אדנירם האט געשריבן:מיין פעטער האט מיר אמאל געזאגט אן אייגן פאבריצירטע שטיקל זוהר [מיט מיינע הוספות], וז"ל: כד יתבין ישראל ואכלין סעודתא דשבתא, ושתיין חמרא חריפא אוכמתא ותכלתא (פי', יי"ש בלעק לעיבל און בלוי לעיבל), ואכלין תרנגלותא פטימא, פשטידא, פרגולתא, ומיני דתרגימא, ואמרין 'לכבוד שבת קודש'. קוב"ה מאי קא עביד בההוא שעתא? קוב"ה אומר לפמליא דיליה: 'נצחוני בני, נצחוני'...
גאט קרעכצט אונטער: קינדערלעך טייערע, איר האקט אריין מכל הבא ביד מנחה, און נאכהער שלעפט איר ארויס דעם Joker 'לכבוד שבת קודש', און יעצט בין איך חוזק. 'נצחוני בני, נצחוני'.
מיין טייער קינד, הער אויף צו נוצן דעם Joker!
דאס דערמאנט מיר פון א חב"ד'סקער טשיקאווער טיפוס בשם ר' זעליג, וואס האט אמאל אויסגע'משל'ט די פאלגענדע מעשה, אין די צייטן ווען קאמוניזם האט נאך געהערשט מיט אן אייזערנעם פויסט אין רוסלאנד:
אין א קאלטער שבת בייטאג, זענען צוויי אידן אנגעקומען אין בי"ד של מעלה, זיי זענען אקארשט געשטארבן. איינער איז געווען אן אונגארישער, אין די זעכציגער/זיבעציגער יארן, מיט א ווייסע בארד, און אנגעפאשעטע בייכל. דער צווייטער איז געווען א יונגערמאן, א ליובאוויטשער חסיד מיט א פעך שווארצע בארד, אויסגעדארט און מיט שארף-שפיזיגע אויגן.
---
די בי"ד קוקט מיט פארוואונדערונג אויפן ליבאוויטשער יונגערמאנטשיק, און פרעגן אים וואס ער זוכט דא אזוי יונג אויבן?! דער יונגערמאן ענטפערט, אז ער וואוינט אין רוסלאנד און ער האט זיך מוסר נפש געווען אויף יעדע מצוה. היינט האבן אים די קעי. דזשי. בי. געכאפט, און אים געצווינגען צו לאזן אפשניידן זיין בארד. ער האט זיך נישט געלאזט, האבן אים די רשעים צוגענומען זיין מאנטל, און אים געהייסן שטיין אין הויף פונעם געביידע אין די ביטערע רוסישע פראסט, ביז ער וועט זיך ברעכן און לאזן שערן זיין בארד. ער האט זיך נישט געלאזט, און ער איז פשוט געשטארבן במסי"נ בעצם יום השב"ק אויסגייענדיג פון די ביטערע קעלט, אלס אבי נישט צו שניידן די בארד.
די בי"ד של מעלה בליקן זיך איבער, און פרעגן אים: פארוואס טאקע האט איר זיך נישט געלאזט שניידן די בארד? דער איד ענטפערט אויפן פלאץ: 'וואס הייסט? איך וועל דען לאזן מ'זאל צורירן די "דיקנא קדישא"?!'. אבער די בי"ד של מעלה זאגט אים, אז ס'נישט אזוי פשוט, ווייל מ'מוז זיך נישט מוסר נפש זיין נאר אויף די שלש חמורות, און וויבאלד ס'דא התירים זיך צו לאזן שערן די בארד, קומט אויס אז ער איז מעגליך געווען א 'מאבד עצמו לדעת' מיטן בלייבן שטיין אין די קעלט ביז ער איז געשטארבן, ווייל להלכה וואלט ער ענדערש געדארפט זיך לאזן שניידן די בארד. בקיצור, ס'איז ארויס די פסק בי"ד אז ער דארף גיין אין גיהנום פארן זיין א ספק מאבד עצמו לדעת.
---
דערנאך רופט מען צו דעם אלטן אנגעפראסענעם אונגארישער איד, און מ'פרעגט אים וואס ער זוכט דא אויבן. זאגט ער, אז ער פירט זיך יעדע וואך איינצוקויפן פאר שבת געפילטע פיש, סעלמאן פיש, ווייט פיש, שמאלץ הערינג, שטיגליץ הערינג, פיקלד הערינג, כריין און דיפס, זכר בונדלעך און ליימע בונדלעך, גאלע, קישקע, פאטעיטע קוגל, לאקשן קוגל, ירושלימ'ע קוגל, סעלאמי, מארך, און ער פאקט דאס אלעס אריין אין געדערים למען שמו באהבה, 'לכבוד שבת קודש'. די וואך האט ער זיך אנגעגעסן ביז ס'געווען קשה כח הסבל און ער איז פשוט אויסגעגאנגען פון זיך איבערעסן.
די בי"ד של מעלה טראכט אריין, און קומען צום החלטה אז דער איד האט מענג געווען דעם שבת שוין די לעצטע פערציג יאר, זיין בויך איז א שטארקע ראי' דערצו, נו 'המענג את השבת נותנים לו נחלה בלי מצרים', מ'וועט פארקוקן זיינע עבירות און ער איז זכאי בדין: 'אריין אין גן עדן'.
---
האט דער חב"ד'סקער אויסגעפירט די מעשה: 'און איך בין נאכאלס מער מקנא דעם ליובאוויטשער'ס גיהנום, ווי דעם אונגארישער'ס גן עדן'...!
לדעתי, ליגט אין דעם משל/מעשה, א טיפע נקודה.