רב איז מיטגעגאנגען זיין אינגסטע פארהייראטע זוהן.

נשלח: דינסטאג פעברואר 02, 2021 1:55 pm
דורך קורקלענד
[tag]דולה ומשקה[/tag] פּליז קום אריין מיט א אפדעיט.

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 04, 2021 11:04 pm
דורך רביה''ק זי''ע
מהיכי תיתי האט געשריבן:הרה"צ די בעלעד רב שליט"א האט זיך די וואך זונטאג אריבערגעצויגן. צוזאמען מיט'ן רב איז מיטגעגאנגען זיין אינגסטע פארהייראטע זוהן.

צו קען מען ארויסגעבן אן אדרעסס?

נשלח: דינסטאג יוני 22, 2021 1:59 pm
דורך טריי סטעיט
איך בין נייגעריג אויב עס איז שוין דא געהעריגע מוסדות אין סטעטן איילענד. איבערהויפט פאר עלטערע מיידלעך. איך וויל אויך וויסן צו עס איז דא דארט א ספרים געשעפט אדער שיך געשעפט און וויאזוי די עולם דארט גייט צו בכלל צו די סאביעקט פון שאפינג און די געוואוינטע באקוועמליכקייטן.

נשלח: דינסטאג יוני 22, 2021 2:13 pm
דורך קורקלענד
תורה ומדע האט געשריבן:כ'הער אז סיהאט זיך אפגשטעלט. מיינסטנס עולם לויפט ענדערשט קיין לינדען, נוא דשערסי

לעצטנס איז געווארן פארקערט.