בלאט 10 פון 23

נשלח: מיטוואך יוני 17, 2015 12:48 am
דורך [NAMELESS]
ראבויתעם, העט, זיכט מען נאך א 10׳טן צום מנין וואס זאל באלייקן אונזער ערעב [tag]אדנירם[/tag] פאר די דרייצענטע קאפיטל, א חלבנה אדער מער וועט דאכצעך אויך נישט שאטן.
א דאנק,
באטשי

Re: עמוד האש האחרון? – הגה"ק רבי יעקב אריה ישעי' מאמשינוב של

נשלח: מיטוואך יוני 17, 2015 2:22 pm
דורך ווייס פרעזידענט
מאשזאר מיר ווארטען

Sent from my Nexus 6 using Tapatalk

נשלח: מיטוואך יוני 17, 2015 2:41 pm
דורך [NAMELESS]
ערעב [tag]אדנירם[/tag], עס איז שוין דא 14 און 10 לייקס ביי די פריערדיגע צוויי קאפיטלעך,
לייג ביטע ארויף נאך
א דאנק
באטשי

רבי איציק'ל אמשינאווער, מיט וועם איך האב נאך געדאווענט.

נשלח: מיטוואך יוני 17, 2015 2:56 pm
דורך [NAMELESS]
[center]פערצנטע קאפיטל:
דער לעצטער אמשינאווער רבי זצ"ל, רבי איציק'ל פון אמעריקע.[/center]



[center]וזרח השמש.[/center]
דער פריערדיגער אמשינאווער רבי פון אמעריקע, הרה"ק רבי איציק'ל זצ"ל, איז געבוירן געווארן ביום כ"ד טבת תרע"ד - ווען זיין פאטער רבי יוסף איז נאך געווען רב אין אסטראווע. בעפאר'ן ברית האט זיין מוטער, הרבנית שרה בת הבעל נפש חיה מקאליש, געהאט א חלום, אז זי איז מעלה איר קינד אויפן עקידה. נאך דעם מורא'דיגן חלום, האט זי מחליט געווען אז זי וועט א נאמען געבן דעם קינד 'יצחק' על שם העקידה. ולפלא היה, אז שפעטער איז אנגעקומען א טעלעגראם פונעם זיידן, רבי מנחם'ל אמשינאווער, וואו ער האט געשריבן אז מ'זאל רופן דעם קינד מיטן נאמען 'יצחק'!

און טאקע אזויווי יצחק אבינו איז געווען אן עולה תמימה, קדוש מרחם אמו, אזוי טאקע האט דער אמרי אמת זיך אויסגעדריקט אויף אים ווען ער האט אים געזען אלס קינד, אז ער איז א 'קדוש מרחם' [דאס איז געווען ביים חתונה פון זיין עלטערע ברודער, ר' יעקב דוד השני מאמשינאוו הי"ד, וואס איז געווארן אן איידעם ביי ר' שלמה יאסקאוויטש, אן איידעם ביים אמרי אמת. דער אמרי אמת האט אים דעמאלס אויך געשיקט דירעקט שיריים פון זיך, ארויסצואווייזן זיין חביבות צו אים]. און אזוי אויך האט זיך זיין טאטע איינמאל אויסגעדריקט אויף אים: 'מיין יצחק'ל איז אן עולה תמימה'. ער איז טאקע אלס געווען באוואוסט מיט זיין תמימות, קדושה, און איידעלע לעכטיגע צורה וואס האט פשוט אדורכגעשיינט זיין כלליות'דיגן התנהגות, בין לשמים ובין לבריות.

גלייך בעפאר ער איז געווארן 20 יאר אלט, האט ער חתונה געהאט מיטן טאכטער פון רבי יוסף בן האדמו"ר ר' מענדעלע סטריקאווער, ביום י"ד טבת תרצ"ד. אפאר חדשים שפעטער, איז זיין מאמע אוועק. זיין טאטע האט דאך שוין אויך געליטן אויפן הארץ [כנ"ל], און ער האט זיך אריבערגעצויגן צום קור-ארט אטוואצק. ר' איציק'ל האט זיך אויך אריבערגעצויגן קיין אטוואצק, צו זיין לעבן זיין גרויסן טאטן. אלס פרישער יונגערמאן פון 22 יאר אלט, איז זיין טאטע אויך נסתלק געווארן [בשנת תרצ"ו].


[center]מיט זיין פעטער רבי שמעון שלום מאמשינאוו-אטוואצק.[/center]
דאס האט אים אבער נישט געשטערט פון שטייגן ווייטער אין תורה ועבודה, מיטן טיפישן אמשינאוון חן און ענווה. ער האט טאקע גאר שטארק ארויסגעשטארצט מיט זיין אייגנארטיגע ערליכע תמימות'דיגע עבודה, געמישט מיט ליבשאפט צו יעדן איד באשר הוא. די צוויי נקודות גייען אים שפעטער באגלייטן א גאנץ לעבן, און גייען עווענטועל אויספארעמען דעם אמשינאוון הויף אין אמעריקע אויף די יסודות. ס'זענען געווען חסידים פון זיין טאטן וואס האבן אים געוואלט מכתיר זיין צו פירן אן עדה פאר זיך, אבער ער האט זיך גענצליך אונטערגעווארפן אונטער זיין עלטערן ברודער רבי יעקב דוד'ל השני.

למעשה איז ער פארבליבן דארט אין אטוואצק, וואו ער איז נאנט געווארן מיט זיין טאטנס ברודער, רבי שמעון שלום, וואס האט דארט געפירט זיין עדה. און ער איז נתבטל געווארן פאר אים עד כדי כך אז ער האט אים קיינמאל מער נישט גערופן בשמו, און אפילו ווען זיינס אן אייניקל האט אמאל עפעס געזאגט וועגן 'רבי שמעון'לע', האט ער אים געזאגט אז ער זאל נישט אים נישט רופן בשמו נאר 'דער פעטער פון אטוואצק'. אדאנק זיין דבקות אינעם גרויסן פעטער זיינעם, איז ער געראטעוועט געווארן ביים צווייטן וועלטס קריג, ווען דער פעטער איז אנטלאפן צוערשט קיין ווילנא - ווען זיין פלומעניק זיצט צוזאמען מיט אים אין זעלבן וואגאן, און דערנאך קיין שאנכיי, וואס ווי באקאנט האט רבי שמעון שלום געהאט א גרויסן טייל אין הצלת ישיבת מיר, ועוד, וואס זענען אנטלאפן קיין שאנכיי [ואי"ה עוד חזון למועד, ביים באשרייבן ר' שמעון'לע].

אין שאנכיי האט מען שטארק אנגעזען זיין צדקות און קדושה, וואו ער האט זיך מוסר נפש געווען נישט צו עסן עפעס מיט חששות אין כשרות - כאטש גדולים וטובים האבן דאס מתיר געווען מפני הדחק. אזוי אויך איז ער געזעצן און געלערנט נאכאנאנד, און אלעס בהצנע לכת, אונטער זיין גרויסער פעטער. אבער דער עולם האט געזען אז איש קדוש מתהלך עמנו, און טאקע ווען ער האט זיך ארויסגעראטעוועט קיין אמעריקע בשנת תש"ז, האבן מענטשן אנגעהויבן זיך גרופירן ארום אים, זעענדיג זיין יראת שמים חופפת עליו כל היום.


[center]צורת קדשו פון ר' איציק'ל אמשינאווער אלס יונגערמאן:[/center]
מי האיש.jpg


אין יאר תש"י האט ער חתונה געהאט בזיוו"ש, און דאן האט אים זיין פעטער באפוילן אז ער זאל אנהייבן פירן אן עדה אידן. קנאפע פיר יאר שפעטער, האט זיין גרויסער פעטער, דער זקן האדמורי"ם רבי שמעון שלום, אויסגעהויכט זיין הייליגע נשמה, און דאן האבן נאכמער מענטשן זיך אנגעהויבן מתחמם זיין לאורו. אנגעהויבן האט ער אין וויליאמסבורג, אבער זיין אצילות דקדושה און צהלת פניו אויסגעמישט מיט זיין אייגנארטיגן ענוות חן ותמימות, האט צוגעצויגן א גרעסערע עולם. דאן האט ער זיך אריבערגעצויגן קיין בארא פארק, וואו א ניייע לעכטיגע קאפיטל האט זיך אנגעהויבן לבית אמשינאוו.


[center]מברך על הכוס בדביקות נפלאה:[/center]
הכוס11.jpg

[אגב, איך ווייס נישט וויאזוי קלענער צו מאכן בילדער וואס ליגן ביי מיר אין קאמפיוטער, דערפאר זענען די בילדער אזוי גרויס. אויב איינער קען מיר אנווייזן וויאזוי צו פארקלענערן, יישר כוחו וחילו].


אין נעקסטן קאפיטל: תהלוכותיו בקודש פון רבי איציק'ל אמשינאווער.

נשלח: מיטוואך יוני 17, 2015 4:00 pm
דורך מפוזרי
אדנירם האט געשריבן:ריכטיג, און כ'האמיך נאר משתמש געווען במטבע לשון ווי מען זאגט היינט 'ער איז א רבי ר' מיילעך אייניקל'...

כמדומני שבלשון המדוברת כיום כשאומרים א 'רעכטע' אייניקעל הכוונה לנכד ממש. ואולי אני טועה.

נשלח: מיטוואך יוני 17, 2015 4:23 pm
דורך מפוזרי
קודם כל א ייש"כ.
אזוי ווי דו האלטס שוין נאכן קריג אין אמעריקע, ערלויב איך מיך אריינפילן א פרט פון בעפאר. כשפרצה המלחמה איז ר' שימעלע אנטלאפן קיין ווילנא. זייענדיג שוין אין וואגן אויפן וועג, זעהט ער ווי ר' איציקל גייט אין גאס מיטן טלית און תפילין אונטערן ארעם, אויפן וועג אהיים פון דאווענען. האט אים ר' שימעלע געהייסן ארויפקומען אויפן וואגן און מיטפארן וכך עשה, ניטאמאל זיך געזעגנט מיט די ווייב און קינדער, וככה ניצל לבדו.

נשלח: מיטוואך יוני 17, 2015 4:36 pm
דורך [NAMELESS]
אדנירם האט געשריבן:[אגב, איך ווייס נישט וויאזוי קלענער צו מאכן בילדער וואס ליגן ביי מיר אין קאמפיוטער, דערפאר זענען די בילדער אזוי גרויס. אויב איינער קען מיר אנווייזן וויאזוי צו פארקלענערן, יישר כוחו וחילו].

כ'ווארט נאך אויף א תשובה.

אזוי אויך האב איך בילדער וואס נעמען אויף מער פון kb 500, אבער דער פארום לאזט דאס נישט ארויף. אויב איינער ווייסט וויאזוי צו טוישן דעם פארמאט אז ס'זאל אויסקומען ווייניגער ווי kb 500, אדער וויאזוי צו מאכן אז דאס זאל סייווי קענען ארויפקומען אויפן פארום, יתברך בכל הנ"ל.

נשלח: מיטוואך יוני 17, 2015 5:26 pm
דורך ראש הישיבה
דער בילד פרענגט מיט נאסטאלגיע!! אוי דער אמשינובער רבי ז"ל, דער אצילותדיגע הייליגע צורה. איך פלעג א סאך מאל אריין פאלן אלס קינד אין דעם שוהל. דער קדושה שיינט פון זיין פנים.

און א זייטיגע נאטיץ די באטעל פון גרעיפ דזשוס די טינקעלע באטעל דערמאנט מיר אויך פון מיינע קינדערישע יאהרן.

נשלח: מיטוואך יוני 17, 2015 11:25 pm
דורך [NAMELESS]
[center]
WOW WOW
מזל טוב!! מזל טוב!!
אונזער באליבטע ערעב [tag]אדנירם[/tag] איז אין די מינוטען אנגעקומען צו 2,000 לייקס!!
בלייבט נאר איבער צו ווינטשען אז בקרוב ממש זאל ער זיך שוין טרעפן ביי 4,000 לייקס,
ומעלין בקודש!!
[/center]

נשלח: מיטוואך יוני 17, 2015 11:50 pm
דורך [NAMELESS]
[center]יעצט ערעב [tag]אדנירם[/tag] איז נישטא קיין שום תירוץ, און מיר אלע ערווארטן עפעס א זאפטיגס, וואס זאל זיין אזאנס און אזעלעכס.[/center]

נשלח: דאנערשטאג יוני 18, 2015 2:18 pm
דורך ונבנתה העיר
אדנירם האט געשריבן:
אדנירם האט געשריבן:[אגב, איך ווייס נישט וויאזוי קלענער צו מאכן בילדער וואס ליגן ביי מיר אין קאמפיוטער, דערפאר זענען די בילדער אזוי גרויס. אויב איינער קען מיר אנווייזן וויאזוי צו פארקלענערן, יישר כוחו וחילו].

כ'ווארט נאך אויף א תשובה.

אזוי אויך האב איך בילדער וואס נעמען אויף מער פון kb 500, אבער דער פארום לאזט דאס נישט ארויף. אויב איינער ווייסט וויאזוי צו טוישן דעם פארמאט אז ס'זאל אויסקומען ווייניגער ווי kb 500, אדער וויאזוי צו מאכן אז דאס זאל סייווי קענען ארויפקומען אויפן פארום, יתברך בכל הנ"ל.

http://jpeg-optimizer.com

נשלח: מאנטאג יוני 22, 2015 5:35 pm
דורך ירא שמים
ערעב [tag]פריעד באטשי[/tag] בוסט איינגעשלאפן?

נשלח: מאנטאג יוני 22, 2015 7:04 pm
דורך געוואלדיג
ירא שמים האט געשריבן:ערעב [tag]פריעד באטשי[/tag] בוסט איינגעשלאפן?


די טאכטער זאג איך, די שנור מיין איך.

נשלח: מאנטאג יוני 22, 2015 7:43 pm
דורך [NAMELESS]
העברע טייערע, הינעיני, אטע דא בינעך, אבער דארף מען אז ערעב [tag]אדנירם[/tag] זאל דא זיין, אז נישט האבעך גארנישט אויפגעטון.

[tag]געוואלדיג[/tag] האקט דאס זעלביגע, [tag]ירא שמים[/tag], הערסטע וואס זאגעך??

נשלח: מיטוואך יוני 24, 2015 6:14 pm
דורך [NAMELESS]
[center][tag]אדנירם[/tag], נא.[/center]

נשלח: מיטוואך יוני 24, 2015 8:55 pm
דורך געוואלדיג
בפקודת מרן [tag]גדול הדור[/tag], אנו מגלים את דעתינו [tag]דעת תורה[/tag] שמורה מורינו הר"ר [tag]אדנירם[/tag] יקח עטו בידו וימשיך לכתוב על [tag]צדיק הדור[/tag].

נשלח: דאנערשטאג יוני 25, 2015 3:07 am
דורך [NAMELESS]
[center]פופצנטע קאפיטל:
תהלוכות בקודש פון רבי איציק'ל אמשינאווער זצ"ל.[/center]



[center]ראשו מגיע השמימה.[/center]
דער רבי ר' איציק'ל איז געווען מפורסם מיט זיין געהויבענעם עבודה, דבקות בה', און תמימות. אסאך מאל פלעגט ער אריינפאלן אין א דבקות, און מ'האט פשוט געזען אז ער געפינט זיך אין אן אנדערן וועלט. הגה"ח רבי חיים דוב קופיץ שליט"א [מבני חבורתא קדישתא, כעת ר"מ בישיבת ] האט דערציילט, אז איינמאל האט אים דער רבי געבעטן מיטצוגיין מיט אים שפאצירן. און כידוע געפינט זיך אמשינאוו אין בארא פארק אויף 15 עוועניו צווישן 44 און 45 סטריט. דער רבי האט אנגעהויבן שפאצירן צום כיוון פון 45,46, וכו', און בשעת מעשה טראכט רח"ד וואו אהין דער רבי וויל גיין (סתם אזוי פלעגט ער נישט שפאצירן אפט), אנקומענדיג צו 46 סטריט - וואו זיין זון דער היינטיגער רבי ר' יוסל האט געוואוינט – האט ער געטראכט אפשר וויל ער גיין צום זון, אבער דער רבי איז געגאנגען ווייטער פאר'דביקות'טערהייט. און אזוי ביי יעדע פאר גאסן האט רח"ד געטראכט אפשר וויל ער גיין דא, אדער דא, אבער דער רבי האט גארנישט געזאגט און ער האט פשוט ממשיך געווען מיטן שפאציר.

מ'איז אנגעקומען צום עק ב.פ. ביים 60'סטע סטריט, אבער דער רבי האט ממשיך געווען צו שפאצירן בדביקות נפלאה. רח"ד האט שוין אנגעהויבן טראכטן מי יודע וואספארא תיקונים דער רבי וויל מאכן אינדרויסן פון בארא פארק... אזוי האט מען ממשיך געווען צו שפאצירן ביז טיף אין די 70'ער גאסן, ווען ענדליך האט דער רבי זיך אויפגעכאפט און געפרעגט רח"ד'ן: 'נו, מ'איז שוין אנגעקומען צו יוסל'ן'?!...


[center]גייענדיג אין גאס - מערקט זיין לויטערע צורה:[/center]
43.JPG


ענדליך צו דעם איז געווען אמאל א מעשה, ווען ער איז געגאנגען שפאצירן 'עראונד-די-קארנער' אויף 44 סטריט צווישן 14 און 15 עוועניו, וואו ס'געפונען זיך אפאר אפארטמענט בילדינג'ס. און ווען דער רבי האט דאס באמערקט האט ער געפרעגט: 'וואו זענען מיר יעצט? אין פלעטבוש?'... כלומר, ער האט נישט געוואוסט וויאזוי די גאס לעבן זיין הויז זעט אויס, און ער האט נישט געהאט דעם מינדסטן השגה וואס פלעטבוש מיינט. פשוט – דבקות בה'.

אזוי איז געווען מיט כל מיני הבלי עולם הזה, ער איז געווען מופרש ומובדל פון אלעס וואס איז נישט נוגע עבודת ה', און ער האט נישט געהאט דעם מינדסטן ידיעה אין די וועלטס נייעס, ביז ער האט זיך אמאל אויסגעדריקט סוף ימיו, אז ער האט נאך קיינמאל אין זיין לעבן נישט אריינגעקוקט אין קיין צייטונגען. ביים עסן האט מען אויך געזען אז ער עסט נאר כדי צו לעבן, ער פלעגט כמעט גארנישט עסן, און וואס ער האט שוין יא געגעסן פלעגט זיין אן קיין טעם וריח, און אן קיין שום זאלץ אדער צוקער. אמאל האט ער זיך ארויסגעכאפט די ווערטער: 'איך שפיר נישט קיין טעם אין עסן'.

מיין טאטע, וואס האט אויך זוכה געווען אביסל זיך צו דרייען ביי אים, האט אמאל מגדיר געווען דעם חילוק צווישן די צוויי אמשינאווע רבי'ס, ר' איציק'ל פון אמעריקע און דער היינטיגער אמשינאווער רבי פון בית וגן [זיי האבן געפירט זייער חסידות אין די זעלבע צייט]. אז דאס איז זיכער אז זיי ביידע זינדיגן קיינמאל נישט, נאר דער חילוק איז וואס איז דער סיבה דערצו: דער אמשינאווער רבי פון ארץ ישראל, האט נישט קיין 'צייט' צו זינדיגן, און דער אמשינאווער רבי פון אמעריקע, ווייסט פשוט נישט 'וואס מיינט דאס' זינדיגן... דאס איז א ריכטיגע תמצית אויף זיין הייליג לעבן.


[center]דאס שטענדיגע ליכטיגע פנים שוחקות:[/center]
שאלה 1.jpg


[center]לא הסתכל בצורתא דזוזא.[/center]
די גמ' אין פסחים דף ק"ד ע"א זאגט: 'מאן ניהו בנן של קדושים, כל דלא הסתכל בצורתא דזוזא'. ער איז געווען דער ריכטיגער קדוש, וואס האט באמת נישט געהאט קיין שמץ השגה וואס דער חילוק איז פון א פעני, א ניקל, צו א קוואדער. אלעס איז געווען דער זעלבער אין זיינע אויגן. און ער פלעגט קענען געבן אסאך קליינגעלט אנשטאטס א דאלער – פאר צדקה, מיינענדיג אז ער געבט 'אסאך'... און פון די אנדערע זייט, איז איינער אמאל אריינגעקומען צו אים בעטן צדקה, און קיינער חוץ פון אים איז נישט דארטן געווען, האט דער רבי צאמגענומען אלע געלטער וואס ער האט דעמאלס געהאט מיט זיך פון פדיונות, און אים אוועקגעגעבן אויפן פלאץ. דאס געלט האט פשוט נישט געשפילט א ראלע ביי אים.

ווען ער האט מייסד געווען א כולל ביי זיך אין ביהמ"ד פאר חשוב'ע יונגעלייט, האבן אים אפאר עסקנים געזאגט אז ער זאל ארויפגיין צו א גביר אין שטוב, וואס יענער פלעגט כסדר זיך דרייען ביי אים, און נאכן מסביר זיין די ספעציעלקייט פונעם כולל וועט יענער זיכער געבן א שיינע מטבע. דער רבי האט אים טאקע מסביר געווען נחיצות הדברים, און דער גביר האט אים געזאגט: 'נקבה שכרי ואתנה', וואספארא פרייז דער רבי וועט בעטן וועט ער אי"ה געבן. האט אים ר' איציק'ל געבעטן צו געבן... הונדערט דאלער. דער גביר איז פשוט נשתומם געווארן פון די 'השגות' פונעם רבי'ן, ער איז דאך געווען זיכער אז דער רבי וועט אים בעטן א גרויסע סכום געלט...

אזוי איז געווען מיט אלע גשמיות'דיגע ענינים. למשל, ווען ער האט נאך געוואוינט אין וומסב"ג האט ער אמאל פארדינגען א שטאק פון זיין הויז פאר א צווייטן. איינמאל איז יענעמ'ס הייצונג צובראכן געווארן, און יענער – נאכנישט ארויסהאבנדיג פונקטליך ווער ר' איציק'ל איז – האט אריינגעקלאפט ביים רבי'ן אים מודיע זיין אז די הייצונג איז צובראכן, און דער רבי/לענדלארד זאל זען עס צו פאררעכטן. פונקט איז קיינער נישט געווען ביים רבי'ן אין שטוב, און אפאר מינוט שפעטער האט דער רבי אריינגעקלאפט ביי אים אין דירה האלטנדיג א האמער אין האנט, און ער האט אים געזאגט אז דער כלי האט ער געטראפן ביי זיך אינדערהיים, אפשר וועט דער כלי אים העלפן פאררעכטן די הייצונג...

כ'האב געהערט פון הגה"ח רבי שלמה קופיץ ז"ל [ראה"כ בוסטון פלטבוש, ואחיו הגדול של רח"ד הנ"ל], וואס האט זוכה געווען צו זיין משב"ק פאר אפאר יאר, אז בדרך כלל האט ר' איציק'ל נישט געפירט קיין טיש חנוכה אין ביהמ"ד. איין יאר האט מען זיך איינגעבעטן און מ'האט גע'פועל'ט אז ער זאל פירן אין ביהמ"ד. יענעם יאר נאך חנוכה, האט דער רבי אריינגערופן ר"ש און אים געבעטן צו טוישן א פלארעסענט לייט אין שול, זאגנדיג אז ער האט געזען אז ס'בלינקט, און ער האט אמאל געהערט אז ס'איז א סכנה צו לאזן אזא לעקטער. ר' שלמה האט געוואוסט אז אלע לעקטער'ס ארבעטן גוט, און ער האט שנעל געכאפט וואס דא גייט פאר: איינער האט געכאפט בילדער פונעם רבי'נס עבודת הדלקת נר חנוכה, און דער רבי האט געזען אז ס'בליצט האט ער געמיינט אז די לעקטער טויג נישט, ווייל 'וואס דען קען עס זיין'...


[center]חנוכה ביים צינדן די מנורה:[/center]
חנוכה44.jpg


[center]רבים הולכים לאורו.[/center]
ווי פארשטענדליך, האט זיין ריינע תמימות'דיגע עבודה, בנוסף צום אור-אלטן אמשינאוון חן, צוגעצויגן א גרויסע מאסע חסידים ומעריצים, און ער האט געהאט א געהויבענע חבורה פון טייערע יונגעלייט וואס זענען אליינס ראוי צו זיין רבי'ס, און אסאך שפעטערדיגע רבנים וגדולי ישראל האבן זיך געדרייט ביים אים [איבער דעם - אין א באזונדערע קאפיטל]. אזוי אויך, האבן די גרעסטע רבי'ס זיך אויסגעדריקט אויף אים מיט מורא'דיגע ווערטער [וגם זה יבוא בפרק בפנ"ע], און בעצם האט דער הייליגער אסטראווצער אמאל באזוכט ביי זיין טאטן רבי יוסעלע אמשינאווער אין שטוב, און זעענדיג זיין זון ר' איציק'ל האט דער אלטער גאון וקדוש מאסטראווצא אים געבעטן א ברכה. ר' איציק'ל איז נאך דאן געווען א קינד! דאס געבט א שטיקל בליק אויף ווער ער איז געווען.

ר"ה ביינאכט, פלעגט זיך שלענגלען א ריזן מאסע מענטשן פון אינמיטן גאס, וואס פלעגן שטיין אין ווארטן צו קענען אדורכגיין דעם הייליגן איד, לברך ולהתברך בשנה טובה ומתוקה. א איד איז אמאל צוגעגאנגען צו אים ערב יום כיפור בעטן אז דער רבי זאל אים אינזינען האבן ביים דאווענען, דער רבי האט - מיטן טיפישן אמשינאוון עניוות - אים לכתחילה געענטפערט: 'הלואי זאל איך קנען דאווענען אויף מיר אליין', אבער גלייך נאכדעם האט ער אים געזאגט: 'מיר דאווענען פאר אלע אידן'.

דער רבי פלעגט טאקע כסדר נאכזאגן פון זיין זיידן רבי איציק'ל וואורקער, וואס ער האט גערעדט בשבחו פונעם ריזשינער, אז ער איז זיך משתתף בצערן של ישראל עד כדי כך, 'אז א איד געבט זיך א קלאפ אין פינגער אין יענעם עק וועלט, טוט עס אים וויי'. אזוי האט ר' איציק'ל כסדר געלעבט, און ביי זיינע תפילות פלעגט מען זען ווי ער איז זיך משתפך כלפי קונו, ובפרט ביי תפילות וואס רעדן פון די גאולה. זיין 'רחם נא' ביים בענטשן איז געווען א דבר ידוע, זיינע טיפע קרעכצן - כאטש בדרך כלל האט ער איינגעהאלטן זיינע הרגשים ברבים.

אבער נישט נאר אין די הייליגע טעג, ווען מענטשן שפירן אן 'אימת הדין', פלעגט מען קומען צו אים, נאר אפילו סתם אזוי, פלעגן מענטשן - אפילו אן קיין זיק צו אמשינאוו - כסדר אריינפאלן ביי אים, זען זיין הייליגע עבודה, און זיך פשוט אנווארימען לאורו [זע דברי מרן [tag]ראש הישיבה[/tag] דא]. ביתו היתה פתוחה לרווחה, און כאטש די 'מצב' אין אמשינאוו האט כסדר געלעבט, א שמחה איז אייביג געווען אויסגעשפרייט, האט מען אלס געזען אז דער רבי פאר זיך לעבט אין אן אנדערע וועלט - על אף ער האט זיך משתתף געווען מיטן ציבור, אזא ריכטיגע 'ראשו מגיע השמימה' און דאך 'סולם מוצב ארצה'.


אין נעקסטן קאפיטל: די אמשינאווע חן, ליבשאפט, און דיבוק חברים.

נשלח: דאנערשטאג יוני 25, 2015 3:10 am
דורך [NAMELESS]
לאחר הפצרות חוזרות ונשנות, האב איך פריער אפגעשריבן דעם נייעם קאפיטל. און כדי להפיס דעת גדולים וטובים וואס האבן געווארט דערויף א לענגערע צייט, איז עס דאס מאל א לענגערע.

כ'האף אז איר האט הנאה געהאט דערפון.

נשלח: דאנערשטאג יוני 25, 2015 7:58 am
דורך [NAMELESS]
[center]קעסענעם סעיפעם ערעב [tag]אדנירם[/tag],
עז אלוועיז, u r d בעסט!!!!
[/center]


[center]דער עולם ווערט געבעטן צו געדענקען ארויסציווייזן הכרת הטוב.[/center]

נשלח: דאנערשטאג יוני 25, 2015 8:16 am
דורך כוכב
נורא נוראות.
בלי''נ ווען די סעריע וועט זיך ענדיגן וועט מען דאס לאזן דרוקן אין א שיינעם פארמאט, בתנאי שש'ל אז דו וועסט גארנישט אויסלאזן, גיי ווייטער אן מיט אלע קליפערליך. די אלע פלעצער וואס דו שרייבסט אז ס'וועט קומען עקסטער אן אריכות, זע צו האלטן ווארט.

נשלח: דאנערשטאג יוני 25, 2015 8:36 am
דורך [NAMELESS]
כוכב האט געשריבן:נורא נוראות.
בלי''נ ווען די סעריע וועט זיך ענדיגן וועט מען דאס לאזן דרוקן אין א שיינעם פארמאט, בתנאי שש'ל אז דו וועסט גארנישט אויסלאזן, גיי ווייטער אן מיט אלע קליפערליך. די אלע פלעצער וואס דו שרייבסט אז ס'וועט קומען עקסטער אן אריכות, זע צו האלטן ווארט.

אין אוודאי מיטלייגן אלע אצילות׳דיגע בילדער, איך ווער ממש משוגע פון די לעכטיגע צורה.

R itzikl z"l

נשלח: דאנערשטאג יוני 25, 2015 4:08 pm
דורך איש תם
מדארף ארומרעדן ר איציקלס שייכות מיט ר הערשעלע ספינקער יארן לאנג

נשלח: דאנערשטאג יוני 25, 2015 5:23 pm
דורך [NAMELESS]
איש תם האט געשריבן:מדארף ארומרעדן ר איציקלס שייכות מיט ר הערשעלע ספינקער יארן לאנג

אדרבה, הנך מתכבד בזה.

כ'ווייס נישט צופיל דערפון, סיידן איין סיפור וואס וועט אראפגעברענגט ווערן אין די קומענדיגע קאפיטלען אי"ה.